transcript · אידיש
טקסט
טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.
¶1מצאי שבת קודש פרשת חיות ”צבא, כ ד'” חשבון תשמון ל'ח.
¶2ס'איז דאך מוצאי שבת קודש צוזאמען אין דערויף קומט נאך צו א פרט, וואס אין מוצאי שבת קודש איז דאס פון שבת קודש פרשה חיות שרה, און ווי די קביעות פון שנה זו איז נאך א דריטער ענין, אז דאס איז פון מוצאי שבת קודש מברכים,
¶3פון חודש כסלו, וואס יעדער ענין איז דאך דא אין דערויף א הוראה, וכידוע תורת הבעשמ טוב אין דערויף, א הוראה פאר יעדער אידן און פאר אלע אידן בעבודתן בקודש, פון ”אני נבראתי לשמש את קוני” וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק, אז דא איז דא דריי הוראות,
¶4און צירוף כולם יחד, וויבאלד אז זיי האבן זיך אלע צוזאמענגעטראפן בבת אחת איז דערפון אויך פארשטאנדיק, אז ס'איז דא א צד השוה אין די אלע דריי וואס איז זיי מייחד.
¶5און דערפון אויך פארשטאנדיק, וויבאלד אז דאס איז דער צד השוה פון דריי ענינים, וואס יעדער ענין בפני עצמו איז אן ענין חשוב, איז דאך דער צד השוה המאחדות כולם איז פארשטאנדיק, אז דאס איז נאך א חשיבות הכי נעלה, אפילו בערך פון די דריי ענינים.
¶6אנהויבנדיק פון דעם עיקר, וואס דאס איז דאך דער ענין הקריאה בתורה, אף על פי וואס ס'איז דאך פארשטאנדיק דער חשיבות הכי גדולה, וואס אין יעדער ענין אין תורה אז בע דרך זה בהנוגע צו קריאת פון 'חיי שרה', אף על פי כן איז דאך דאס א פרט אין 'כללות ענין' קריאת התורה.
¶7אין דערויף איז דא אויך דער ענין וואס דאס איז דער מיוחד בזה, וואס דאס איז פרשה 'חיי שרה', וואס על פי תורת פון דעם אלטן רבי'ן, וואס אויף לעבן מיט דער צייט, מיט דער ענין הקריאה בתורה וואס מ'לערנט אין דער צייט איז דאס איז די הדגשה פון די קריאה בתורה וואס דאס גיט זיך ארויס אין פרשה 'חיי שרה'.
¶8וואס דאס איז אף על פי וואס אויך דער ענין וואס דאס איז מוצאי שבת קודש, און וואס דאס איז אן ענין פון מברכין חודש כסלו, איז דאך דאס אויך ענינים חשובים,
¶9קומט דאך דאס ניט צו דער ענין התורה, דאס וואס דאס איז 'חיי שרה', וכידוע די מעלת התורה אויף כל עניני מצוותי',
¶10עאכו' כמה וואס דער ענין פון מוצאי שבת קודש איז דאך לכאורה א ענין אין זמן, אעפ' וואס מוצאי שבת קודש האט דאך אין זיך הוראות פון מצוות און הוראות פון ”מנהגי ישראל” וואס תורה היא אבער אט דאס וואס מ'זאגט מוצאי שבת קודש איז דאך דאס א ענין השינוי און אן ענין מיוחד אין זמן,
¶11קומט דאך דאס ניט אין חשיבות לגבי אן ענין פון תורה, ובפרט נאך תורה ווי זי ווערט געלייענט בציבור, וואס דאס איז דאך דער ענין פון קריאה בשבת,
¶12ביז וואנענט אז מ'זאגט דאך אז דעמאלט מאכט מען א ברכה לפניה ולאחרי מיט אלע ענינים המבוארים אין מעלת הברכה פון לפניה ולאחרי ובפרט אין דעם המשך וואס ס'רעדט זיך וועגן ענין הברכות אין ”תורה אור”, און אויך דערנאך אין מאמרי רבותינו נשיאינו שלאחרי זה וועגן מעלת ענין הברכות.
¶13און און וואס דאס קומט בפרט נאך אויף דעם פירוש הכללי אויך אין נגלה, אז ”ברכו בתורה תחילה” מאכט דאס אן עילוי ”מן הקצה אל הקצה”, ביז וואנענט אז מ'זאגט אז אין דערויף איז תלוי דער ענין פון קיום הארץ, מיט אלע פירושים וואס ס'איז דא בזה, וואס דאס איז פארבונדן מיט ”ברכו בתורה תחילה”.
¶14ערשט דערנאך קומט דער ענין פון מברכן החודש פון חודש כסלו, וואס באמת איז דאך כמדובר כמה פעמים, על פי נגלה די ענינים איז דאס אן ענין פון ”מנהג ישראל”, כדי ס'זאל זיין א זכר צו קידוש החודש על ידי הבית-דין, ”בזמן שבו הי' מקדשין על פי הראי'” על פי בית-דין,
¶15מ'האט דאס דערפאר פארבונדן מיט א ”יום הכניסא” ווען די אידן זיינען אלע צוזאמען און הערן ווען מ'וועט קובע זיין דעם ראש חודש.
¶16וכמדובר אויך וכמבואר ומדובר אין ראשונים אחרונים דעם טעם הענין פון שבת קודש מברכים.
¶17וואס אין דערויף גופא איז דאך דא על דרך ווי גערעדט פריער בנוגע קוקריאת התורה דער ענין בכללותו און דער פרט מיוחד בזה, דער ענין וואס דאס איז 'חיי שרה', על דרך זה אויך אין מברכין החודש, איז דאך דא דער כללות הענין פון מברכין החודש, און דער ענין המיוחד איצטער, וואס דער עשיות פון חודש כסלו.
¶18און וואס דאס איז די אלע דריי ענינים, און וואס כאמור דארף אין זיי זיין אן ענין פון א צד השוה, וואס דאס איז דער עיקר החשיבות.
¶19על דרך זה אנהויבנדיק אויך על סדר הכשיבות דער ענין פון 'חיי שרה' און די נקודה שבדבר, איז אין 'כללות ענין' הסדרה געפינט מען דא דריי ענינים וסיפורים הכי חשובים,
¶20דער הראשון על הסדר בסדרה דער ענין פון 'חיי שרה', וואס על שם זה נקראת כל הפרשה כל הסדרה כולה, דערנאך איז דא דער ענין פון ”ואברהם זקן בא בימים” וואס דאס קומט אלס א התחלה און א הכנה צו דעם ענין פון שליחות אליעזר,
¶21און דערנאך דער דריטער ענין, וואס א פרשה ארוכה, און ווי ער זאגט אין מדרש ”נכפלה ב' וג' פעמים”, וואס דערפון לערנט מען אפ, אז ”יפה סיכתן של עבדי אבות אפילו מתורתן של בנים”, ניט נאר אז דאס איז יפה, נאר דער יופי איז עד כדי כך אז דאס איז נאך מערער פון ”תורתן של בנים”.