transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1ס'איז דאך אלעמאל מקשר אויך מיטן שם על יסוד, וואס מ'געפינט דאס בכמה מקומות, אז מ'זוכט רמזים אויך אין שמות, וואס דאס איז דאך אויך בהמשך להאמור איז דאך שמו אויך פארבונדן מיט דאס וואס חזר"ט זיך איבער אין דעם מזמור קכ' ב' דער ענין השלום,
¶2וואס ”שלום שמו ושלום יהי' בימיו”, ובפרט נאך וואס עבודתו, כמדובר כמה פעמים, איז דאך געווען אין דערויף א נקודה עיקרית, אויף מאכן איין זאך פון לימוד הנגלה,
¶3נגלה דתורה, צוזאמען מיט לימוד החסידות, ”פנימיות ונשמתא דאורייתא”, אין דעם זעלבער ישיבה, אין דעם זעלבן מוסד אין דעם זעלבן המשך, ביז אין אן אופן אז איינער זאל איינווירקן אויף די צווייטע,
¶4און ס'זאל זיין ניכר בשעת ער לערנט חסידות, אז דאס לערנט א בחור אדער א יונגערמאן, וואס בשעת ער איז נאך געווען א בחור האט ער זיך שוין אויך געקאכט אין לימוד הנגלה, ועל דרך זה אויך אין דעם צווייטן קצה, אז ער לערנט נגלה מיטן גאנצן שטורעם, איז ניכר אז אין דערויף איז דא די הקדמה פון לימוד ”נשמתא דאורייתא”,
¶5'פנימיות התורה', וואס אט דעמאלט איז דער 'כל עצמותי תאמרנה' אין לימוד הנגלה גאר מיט א חיות נפלא ביותר.
¶6און ווי מ'געפינט דאך אויך בא דעם אריז"ל, ווי געבראכט אויך אין כתבי האריז"ל בכמה מקומות, אז הי' ”לומד ששה פנים” בנגלה ופנים אחד בנסתר,
¶7אין רזי דאורייתא, בימות החול, און כמדובר אויך בארוכה אין קונטרס עץ החיים ובכמה מקומות.
¶8ויש לומר אויך בנוגע צו דעם צווייטן שם, וואס די גמרא זאגט אין ברכות אז דומים לדוב, ווארום א דוב איז משורבל בבשר און האט ניט קיין מנוחה,
¶9א 'דבר והיפוכו', משורבל בבשר, דארף דאך דאס מכביד זיין על תנועות וואס קומט מצד הנשמה, און דא זאגט מען א סימן פון א דוב איז ביידע ענינים, מסורבל בבשר ואין לו מנוחה.
¶10וואס דאס איז דאך אויך געווען דער אויפטו, אין תורה גופא איז דאך אויך דא די ”גופא דאורייתא” און ”נשמתא דאורייתא”, און דא זאגט מען, אז ס'דארף זיין ששה פנים בנגלה,
¶11מסורבל בבשר צוזאמען דערמיט איז אבער דערנאך דא דער פנים אחד אין 'פנימיות התורה', און דערנאך אויך ווי די שינויים ווי דאס איז ביום השבת, און שינויים בזמן הזה, ווי צוויי שלישים ושליש אחד בימות החול והפכם ביום השבת וכו מיט נאך שינויים,
¶12ווי יעדערער האט געהערט אדער געזען געשריבן אין כתבים אדער געהערט פון די משפיעים ווי אזוי דאס איז די הנהגה בזמן הזה, אבער בכל אופן איז בא יעדערן דא דער ענין פון מסורבל בבשר, וביחד עם זה דער שלום,
¶13וואס שלום כמדובר נעמט זיך פון קו האמצעי, וואס דאס איז דאך דער בעל יום ההולדת מבאר אין דעם מאמר און מסביר, אז דערפאר האט דאס גענומען אז נענו תיכף איז מענה פיהם,
¶14איז דאס אויך כולל אין זיך די ביידע ענינים, אז אין תורה גופא מאכן שלום בין נגלה ופנימיות, אז ס'זאל זיין דער שלום אמיתי, אז יעדערער פון זיי איז מוסיף שלימות אין דעם חלק השני, ווארום דאס איז ניט קיין חלק, די ביידע זאכן זיינען אן עצם,
¶15וכשעתה תופס חלק מן העצם אתה תופס בכולו", צוזאמען דערמיט וויסן אז מ'האט צוטאן מיט א וועלט, אבער מ'מאכט פון דער וועלט גופא אז זי איז מסורבל בבשר, בדוגמא ווי מ'זאגט אויף ארץ ישראל, ”ארץ הצבי”,
¶16אז בשעת ס'קומט צו נאך אין אידישקייט קומט צו אין דעם צבי אין דעם בשר און אויך אין זיין אור, עד"ז בנוגע אין ארץ עצבי, עד"ז פארשטאנדיק בנוגע צו ”ואתם תהיו לי” 'ארץ חפץ' וואס דאס זאגט דער בעשם טוב אויף יעדער אידן בפני עצמו,
¶17עאכו' כמה אז ער איז זיך מתחבר מיט נאך כמה וכמה, עאכו' כמה אז ער איז זיך מתחבר מיט עשרה שבישראל, וואס דעמאלט איז דאך דאס די שלימות נקראים עדה קדושה, ”,אלקים נצב בעדת” א וואס
¶18אט דעמאלט ווערט דאס איין און איינציקער נאמען, ביז וואנענט אז דער דין איז אז מ'דארף דאס ניט שרייבן אין שתי שיטות, כמבואר בארוכה אין הלכות שמות פארבונדן מיט שטרות וכיו' בזה,
¶19ביז ווי מ'איז דערנאך אויך ממשיך פון מקרא אין תרגום, ווי דאס ווערט איבערגעזעצט דערנאך אויך אין שם הלעת, פארבונדן מיט לשון אים זו, וואס דאס איז ניט לשון הקודש, און פון די אלע דריי ווערטער צוזאמען ווערט דער נאמען פון דעם איין און איינציקן מענטשן, דעם איין און איינציקן אידן.
¶20וואס דאס איז דאך אויך, וויבאלד אז ”בתר רישא גופא אזיל” ובפרט נאך אז מ'לערנט תורתו און מ'גייט בדרכיו אשר הורנו ”ונלכה באורחותיו”,
¶21און מ'טוט דאס אין אן אופן ווי ער איז מסיים אין אגרת הקודש בהמשך ענין זה ”נצח סלה ועד” אז בשעת ער טוט דאס זעט מען אז דאס איז געטאן אין אזא מין אופן אז ”נצח סלה ועד אין לו הפסח”,
¶22ווי די גמרא זאגט אין עירובין אט דעמאלט ווערט מען, ובפרט נאך אז מ'פארבינדט זיך מיט אים על ידי לימוד תורתו אין אן אופן הלימוד וואס דאס ווערט א ”יחוד נפלא שאין” דוגמתו נמצא כלל, ביז וואנענט אז דאס ווערט 'כולא חד' ממש,
¶23ווערט דערנאך נמשך, אז ווי געמאנט פריער ”משה ואהרן עמהם”, איז בקרוב ממש ”הקיצו ורננו שוכני עפר”, והם עמנו,
¶24אויך ועיקר דער עיקר פון יום זה, דער בעל פון יום ההולדת, און מ'גייט אלע צוזאמען אויף ללמוד תורתו של משיח, 'פנימיות התורה',
¶25וכידוע בשיחה הארוכה שלו 'לפי ערך', אין הפצת המעיינות חוצה, וואס דאס איז דאך געווען איינע פון זיינע ענינים שהשתדל בהן בעיקר, כמובן פון שיחה האמורה וואס זי איז שוין אויך געדרוקט.
¶26ובפשטות, אז מ'זאל נעמען פון די אלע פרטים דעם ”יתר שאת ויתר עוז” צו טאן אין דעם ענין פון כולל זיין אידן אין איינע פון די ספרי תורות הנכתבים,
¶27צוזאמען כולל זיין זיי אין כל עניני התורה ומצוותי', אנהויבנדיק פון מעיינות התורה, הפצת המעיינות חוצה,
¶28ביז הפצת היהדות כולה חוצה, אין טאן אין די אלע ענינים אין אן אופן פון שלום, פון ”יחודא עילאה ויחודא תתאה”, וואס ווי דער צמח צדק איז מבאר ברשימותיו אויף דעם מזמור קכ"ב איז דאס איז דער ענין פון 'ירושלים של מעלה' און 'ירושלים של מטה', וואס דאס ווערט קיר שחוברה לה יחדיו,
¶29ובנקודה בפשטות, אז אלע אידן פאראיינציקן זיך צוזאמען דורך אהבת ישראל אמיתית, ביז וואנענט אז דאס ברענגט צו אחדות ישראל אמיתית, און מ'נעמט יעדערער מיט די ספרי תורה און מ'גייט צוזאמען לקבל פני יחידה שבנשמה כללית, וואס דאס איז משיח צדקנו,
¶30צוזאמען מיט דעם יחיד, ”יחידה לייחדך”, דער 'יחידו של עולם', דער ”ושב הוי' אלקיך את שבותך” אז דעמאלט גייט אויך די שכינה מיט, ביז יחיד שלמעלה, במהרה בימינו ממש, בגאולה האמיתית והשלימה, וואס זי קומט דאך ”בזכותו של יצחק”,
¶31וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט די מעשה ”אליעזר עבד אברהם”, מיטן שידוך פון יצחק'ן, און ווי מ'גייט דאך אריבער פון פרשה 'חיי שרה' אין פרשה אלה תולדות יצחק, ס'איז אבער יצחק בן אברהם, ווי דערמאנט פריער דער מיתוק הדין בחסד, אז דאס קומט אראפ על ידי העקידה, ווערט דאס איין זאך צוזאמען,
¶32וואס דאס איז דער איחוד וואס קומט אויך דורך דער התאחדות פון יעדער אידן און אלע אידן צוזאמען למטה מעשרה טפחים בפשטות, און דאס קומט אויך אראפ בפשטות דורך מקיים זיין ”ואהבת לרעך כמוך”, מה הקב"ה ”גומל חסדים, אף אתה גומל חסדים”, מיט אלע פרטים שבדבר, בטוב הנראה והנגלה.
¶33און מ'נעמט מיט די ספר תורה און מ'טאנצט אנטקעגן משיח צדקנו, ובמהרה בימינו ממש.
¶34לחיים. און דער ענין של החני דעם אלטן רבי'ס נעמט מען מאכן
¶35א ברכה אחרונה וועלן זיכער מאכן א ברכה אחרונה.
¶36ושמחה תהוקה