עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-g9yx833t

kind
paragraph
order
Z
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
מ'גיט אים גלייך די אלע מעגלעכקייטן, א כהן אליין און אויך א כהן, ורש'איז מפרש, אז כאטש אפילו דאס געהערט, לכאורה צו אנדערע משמרות וכו,' וויבאלד אז ער איז געקומען מאחד שעריך און ברענגט זיין התקרבות מיט זיין מסירות-נפש אין דעם אויבערשטנ'ס מקדש, איז אט דעמאלט קען ער טאן די אלע עבודות וואס איז פארבונדן מיט זיין קרבן, און דער אויבערשטער בענטשט אים, אין אלע פרטים וואס ס'איז דערמיט פארבונדן, צום אלעם ערשטן וואס דער אויבערשטער איז מקבל זיין גרייטקייט צו דינען דעם אויבערשטן מתוך שמחה וטוב לבב. און דאס איז פארשטאנדיק, אז דאס ברענגט אים גלייך הוי'הוא נחלתו, סיי בגשמיות סיי ברוחניות. ובמיוחד אז דאס קומט נאך אויס אין חודש אלול, וואס חודש אלול איז דאך דעמאלט המלך בשדה אז דער אויבערשטער איז מלך מלכי המלכים הקב,"ה געפינט זיך מיט יעדערן פון אונז, אף על פי וואס דערוויילע זיינען מיר נאך בשדה ניט אין דער גאולה און ניט אין ארץ הקודש, על אחת כמה וכמה בפשטות אין ירושלים עיר הקודש ובית המקדש, איז געפינט זיך דער מלך בשדה און מקבל יעדערן בסבר פנים יפות און מקבל זייערע בקשות, און נעמט זיי אלעמען מיט, אז זיי זאלן מיט אים מיטגיין לעיר מלכותו. וואס דאס איז אויך דער פשוט'ער אפטייטש אין דעם און די אפשפיגלונג, אז בקרוב ממש וועט מקויים ווערן דעם אויבערשטנ'ס הבטחה אין תורה, אז כלו כל הקיצין און שוין לאנג, קומען די צייט פון גאולה האמיתית והשלימה, איז כן תהי'לנו בתוך כלל ישראל אויף גיין צוזאמען מיטן מלך בשדה תיכף ומיד ממש, אזוי אז מ'וועט קענען מסיים זיין דעם שיעור פון יום רביעי שוין אין ארץ הקודש, בנערינו ובזקנינו ובבנינו ובבנותינו און דארט גופא אין ירושלים עיר הקודש,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions