English
ספרייה

transcript · אידיש

טקסט

83 סעיפים

טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.

1כנהוג בא חלוקת הש", און אזוי האט זיך אויך דער רבי דער נשיא מתקן געווען, אז מ'זאל אנהויבן לערנען תניא מחדש בי"ט' כסלו, און מחלק געווען, נוסף אויף די שאר שיעורים זאל מען האבן דעם שיעור אין תניא באופן לסיימו במשך השנה צו י'ט'ס כסלו הבעל,

2וואס דערפאר איז מען זיך נוהג די ביוטת כסלו ונתוועדות אויך דערמאנען בנוגע צו סיום התניא ותחילתו, וואס דער תניא איז דאך מיוסד, ווי דער בעל השמחה והגאולה, ווי דער אלטער רבי,

3שרייבט גלייך אויפן נוסח השער, וואס די עטלעכע שורות איז דאך דער נוסח פון דעם אלטן רבי'ן אליין, אז דאס איז מיוסד על הכתוב כ”קרוב אליך הדבר מאוד בפיך ובלבבך לעשותו” ”בדרך ארוכו קצרה בעזר השם יתברך”.

4און ווי ער האט דאס א נאמען געגעבן, ”ספר של בינונים” וואס ווי ער איז מבאר אין פנים, איז אין ”מדת הבינונים היא מדת כל אדם ואחרי' כל אדם ימשוך”, אז דאס איז דער וועג און דער ספר וואס איז שייך צו יעדערן,

5”אחרי' כל אדם ימשוך”, און ווי דער פסוק זאגט ”קרוב אליך הדבר מאוד בפיך ובלבבך לעשותו” וואס דאס איז דאך געזאגט געווארן צו יעדער אידן, אן קיין שום חילוק פון מעמד ומצב וכו' וכו.'

6וואס דער סיום התניא ותחילתו איז דאך דער סיום בהנוגע צו מצות שבת, און התחלה פון דער אגרת הקודש איז דאך דער ענין פון ”הוכח תוכיח”

7וואס אין מצוות השבת ברענגט ער דאך אראפ אין דעם סיום ווי אזוי דאס נעמט ארום די 'מחשבה דיבור' ומעשה פנימיות און חיצוניות, וואס דער ענין פון שבת איז דאך, אז דאס דארף ארומנעמען אויך די ששת ימי החול,

8ווי דער רמב"ן טייטשט דאך אפ אויף זכור את יום השבת לקדשו אז דאס איז דא בכל יום די מצוה אויף להזכיר את יום השבת דורך זאגן ”היום יום ראשון בשבת”, און דאך אויך ווי דער שולחן ערוך איז מבאר דער פירוש המילות וואס מ'זאגט פאר קריאת-שמע ברכת קריאת-שמע,

9אז דארט איז דא דער ענין פון די זכירות, וביניהם אויך דער ענין פון זכירות פון יום השבת.

10וואס דאס נעמט ארום כל העולם כולו דער תכלית פון ”בפיך ובלבבך לעשותו” איז דאך, דער לעשות ”לו יתברך דירה בתחתונים” אין 'עולם הזה' התחתון, ווי ער איז מבאר בארוכה אין פרק ל'ו און פרקים שלפני זה ושלאחר בתניא.

11וואס דאס טוט זיך דורך דורך די עבודה במשך ששת הימים, און אויך דורך דעם ס'איז נאך אלץ ניט די שלימות פון דירה לו יתברך בתחתונים ווארום די ששת ימים איז נאך העולם הי' חסר מנוחה,

12און בשעת ”בא שבת בא מנוחה” אט דעמאלט איז נסתיים געווארן איז נשלם געווארן די מלאכת העולם אז ס'זאל זיין דער דירה לו יתברך דורך ששת הימים מיט יום השבת ביחד, בשעת ער פירט זיך אין זיי אין דעם אופן פון בפיך ובלבבך ועשותו.

13וואס בכללות איז דאס דורך די שני אופנים און דורך די שלשת אופנים, און ווי גערעדט פריער דער ”העסק בתורה ובגמילת חסדים” ומתפלל אים הציבור,

14וואס אין דערויף גופא איז דאך צוויי סוגים פריער זאגט ער ”העוסק בתורה ובגמילות חסדים” איין סוג, און דערנאך זאגט ער א באזונדער ענין ומתפלל אים הציבור, וואס זיי זיינען זיך אפגעטיילט דאס איז פארבונדן מיט ציבור און דאס טוט ער אליין, און דער העוסק גייט דאך אויף גמילות חסדים אויך,

15און צוזאמען מיט תורה.

16וואס בכללות איז דאס מתאים להאמור לעיל, אז די כוונה פון תורה איז, אז ניט אז מ'זאל בלייבן ביים לערנען אליין, נאר תורה וגמילות חסדים, און אזוי איז אויך די כוונה און די שלימות פון גמילות חסדים איז,

17אז דאס איז תורה'דיקע גמילות חסדים, ווי ער זאגט אין מדרש, אז דער וואס ער איז מרחבי מהרשאים איז סוף-כל-סוף איז ער זיך מתחזר על הצדיקים,

18אז גמילות חסדים דארף אויך זיין ע ל פי תורה, ביז וואנענט אז מ'זאגט אז ”חושך שבטו שונאי בנו” אז אויב ער פראוועט גמילות חסדים אין דעם ארט וואו ס'דארף זיין שבטו איז ער חושך שבטו איז דאס ניט אמיתית הענין, דאס איז פונקט פארקערט וואס ער דארף זיין דאס איז דער ענין פון שונאי בנו היפך פון גמילות חסדים.

19וואס דערפאר דארף קומען גמילות חסדים על פי ההדרכה פון דעם ”עוסק בתורה”.

20וואס דערפאר איז דאס צוויי קוים כלליים, דער קו פון ”עוסק בתורה” וואס דערנאך קומט דאס אראפ אין גמילות חסדים, און דער קו פון מתפלל דער ענין התפילה.

21וואס דאס איז דאך אויך דער סיום השעת ותחילתו, איז דאך דער סיום השעת די מסכתא ס'איז דאך מתתנו ”דביאו אליהו כל השני הלכות בכל יום, ובטח לו” ישובין עולם הבא,

22”שנאמר הליכות עולם לו, אז תקרי הליכות אלא הלכות” דער ענין פון תורה, און התחלת השת איז דער ענין פון מימת הורא נשמע בערבין, וואס דאס איז דאך דער ענין התפילה, קריאת-שמע ותפילה, ווי ער זאגט דערנאך אין די שפעטערדיקע פרקים, נאך דערויף ווי ער איז מבאר דער זמן קריאת-שמע אויך דער זמן התפילה.

23און אזוי ווי דער סדר איז דאך שתה' תפילתי סמוכה למטתי אז ווי דער סדר מסודר איז, אז אפילו 'לימוד התורה', וואס דאס איז דאך א מצוה ”שאין הזמן גרמא” מעג מען דאך לכאורה לערנען 'קודם התפילה' אויך,

24אבער דער סדר מסודר ווען איז דער 'לימוד התורה' ווי ס'דארף צו זיין?

25אויב 'סמוך למיטתי' איז דער ענין התפילה, און דערנאך זעצט ער דאך לערנען תורה, און ווי אפגע'פסק'נט אין שולחן ערוך, אז נאך דערויף ווי ער איז אין בית הכנסת און דאווענט אפ, איז ”מבית הכנסת לבית” המדרש דער ענין פון 'לימוד התורה', און דערנאך איז דער ענין פון מבית המדרש, ”הנהג בהם מנהג דרך ארץ”, דער ענין פון ”נוסק בגמילות חסדים”.

26וואס דערפאר איז אויך דער סדר אין שעס גופא, אז פריער קומט דער ענין התפילה בתחילת השעס, און דערנאך קומט דער ענין הלימוד ביז צום סופו סיום השעס פון 'שני הלכות בכל יום', ביז וואנענט אז ער מאכט אויף אזא וועלט אז זי ווערט אנגעפירט פון דעם שני הלכות.

27און ווי גערעדט דער כלל פון דעם שלע, אז דארט וואו ס'שטייט אל תיקרי איז דאס ניט מבטל דעם פריערדיקן פשט, נאר זיינען דא ביידע, אז ס'איז דא דער ”אין מקרא יוצא מידי פשוטו”, ”הליכות עולם לו”, אבער ווער האט דער אמת'ער באלעבאס אין וועלט, און די וועלט איז א וועלט וואס זי איז ראוי' לקיום?

28איז אויב ס'איז דא די הלכות, אז ער ס'איז דא די שיינע הלכות, און ער לערנט דאס, און לפי זה פירט ער דערנאך אן מיט עניניו בעולם.

29און אט דא קומט צו אויך דער חילוק, אז דער ענין פון 'קורין את שמה בערבין' איז דאך דאס א ”מצות עשה שהזמן גרמא”, ווי ער זאגט גלייך אז דאס איז דוקא בערבין, און זאגט אויף דערויף דעם שיעור בזמן,

30ווי די אלע דעות ווי אראפגעבראכט אין משנה, ועל דרך זה אויך בהנוגע צו תפילה, ווי ער זאגט דערנאך די שיעורים אין תפילה, בא תפילת ערבית און תפילת שחרית וכו משא"כ דער ענין פון שיינע הלכה איז דער ענין פון 'לימוד התורה' איז דאך דאס א ”מצות עשה שאין הזמן גרמנ”.

31וואס אין דערויף איז דא אין מצוות וואס זיינען ניט פארבונדן אין זמן, וואס די גמרא ברענגט דעם ביישפיל די מצוות ציצית ומזוזה, און ווי גערעדט פריער דער ענין פון 'לימוד התורה' איז אין דערויף איז דא שני אופנים ווי אזוי מ'קען דאס פארשטיין, אט דאס וואס ”אין הזמן גרמא”

32דער אופן הפשוט, אז ס'האט בכלל קיין קישור ניט מיט זמן.

33דער צווייטער אופן ההסברה איז, אז כל יומי זמנהו, אז ניט דער פשט אז ס'איז ניט פארבונדן מיט זמן, נאר אדרבא גאנץ זמן איז פארבונדן מיט אט דער מצוה, אדער די מצוה איז פארבונדן מיט יעדער רגע פון דעם זמן.

34וואס דערפון קומט ארויס דער חילוק בפועל ובהלכה, און ווי מ'איז מסביר אין אחרונים, איז דאס איז די פלוגתא פון רבא און רבי יוסף אין שבת, ווי ס'ווערט דארט געבראכט בנוגע למצוות ציצית ומזוזה.

35וואס די גמרא ברענגט דאס דארטן אלס א דוגמא, און אויך אין קידושין, אז דאס איז מצוה ”שאין הזמן גרמא”, און אויף דערויף זאגט דארט די גמרא, אז ר' אליעזר האלט דאך, אז ”מכשירי מצוה איז דוחן את השבת” אז ניט נאר א מצוה וואס זי איז פארבונדן מיט זמן איז זי דוחה שבת

36בדוגמא ווי מצות תמידין אדער קרבן פסח וכו' זאגט ער באליעזר, אז אפילו די מכשירין צו די מצוה, וואס אויב ער וועט ניט מאכן די מכשירין איצטער קען דאס דערנאך האבן א שייכות צו דער מצוה, איז די מכשירין זיי נאך דורכי שבת.

37טראכט דארט די גמרא ווי איז בנוגע צו אן ענין פון ווי אין מצות ציצית ומזוזה?

38וואס ער האט קובע געווען די מזוזה ביום השבת.

39און וואס דער ענין פון קביעות המזוזה און די מכשירין צו דער קביעות המזוזה איז דאס ”מכשירי מצוה”, וואס אויב מ'זאל זאגן אז דאס איז אינגאנצן ניט פארבונדן מיט זמן איז אט דעמאלט איז דאס כדעת רבה, אז אפילו ווי ר' אליעזר איז ער אויך חייב,

40ווארום ווען זאגט ר' אליעזר אז מכשירי מצוות זיינען דורכות שבת ווי אויב דאס איז א מצוה וואס זי איז פארבונדן אין זמן, במילא איז דאס דוחה זמן,

41אויב אבער דאס האט לגמרי קיין שייכות ניט מיט זמן, בדוגמא ווי די גמרא זאגט מזוזה וציצית איז אט דעמאלט איז דא האט דאס קיין שייכות ניט דאס זאל דוחה זיין זמן אז דאס איז ניט אין דעם גדר ושטח פון דעם ענין הזמן.

42ענטפערט אויף דערויף אבער אמר אביי אדרבא.

43ווי מצוות ציצית ומזוזה איז ניט דער פירוש, אז ס'האט קיין שייכות ניט צו זמן, נאר אדרבא כל יומי זמנהו יעדער טאג איז איר זמן, איז במילא איז נאך ר' אליעזר'ן נאך, וואס מכשירי מצוות זיינען דוח אין שבת, און איר זמן איז דאך אין שבת, איז דאס אויך אין מכשיר'ן אויך דוחי שבת.

44וואס על דרך זה איז אויך דא די הסברה אין מצוות-עשה שהזמן גמרא, וואס אין דעם זמן אבער דארף מען טאן די מצוה מערניט ווי איין מאל, ובדוגמא ווי מימות הקורא נשמע בערבין, וואס דאס איז דאך א משך זמן איז דא דער שיעור, צי דאס איז סוף השמורה ראשונה צי ”עד חצות צי עד שיעל עמוד השחר”,

45און נאך דערויף ווי ער האט געלייענט די קריאת-שמע פעם אחת במשך זמן זה, דארף ער איר ניט לייענען נאכאמאל.

46ואדרבא, ס'איז גאר דא אין דערויף, אויב ער טוט דאס ”לשם מצוה ובברכת קריאת שמע” איז דאס א ברכה לבטלה.

47און אט דא ווערט די הסברה, ווי בנוגע צו דעם זמן, אין דעם שיעור אין וועלכן ער איז מחוייב אין קריאת שמע שבערבי ן, צי דער פירוש איז, אז נאך דערויף ווי ער האט דאס געלייענט קריאת שמע בתחילת הזמן אדער באמצע הזמן,

48איז דער איבעריקער שיעור פון דעם זמן איז געווארן פטור דערפון, און האט דערצו קיין שייכות ניט.

49אדער מ'זאל זאגן, אז דער גאנצער זמן איז מחוייב במצות קריאת-שמע, און דורך דערויף וואס ער לייענט דאס איין מאל, איז האט ער דערויף אפגעטאן דער ענין פון קריאת-שמע על ”כל רגע ורגע עד סוף השמורה הראשונה” לדעת ר' אליעזר.

50ועד"ז לדעת החלקים עליו.

51וואס דעמאלט קומט דאך אויס, אז ס'בלייבט ניט קיין איין רגע פון דעם גאנצן שיעור וואס ער איז ניט פארבונדן מיט מצות קריאת-שמע, און ניט נאר ניט פארבונדן אז ער מעג דעמאלט לייענען אויב ער האט פריער ניט געלייענט אפילו אויב ער האט שוין מקיים געווען די מצות קריאת-שמע איז דאס א פעולה נמשכת ”עד סופה השמורה הראשונה”,

52דערפאר וואס דאס איז א שיעור זמן וואס דארף זיין ממולא מיט דער מצות קריאת-שמע.

53וואס דאס איז בדוגמא ווי א מצוה ”שאין הזמן גרמא”, צי זי האט קיין שייכות ניט צום זמן, אדער פארקערט יעדער רגע פון זמן איז ממולא מיט דער מצוה.

54לכאורה ביי א תלמוד תורה איז דאך ניט שייך די גאנצע שאלה, ווארום אט דאס ווען ער וועט לייענען איין מאל תורה, לערנען איין רגע אדער איין שעה תורה באפרייט דאס אים ניט, און ער דארף לערנען 'בכל רגע' ורגע תורה ס'איז דאך אבער דא אט דער סוג, וואס על פי תורה איז ער יוצד והגיסה ביי די מצות תלמוד תורה דורך ”פרק אחד שחרית”,

55ופורד אחד ערבית און די גמרא זאגט אויף דערויף, אז ער האט מקיים געווען לימש יומם וגיסה בן ”יומם ולילה” איז אין דערויף אויך אפשרי די שני אופנים, צי דער פירוש איז, אז נאך דערויף ווי ער האט אפגעלערנט ”פרק אחד שחרית”, איז דער גאנצער איבעריקער טאג איז ביי אים ניט קיין תורה טאג, נאר וואס דען ער איז דעמאלט ניט מחוייב 'בלימוד התורה'.

56אדער מ'זאל זאגן די געשמאקערע הסברה, אז דורך די ”פרק אחד שחרית” איז דאס ווי ער איז הוגה ביום אים ולילה ”כל רגע ורגע” פון דעם יום איז דאס ביי אים א רגע פון תורה, פונקט ווי בא דעם וואס יכול אילמי תורה און ער לערנט דאס בפועל 'בכל רגע' ורגע,

57און ווי ס'איז דא אין דערויף ”כמה נפקא מינה'ס”, כמבואר במקום אחר.

58וואס על דרך זה, וואס מ'האט דאך גערעדט כמה פעמים בנוגע לשנה זו, וואס שנה זו איז דאס א שנת הקהל, וואס אין הקהל איז דאך אויך דער פירוש, אז ס'איז דא מערניט ווי א זמן מסויים, אז ”מקץ שבע שנים” ”בחג הסוכות בבי כל ישראל לא” ראות איז אט דעמאלט דארף זיין הקהל את האנשים בנשים וטף,

59וואס די פעולה פון הכל איז דאך, ווי ער זאגט אין פסוק, זאל זיין דער ישמעו ולמדו ויראו לעשות ”את כל דברי התורה הזאת” וואס דערפון וואס די גמרא פארטייטשט, אז ”האנשים ללמוד והנשים לשמוע”,

60וואס דאס איז דאך שטעלט נעמט דאס ארויס די גמרא פון לשון ”הכתוב, למען ישמעו” ולמדו איז דאך דערפון פארשטאנדיק, אז אויך דער צווייטער האלבער פסוק, פון ויראו אדער פון לעשות אין די שפעיטערדיקע פסוקים, דער לעשות איז דאס אויך בדוגמא פון האנשים לשמוע.

61וואס על פי זה קומט אויס, אז אף על פי וואס דער הקהל און קריאת הפרשיות על ידי המלך איז דאס געווען בשעה מסויימת א מצוה שהזמן גרמא,

62איז האט דאס אבער א פעולה נמשכת אויף דעם גאנצן משך וואס מ'ערווארט פון אים, אז דעמאלט וועט זיין דער ”ושמרו לעשות את כל דברי התורה הזאת” וואס לכאורה על פי זה קומט דאך אויס, אז דאס איז דער גאנצער משך הזמן, ביז דעם צווייטן הקהל.

63ווארום וויבאלד אז דער ושמרו לעשות הענגט דאס אפ אן דעם הקהל, און אין דעם ושמרו לעשות איז ער מחוייב כל ששת השנים ”כל שבעת השנים” ביז דעם הקהל הבא לאחרי זה, איז דאך יעדער עשי' במשך שבע שנים הבאים איז דאס א מסובב פון דעם רואו וואס ס'איז געווען אין ”מקץ שבע שנים”,

64במאיד חג הסוכות, איז דעמאלט געווען דער הקהל.

65וואס על פי זה לכאורה איז דאך קען מען אין דערויף ניט מחלק זיין צווישן די שנת הקהל מיט די ששת השנים הבאים לאחרי זה.

66דערפון אבער וואס דער פסוק פארבינדט דאס מיט שנים, ”מקץ שבע שנים”, און ניט מקץ שמיטה, איז דאך דערפון פארשטאנדיק, אז דאס האט א שייכות צו שנים.

67דאס הייסט, אז אף על פי וואס ס'איז דא א פעולה נמשכת און א מסובב ביז דעם הקהל הבא לאחרי זה, וואס דאס וועט ער זיין אין זיבן יאר נאכדעם, איז אבער אין דערויף גופא דא דער חילוק פון דעם יאר וואס דאס איז זיין חג הסוכות און דאס איז זיין הקהל, ביז די ששת השנים שלאחרי זה.

68ווארום פונקט אזוי ווי די פעולה פון דעם ”סוכות בבי כל ישראל לא” ראות איז דאך דאס מערניט ווי אויף דעם איין יאר, ווארום דער צווייטער יאר וועט האבן א סוכות באפני עצמו,

69אט אזוי איז אויך דער הקהל וואס מ'לערנט אפ בכמה פרטים פון מצות ראי ”בבי כל ישראל לא” ראות, און מ'לערנט אפ כמה פרטים אין מצות ראי פון הקהל האט דאס אויך אט דעם ענין, אז דער יאר איז אויסגעטיילט פון די ששת שנים שלאחרי זה.

70וואס דאס איז בפרט מתאים להמבואר אין מפרשי התורה דער טעם וואס זיי ברענגען אויך טעמי המצוות, כפשוטו, אז פארוואס איז דער הקהל מקור שנת השמיטה?

71אז אזוי ווי די גאנצע שנת השמיטה איז געווען א שנה וואס זי איז געווען ”שבת לה” דערפאר וואס מ'איז געווען פריי פון עבודת אדמה, וואס דאס איז געווען דער עיקר עבודת בני ישראל ווען זיי זיינען געווען כתיקונם ”יושבים על אדמתם” האבן זיי געהאט א סאך צייט וואס זיי האבן דאס געדארפט אוועקגעבן אויף 'לימוד התורה',

72איז דערפאר איז דערנאך געווען בסיום וחותם מקץ שנת השמיטה, זיינען געווען אלע צוגעגרייט אז ס'זאל זיין דער הקריל האנשים ואנשים וטף אין אן אופן אז ס'זאל ארויסקומען די פעולה הניצית בתכלית השלימות, דער למען ישמעו ולמדו וירוב ”לעשות את דברי התורה הזאת”

73וואס אין שנים פון שמיטה איז דאך שנים אתה מונה לשמיטה על דרך ווי מ'זאגט בא שנים, אז ”חדשים אתה מונה לשנה ולא ימים”

74און בא חדשים זאגט מען אז ”ימים אתה מחשב לחודש” ולא שעות אט אזוי איז אויך פארשטאנדיק בהנוגע ”לשבע שנות השמיטה” אז דארטן דארף מען רעכענען שנים אתה מונה לשמיטה ולא חדשים ניט חודש תשעה באזונדער אויסגעטיילט,

75וויבאלד אז דאס איז אן ענין וואס איז פארבונדן מיט ”מקץ שבע שנים” איז אט דארט איז דער אחד וואס מ'ווערט געציילט אלס א באזונדערע איינהייט איז דאס ניט חדשים, ועאכו"כ ניט ימים ושעות, נאר דאס איז דער ענין השנים.

76וואס דערפאר איז אויך די שנה הבא לאחרי שנת השמיטה, איז ווערט אין איר נמשך די פעולה פון דעם הקרל וואס זי איז געווען בתחילת השנה, בחג הסוכות בחודש תשרי על ”כל השנה כולה ביתר שאת ויתר עוז”, ווי דאס איז אין די ששת שנים שלאחרי זה,

77אף על פי וואס אויך דעמאלט דארף זיין דער מסובב און די תוצאות פון דעם הקהל וואס זאל זיין ניכר אין ”ושמרו לעשות את דברי התורה הזאת” במשך כל השנים, ביז דעם הקהל הבא לאחרי זה.

78וואס אט דא קערט מען זיך אום פון ראש-השנה לתורת החסידות ולדרכי החסידות, צו ראש-השנה וואס זי ווערט דערנאך נתגלה עניני' בכתר ”ליום חגנו” אין ימי הסוכות, וואס בשנה זו איז דאך געווען די מצוה מיוחדה פון הקהל,

79אז ס'דארף זיין די מצוה וציווי מיוחד פון שנה זו אויף אריינלייגן זיך און משתדל זיין זיך אין הקהל ”האנשים ואנשים וטף, ביז גרך אשר בשעריך”, און מיט דעם כוונה אז ס'זאל זיך אויספירן דער ”למען ישמעו ולמען ילמדו ולמען” יראו ולמען יעשה את כל דברי התורה הזאת,

80וואס דאס קען טאן יעדערער, אף על פי וואס די מצוה כפשוטה איז דאך פארבונדן מיט א זמן מיוחד און א ”מקום מיוחד, ושניהם ביחד”,

81קען דאס יעדערער טאן בכל מקום ובכל זמן, ובפרט בשנה זו, וואס כאמור איז דאס שנת הקהל בהצלחה מרובה ומופלגה, פועל זיין בסביבתו ובקהילתו, ועאכו' כמה במשפחתו, ועאכו' כמה אין ”עיר קטנה זה הגוף”, אין די כל חלקי הגוף שלו,

82אז ס'זאל זיין דער ישמעו ויראו ולמדו ויעשה ”את כל דברי התורה הזאת” מתוך שמחה וטוב לבב.

83לחיים.

דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים