עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

53 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1ווי אזוי איז דאך כמדובר כמה פעמים 'פותחין בברכה', מיט א ברכה פון ברכת פון ראש חודש, וואס מ'האט דאך ערשט דאך געזאגט ”יעלה ויבוא” ”ראש החודש הזה” אין תפילת מעריב,

2במילא הויבט זיך דאס אן דערנאך דער גאנצער מעת לעת אזוי, וואס די תפילתו ווערט דאך, ווי ביי אלע ענינים בא אידן דורך דערויף וואס מ'פארבינדט זיך מיטן אויבערשטן, ביז מיט אן אופן וואס דאס ווערט א ענין של תפילה והתחברות, א ענין של טפל, ביז טפל ממש, ווי דער ענין פון תפילה איז דאך ”כעבדא קמי' מרי,"'”

3און מ'הויבט אן דערביי גלייך מיט דער הכרזה אז דאס איז א ענין פון ראש חודש, אז דאס הויבט זיך אן אן אן אנהויבס פון א קאפ וכמדובר אין חסידות די הדגשה בזה, אז דאס איז דער ענין און דער לשון פון ראש וואס דאס איז כולל אין זיך אלע אברים,

4אפילו ווי דערנאך ווי ער שטייט במקומו איז לכתחילתו איז דאך ווי ער שטייט אין דעם ראש, וואס אזוי איז דאס אויך ווי דאס קומט דערנאך אראפ אין זמן, איז דאס אויך אין זמן די רגעים הראשונים פון די בית-לעת פון ראש חודש,

5און דערנאך ווערט דאס נמשך אין דעם חול החודש כולו, וואס אזוי איז דאך דאס אין יעדער ראש-חודש, על אחת כמה וכמה אז ס'איז דא א חודש וואס טיילט זיך אויס אין כמה ענינים פון לגבי אנדערע חדשים,

6איז דאך אויך פארשטאנדיק, אז ס'קומט אט דער ראש-חודש, איז אט דעמאלט שטייט נאכמער בהדגשה די אויסגעטיילטקייט כולל אויך די ”פותחין בברכה” שלו אין אן אופן הכי חדש,

7לגבי אנדערע חדשים, אפילו פון דעם יאר, על אחת כמה וכמה פון די יארן וואס זיי זיינען שוין דורכגעגאנגען, וואס דאס איז דאך שוין אין עבר, משא' כן א איד איז דאך עיקר ענינו איז דאך דער ענין פון הוה אויף צו טאן ענינים של מעשה בפועל ובהוה,

8וואס ”המעשה הוא העיקר”, און ניט דער ענין פון זכרון וואס מ'דערמאנט דאך וואס ס'איז געווען בעבר, ”והימים העולמים נזכרים ונעשים” אפילו ווען דער נזכרים מיטן גאנצן שטורעם איז אויך אויך דער נעשים מיטן גאנצן שטורעם קומט דאס ניט צו ”המעשה הוא העיקר” ווען דאס איז מעשה בפועל, אז דאס איז דער ראש חודש בעצמו.

9וואס אזוי איז, כאמור, אפילו אין דעם יאר, עאכו"כ די יארן שלפני זה, עאכו"כ די יארן וואס וועלן ערשט אנקומען איז דאך אט דעמאלט נאך אלץ ניט געקומען בפועל, און א איד איז דאך ענינו, כאמור לעיל, ”המעשה הוא העיקר”,

10אז ניט דאס וואס ער פארלאזט זיך, ער גיט הבטחות אויפן עתיד און מאכט החלטות טובות אויפן עתיד, מיטן גאנצן שטורעם און מיטן גאנצן התלהבות וואס איז פארבונדן דערמיט, דאס אלץ קומט ניט צו דעם ענין פון דעם מעשה בפועל, וואס דאס איז דער מעשה בשעת מעשה אין דעם מעת לעת עצמו,

11און אין דעם מעת לעת עצמו איז דאך אויך פארשטאנדיק, אז בשעת מ'האלט אין דעם אנהויבס און אין דער פתיחה פון דעם מעת לעת איז דאס אט דעמאלט נאך מיט ”יתר שאת וביתר עוז”, וויבאלד אז דעמאלט עפנט מען אויף, ווי דער לשון פון פתיחה איז דאך, אז מ'עפנט אויף א נייע זאך, וואס קיינמאל ניט געווען באופן כזה,

12און דאס שטעלט דערנאך אוועק דעם גאנצן אופן העבודה, אנהויבנדיק פון מעשה הוא העיקר ווי ס'גייט דערנאך אוועק אין דעם חודש, ביז אויך אין דעם זעלבן טאג, ביז אפילו אין דער זעלבער נאכט איז דאך אויך אינו דומה התחלת הלילה, והתחלת הענין, די פתיחה ממש, ווי די רגעים וואס קומען לאחרי זה.

13וואס דאס איז, כאמור, בכל כסלו האט אין זיך בכל השנים, האט אין זיך די מעלות וואס כסלו האט, אף על פי כן איז דאך פארשטאנדיק, אז בשעת ס'קומט א נייער כסלו האט ער אויך א נייע מעלה פארבונדן דוקא מיט אט דעם כסלו.

14וואס דאס איז אויך בהנוגע צו ראש-חודש כסלו זה, אז דאס איז אין שנת המאסיים פון די לידן פון דעם צמח צדק, וואס ער איז דאך נולד ”אין שנת תקמ” ט,

15וואס דאס איז צווישן מאסיים שנה און דערנאך שטעלט דאס אזוי אוועק דעם גאנצן יאר, המסיים לך שלמה, כמדובר בארוכה בתחילת השנה.

16על דרך זה אויך אין דעם שנה עצמה איז דאך אויך דא דער אויסנאם וואס דאס איז שנת העיבור, ”שנה תמימה”, מיטן גאנצן שטורעם וואס תמימות גיט ארויס.

17ביז וואנען תמימות אין די תמימות עצמם, וואס אינו דומה צו די ”שנה תמימה” שנת העיבור וואס איז געווען שנים לפני זה, ובפרט נאך אויך, אז בפשטות איז דאס א שנת העיבור וואס איז פארבונדן מיט צוויי הונדערט יאר פון לידעת הצמח צדק, וואס האט דאך א שייכות מיוחדה צו ענין התורה,

18וואס דאס איז דאך אויך דער עיקר תורה שבעל-פה, וואס אין דערויף זעט זיך דאך אן דער אויפטו פון א אידן מערער ווי אין תורה שבכתב אויף וויפל מ'קען זאגן די אויפטו פון א אידן, וואס דאס איז דאך אויך במיוחד אין תורה שבעל-פה, און אין בעל-פה עצמו, א זאך וואס איז פארבונדן מיט די תמימיות פון א אידן, וואס זי איז דאך פארבונדן מיט די פנימיות שלו,

19וואס דאס איז דאך כמדובר בשנה זו דוקא, איז דאס אויך בשעת ס'איז פארבונדן מיט 'פנימיות התורה', וואס דאס איז דאך דער ענין פון צמח צדק, וואס כמדובר בארוכה כמה פעמים במשך השנה,

20איז זיין אויפטו איז, אז בשעת מ'דערמאנט דעם צמח צדק, איז דאך צום אלעם ערשטן וואס ס'רעדט זיך וועגן צדיקים, איז ”אנא נפשי כתבית יהבית” קיט מען א קוק וואס איז דער אויפטו אין זיין תורה,

21זעט מען אז אין זיין אויפטו, אפילו לגבי די רביים נשיאים שלפניו ועד"ז נשיאים שלאחריו, איז אט דאס אז בשעת מ'זאגט דעם צמח צדק קומט גלייך ארויס בגלוי ובהדגשה אז בא אים קומט דאס אלס א דבר תמים,

22דער ענין פון נגלה דתורה און 'פנימיות התורה', וואס אע"פ וואס אנהויבנדיק פון דעם אלטן רבי'ן איז דאך געווען ביידע ענינים, 'שני אור', סיי נגלה דתורה סיי 'פנימיות התורה', כמדובר כמה פעמים ער זאל שטיין אין אזא מין אופן אלס א דבר תמים, אויף ביידע ענינים, די 'שני אור', שטיין ווי איין און איינציקע מציאות,

23אין אן אופן פון תמימות, געפינט מען דאס בגלוי ובהדגשה, עכ"פ בא אנשים כערכנו ולרוב הדור, אחוץ צי ”יחידי סגולה האבן” זיך זייערע חשבונות מיט זייערע עבודה וכו' איז דאך בא זיי דער עיקר וואס ס'שטייט גלייך בגלוי, אז בא אים שטייט דאס אלס א דבר תמים,

24דער 'פנימיות התורה' און נגלה דתורה, כמדובר כמה פעמים, ווי מ'זעט דאס אויך בפשטות בתורתו, וואס תורה בהנוגע צו נשיאים בכלל צו אידן בכלל און צו נשיאים במיוחד,

25און נשיא חב ד נאכמער במיוחד, איז דאך פארשטאנדיק, אז דארט איז נוגע, אז דאס זאל זיין פארשטאנדיק סיי די נגלה דתורה אין אן אופן פון מתפרנסון מיני לויט 'פנימיות התורה',

26סיי די 'פנימיות התורה' וליט נגלה דתורה, וואס דאס שטייט בהדגשה במיוחד ס'איז דא אין איינצולן דרושים זיכער באם אלטן רבי'ן און בא שאר הנשיאים, זאל שטיין אזוי אין א ריבוי דרושים וכמה וכמה דרושים געפינט מען דאס באם צמח צדק, וכמדובר אין אן אופן אז מיני יתפרנסון אפילו אנשים כערכנו,

27איז בשעת מ'לערנט זיינע מאמרים ווערט בא זיי 'יתפרנסון מיני' דער לערנען אפילו פון אנשים כערכנו, ביז וואנענט דאס ווערט א ”יחוד נפלא”, כמדובר כמה פעמים במשך השנה בפרט ווי ער זאגט אין תנא אז דאס איז א ”יחוד נפלא שאין כמוהו” נמצא כלל,

28וואס דאס האט דאך אויך א שייכות מיוחדה צו דעם ענין פון תמימות, ביז צו תמימות בתכלית השלימות, ובפרט נאך אויך תמימות וואס איז פארבונדן, כמדובר,

29מיט 'פנימיות התורה', וואס דארטן שטייט אין דער 'פנימיות התורה' אויך די פנימות שלה אין אן אופן וואס נעמט ארום, כמדובר לעיל, אין יעדער חלק פון 'פנימיות התורה',

30וואס דארט איז דאך אויך דא בפרטיות דער חילוק אויף אלע חלקים פון תורה, ווי זיי שטייען בכל חלק שבה בהתחלקות און ווי זיי שטייען אלע צוזאמען, איז זאל שטיין אין אזא מין תמימות שטייט דאס במיוחד אין דעם תורה פון צמח צדק,

31וואס כמדובר איז מסיים לך שלמה איז דאס דער ענין וואס היינטיקער יאר איז דאס 'ביתר שאת' וביתר הדגשה,

32און אויך ווי דערמאנט פריער, אז חודש כסלו איז דאך א חסידישער חודש דארף מען דאך ניט האבן קיין הסברה, בפרט נאך בדורנו זה, אז ס'איז צוגעקומען כמה ענינים אין חודש כסלו וואס איז פארבונדן מיט 'פנימיות התורה', און זיינען ארויס בגלוי, כמובן וגם פשוט,

33עאכו"כ אז דאס איז אויך מובן, אז צו אנשים נשים, אפילו צו טף, אז מ'זאגט צו א קינד וואס האדעוועט זיך אין א חסיד'ישער הויז וועגן חודש כסלו כאפט ער זיך גלייך, אז דאס איז פארבונדן מיט חסידות בכלל, וואס ס'איז דאך די הסתלקות פון מעזריטשער מגיד, וואס דעמאלט איז אויך דער ענין

34פארבונדן מיט 'פנימיות התורה' איז דאך אויך אין חודש כסלו, און אויך פארבונדן אויך דעם זעלבן טאג י'ט' כסלו פון יפוצו מעיינותיך חוצה וואס האט זיך אויך אנגעהויבן נאך י'ט' כסלו, כידוע די שיחה הידועה פון דעם רבי'ן נשמתו עדן, איבערגעגעבן דורך נשיא דורנו,

35ועד"ז אויך בכמה וכמה ענינים וואס ”תן לחכם ויחכם עוד” איז זיכער יעדערער קענען געפינען נאך כמה וכמה דוגמאות, מערניט ווי מדגיש זיין אז ”המעשה הוא העיקר” זאל מען גלייך מאכן די החלטות טובות, און איינע פון זיי גלייך אנהויבן אויך בפועל וועגן לערנען ברבים אן ענין אין 'פנימיות התורה', וואס איז פארבונדן אויך מיט נגלה דתורה,

36אנהויבנדיק פון 'פנימיות התורה' ווי דאס שטייט אין צוועת הרבש, אין דעם בעש"ט הענין, בפרט נאך אז דארט איז דאך גלייך דא די התחלה פון שואביתי ”הוי' לנגדי תמיד”, און אויך די התחלה פון 'עבודה תמה', וואס דאס איז דאך די התחלה אין דער צווע עצמה, וואס דאס איז דאך אויך פארבונדן מיט ”שנה תמימה”, כמדובר כמה פעמים.

37על דרך זה אויך משלף זיין, על כל פנים א ווארט פון דעם מגיד, און דערנאך אויך פון דעם אלטן רבי'ן, ועל דרך זה ”מי שיש ביוחלתו” אויך פון כל הנשיאים,

38אבער על כל פנים פון אט די דריי, און דערנאך גלייך דערנאך במשך החודש כולו זאל מען אויסשטעלן כמה וכמה ענינים, און נאך דערויף ווי מ'וועט דאס אויסשטעלן איצטער זאל מען דערנאך נאך מוסיף זיין, וויבאלד אז מ'דארף להליות ”בקודש במשך החודש” נאך מוסיף זיין בזה,

39על אחת כמה וכמה אז ס'האט דאך אויך די טעג פון 'פנימיות התורה' שמן וואס איז פארבונדן מיט ימי החנוכה, וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט 'פנימיות התורה', כמדובר כמה פעמים.

40און דאס איז דער סיום וחות פון חודש כסלו, און נעמט דאס אויך אריבער און מאכט דערפון א ראש-חודש פון חודש טבת, און כמה ימים אין חודש טבת עצמו, וכמדובר, יש להוסיף בזה כמה וכמה ענינים.

41ובעיקר, כמדובר, אז ס'זאל זיין גלייך די התחלה, נאך היינט ביינאכט, ועל דרך זה אט דארט וואו מ'הערט דאס, און ס'איז נאך פאר פאר ראש חודש כסלו, איז אויך אן אחריות אז מ'וועט מאכן א התחלה נאך פאר ראש חודש כסלו, וויבאלד אז ס'איז שוין דארט שוין איין ענין פארבונדן מיט ערב ראש חודש כסלו,

42על אחת כמה וכמה דארט וואו מ'האלט שוין לאחרי ההתחלה פון ראש חודש כסלו, איז דאך זיכער דער זמן המתאים, אז מ'זאל אויך גלייך טאן אן ענין וואס איז פארבונדן מיט מעשה בפועל,

43און דערנאך, והוא העיקר, אז ס'זאל ארויס אין מעשה בפועל במשך פון כל החודש כולו מזמן לזמן, בכל מקום ומקום לפי ענינו ולפי טבע האנשים וואס געפינען זיך דארטן אדער די מוזות וואס געפינען זיך דארטן וכיוצא בזה.

44און דערנאך איז דאך אויך, אז א איד האט זיך בטבע אז ער וויל אלעמאל מוסיף זיין מדילי ווארום אזוי איז דאך באשאפן געווארן, אז ער זאל זיין אן ענין וואס ענינו איז דאך, אז ס'זאל זיין דוקא ער זאל זיין דער מוסיף על דרך ביז 'מאין ליש' שותף לקב", ובמעשה בראשית, כמדובר לעיל.

45ויש להוסיף בזה כמה וכמה וואס יעדער וועט אליין אויסגעפינען, און דער וואס האט אויסגעפינען נאך מערער און נאך בעסער תבוא עליו ברכה ווען ער וועט דאס אויך איבערגעבן אש את אחיו ון את אחיו וכו,' און מעורר זיין אויך אנדערערן מ'זאל האלטן אין אין הלוך והוסיף,

46ביז וואנענט ס'וועט ניט עוסף ווערן די לעצטע נקודה פון הפעולות, וואס דאס איז די פעולה פון גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, וואס דאס איז דאך אויך פארבונדן מיט חודש כסלו,

47און פארבונדן מיט 'פנימיות התורה' און פארבונדן מיט די אלע ענינים וואס מ'דערמאנט פריער, ובפרט אז מ'וועט זיך אויך מסיים זיין מיט מאכן א שליחות אויף פאנאנדערטיילן אויף צדקה, כפליים לתושי ועל דרך זאלן אויך טאן אין די ערטער וואס דאס ווערט געהערט, אדער מ'וועט דאס דארטן איבערגעבן, אויף מאכן יעדערן וואס מ'קען געפינען,

48אן קיין אונטערשיר וועלכן הויז ער האט זיך אדער אין וועלכע מיוסטער האט ער געלערנט, איז וויבאלד אז ער איז א ”בן אברהם יצחק ויעקב” און 'בת שרה' רבקה רכל ולאה איז א זיכערע זאך אז איצטער בזמן הזה איז צו אלעמען שייך דער ענין פון יפוצו מעינוציך חוצה על אחת כמה וכמה אז צו אלעמען איז שייך,

49וויבאלד אז מ'שרייט אדמתו אז ס'איז א זיכערע זאך אז ס'וועט זיין כלו כל הקיצין און שוין לאנג געדארפט זיין די גאולה האמיתית והשלימה, ואין ניתנו יודע אדמה פארוואס ס'האלט זיך אפ נאך אט די פאר רגעים שהאט מען געדארפט זיין מיט א רגע לפני זה,

50ואין להאריך אין ענינים פון שאלות וכו' ודיבור, בשעת מ'קען גלייך אריבערגיין אין א ענין של מעשה בפועל, און מיט אן ענין של שמחה, און דערנאך מסיים-זיין, איידער מ'וועט זיך פאנאנדערגיין מיט ”פדה בשלום נפשי מקרב לי כי ברבים היו עמדי” ווי ער איז מסיים און מבאר אין ”פדה בשלום” נפשי פון דעם ביטעלן רבי'ן,

51אז ס'ווערט די גאולה אין אזא אופן, אז ס'איז גאר ניטא קיין מציאות פון התנגדות און קיין מציאות פון מלחמה, על אחת כמה וכמה און ס'איז דא כולי טוב בטוב הנראה והנגלה, און צוזאמען דערמיט פנימיות הטוב,

52ביז דער טוב שאין למעלה ימנו, און ס'קומט אראפ בגלוי למטה דא אין תחתונים ”שאין למטה מהם”, עאכו' כמה אז ס'קומט אראפ די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו.

53אמן

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions