transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1און דאס איז נאך דעם וואס די רביים האבן זיך מוסר-נפש געווען פאר אונז, און ווי ער זאגט אין דער סדרה פון דער פאריקער וואך, אז בשעת אין צייטן נאך פון נוסף'ן הגשמי,
¶2און ער האט געזאגט יעקב'ן, אז ער זאל זיין אז מ'זאל שוין גיין, דער ועלו משיען בהר ציון האט אים יעקב געענטפערט, אז ער 'מצד עצמו' איז ביי אים איז שוין דער צייט פון בירורים פארענדיקט, און ער קען שוין גיין בהר סעיר, און דעמאלט וועט זיין ”והיתה להוי' המלוכה”.
¶3אזוי ווי אבער ער האט דער צאן ובקור עלות עלי דאס הייסט אז ער האט נאך קליינע שעפערלאכט וואס זיי דארפן ערשט מחנך זיין, און זיי דארפן אויך מציל זיין, אז ס'זאל בלייבן נשמות בגופים,
¶4און פונדעסטוועגן זאל זיין דער ”וראו כל בשר יחדיו כי פי ה' דיבר” א נשמה אין א גוף, איז רצונו בקור וואס זיי זיינען עלות מ'דארף ערשט אנהויבן מיט זיי די ארבעט, איז דעמאלט אויב וטפקו, מוי ס'וועט זיין דער אחישנה איז דעמאלט, למעשה וועט זיין איינס פון די ביידע,
¶5אדער דער כלית הנפש מצד דעם ריבוי אור, אדער די נפילה מיט שבירת הכלים דערפאר וואס זיי האבן ניט די עבודה בהדרגה.
¶6איז דאס איז געווען מיט דריי טויזנט יאר צוריק, האט שוין יעקב אבינו, וואס אט דא שטייט אויף יעדער נשיא מישראל שטייט אין קהלת יעקב, אז נשיא איז א ראשי תיבות ניצוצו של יעקב אבינו איז יעדער נשיא מישראל, וואס דאס איז דער יעקב אבינו פון זיין דור ביז דעם רבי'ן דעם שווער אין אונזער דור,
¶7איז 'מצד עצמו' איז נשא ונשא ונשא לנגדך אז ער קען שוין גיין אין הר סעיר,
¶8און מ'וועט מורר זיין וזרעו והיתר לה' המלוכם ס'איז מערניט וואס מ'האט רחמנות א פונץ, און מ'וויל אפילו ניט דעם קלות הנפש אין א רצוא, אן א שוב, נאר ס'זאל זיין אורות בכלים און דאס זאל מען דורכפירן דעם אויבערשטנ'ס עבודה אויף דירה לו יתברך בתחתונים,
¶9איז דערפאר איז דארף דער רבי דער שווער דורכגיין דעם ענין פון עפר עתה ללפר תשוב, און דארף ווארטן אין גלות, ביז וואנענט מ'וועט אויספוצן די כנעפלעך און מ'וועט זיך צוגרייטן,
¶10און מ'וועט קענען ארויסגיין מיט טבעות השם ווי א צבא דארף גיין, דארף ער זיין אויסגעפוצט, אז אפילו די כנעפלעך דארף אויף זיי אויך ניט זיין קיין נבק, אט וואס פאר אן אבק ס'זאל ניט זיין דארף מען דאך אין אים אפשפיגלען דער ”שמש ומגן הוי' אלקים”, דער אור השמש.
¶11און צוליב דערויף האלט מען אויף די ”שכינתא בגלותא”, מיט די נשיאים פון דעם בעל השמחה און די רותא ואחריו, וואס זיי האבן שוין לאנג געקענט האבן די גאולה, און שוין לאנג געקענט ארויסגיין און אט דא איז עסן עס זיך, און טרינקן טרינקט זיך, און שלאפן שלאפט זיך, און
¶12בשעת מ'שטעלט זיך דאווענען דאס ”מצוות אנשים מלומדה”, און טאמער לערנט ער פריער עפעס, איז דאס אויך ”מצוות אנשים מלומדה”, און טאמער וויל ער דאס צוזאמענפארן מיטן דאווענען, איז ווי דער רבי האט אמאל געזאגט, אז דאס איז אזוי ווי דער איטאלענישער טרעין פעוסט,
¶13וואס ס'איז דא א פראוואז, א לוקאמאטיוו, וואס מ'הייצט אים און ער חייבט, און ס'איז זי די וואסער און ס'גייט ארויס, מ'פארגעסט אבער צוזאמענטשעפן מיט די וואגנות, במילא איז דער פראוואז זייט און לאזט פון זיך און לאזט א רויס,
¶14און ס'איז זי די וואסער און די וואגנות שטייען אויפן ארט, און אפילו אז מ'קומט צום לערנען, וואס דאס איז שוין ”חכמתכם ובינתכם” און ער קען איינשפארן דעם 'שכל אנושי',
¶15איז דא האט ער תירוצים, און דא האט ער הסברות, און דא האט ער כל הענינים שבעולם, אבי ניט צולאזן דעם געדאנק אז דאס איז 'חכמתו רצונו' של הקב"ה, און ער איז מערניט וואס ”טען לשוני אמרתך” ער דארף האלטן אפן דעם אור,
¶16און פון דארטן וועלן גיין דער 'לימוד התורה' מיט די ראשונים מיט די אחרונים, ניט ער טוט עפעס אויף, און הלואי זאל ער ניט מקלקל זיין, און זאל ניט מעכב זיין, און זאל ניט מייווי זיין אין זייער שרה,
¶17און בשעת ס'קומט אפילו צו אט דעם לערנען אין זיין ציור, איז אויך איז ניטא דער ווילן דערביי, און קאמער איז דא דער ווילן ניטא דער תענוג, און ס'איז אבער ניט דא די תענוג גמור, די איז שוין ניטא די תענוג עצמי, און צוליב דערויף אלץ האלט מען אויף
¶18אט די אלע ענינים אין גלות, און מ'מאטערט זיך אליין, און מ'מאטערט יענעם, און מ'מאטערט די אלע עולמות, ווי די ”עולמות היותר עליונים”, בא בשעה, אז מ'איז מובטך אז בשעתא חדא וברגעא חדא אז מ'זאל זיך נאר וועלן עקער-טאן ווי ס'דארף-צו-זיין,
¶19און אין דער זייט אין וועלכע מ'דארף זיך עקער-טאן-איז אט דעמאלט וואלט מען, ווי ער זאגט אין אגרת התשובה, וואלט ער געזאגט השיבנו ”בתשובה שלימה לפניך” און גלייך נאך דערויף איז דא דער שלח לנו ובשמו מלכו ס'איז דערפאר וואס ס'איז קיין ספק ניטא,
¶20און גלייך נאך דערויף איז דא דער ברכת גאולנו איז אויף דערויף איז דאך דא רש"י אין מגילה, טייטשט דאס אויף אן אנדער סארט גאולה, ברענגט אבער דער אלטער רבי אראפ, און דער רמב"ם פסק'נט דאס אויך ניטאג, אז בשעת ”ישראל עושים תשובה”, איז דעמאלט מיד נגאלים, און דאס מיינט מען פשוט כפשוטו,
¶21אז ס'וועט קומען די גאולה שלימה והאמיתית, בשעת אט דער איד, וואס אויף אים שטייט אז יראה עצמו שקול און ”כל העולם כולו שקול”, און אלץ הענגט-אפ אן דער ”שעתא חדא ברגעא חדא” ווי ער וועט זיך עקער טאן, און בשעת ער וועט זיך עקער טאן לצד הימין איז אט דעמאלט איז מכריע ”עצמו לכף זכות”,
¶22מכריע ”את העולם כולו לכף זכות”, און דער אויבערשטער האלט זיין ווארט ומיד נגאלין אז שכינתא מיט די ”עולמות שלמטה הימנו”, און דאס וואס ס'איז נערנטער צו אונז,
¶23וועט אונז דער רבי ארויספירן במהרה בימינו, פון ניו-יארק צי פון ברוקלין בתוך 'כלל ישראל' די גאולה האמיתית והשלימה, ו”למטה מעשרה טפחים”, במהרה ובקרוב ממש.
¶24לחיים. ”לחיים. לחיים רבה”.
¶25חיים לברחמים. וואס דארף ער זיך קישן מעליבטישקייט?
¶26ווייס איך ניט, און ווער שלעפט מען פאר און צום ווייס איך אויך ניט, אבער ס'איז אזוי ווי ס'איז דאך געווארן מנהג העולם, מיט די מלחמה, צי דער האלבע מלחמה מיט מצרים האט מען מנצח-געווען, און דער אויבערשטער זאל העלפן, אז בחסד וברחמים זאלן אינגיכן פארשפילן די מלחמה אנטקעגן דעם אויבערשטן,
¶27די וואס מצד ”רוח שטות” פיר און אט דעמאלט איז דין הצידה ארץ ישראל שתתפשט בתוכה הארצות אז משיח וועט קומען פון חוץ-לארץ,
¶28מיט די ”רב מנין ורב בנין” וואס געפינט זיך אין חוץ-לארץ, און וועט יכוף, ווי ער זאגט אין רמב דם, 'יכוף כל ישראל' אויף לארמען די תורה און מקיים זיין די מצוות, און אט דעמאלט וועלן אלע זען און וויסן, אז דאס איז משיח צדקנו, דער איש שהגה בתורה און מקיים מצוותי' און מחזק בדקה,
¶29ולכם מלחמת השם.
¶30לחיים. לחיים.