transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1ס'איז דאך א התוועדות פארבונדן מיט יום הולדת פון דעם רבי'ן נשמתו עדן, דעם פאטער פון דעם שווער, וואס ער איז דאך נשיא דורנו פון ממלא מקומו פון זיין פאטער,
¶2וכמדובר כמה פעמים, אז אף על פי וואס דער לשון איז דאך ממלא מקומו, און דאס איז דאך א לשון גענומען געווארן בנוגע צו נשיאים פון גמרא איז דאך קען מען דאך ניט זאגן אז ס'איז מערניט ווי ממלא מקומו, ווארום ס'איז דאך א זיכערע זאך אז מה דאך אז בא דעם זעלבן מענטשן,
¶3אפילו בא א פשוט שבפשוטים, האט מען אים אנגעזאגט אז ס'זאל זיין ”להעלות בקודש” ער זאל גיין מחיל אל חיל, עאכו' כמה ווען ס'רעדט זיך וועגן א גדול בישראל,
¶4עאכו"כ ווען ס'רעדט זיך וועגן א נשיא, וואס זיין הנהגה איז דאך נוגע לכל הדור כולו, ווארום הנשיא ”הוא הכל כלשון רש” י,
¶5ווי געבראכט כמה פעמים, וואס דערפון איז פארשטאנדיק, אז וויבאלד אז רש י ברענגט דאס בפירושו על התורה, אז דאס איז פארשטאנדיק אז מ'הויבט אן לערנען חומש מיט פירוש רש י, האט רש"י געשריבן די אלע ענינים וואס פשוטם איז דאס פארשטאנדיק פאר דעם וואס ס'האלט מערניט בא לימוד המקרא.
¶6וואס כמאמר המשנה, איז דער סדר בזה איז, אז אויב ער איז חמש שנים איז ער שוין אין ”לימוד המקרא, בן” חבוש למקרא.
¶7און אט דעמאלט זאגט אים רש"י פירושי הכתובים, וואס אע' פי וואס ס'איז דאך ידוע דער גודל מעלות פון פירוש רש"י על התורה מיט די רמזים און יונו של תורה וואס דארטן, איז דאך לכל לראש ווי רש"י אליין גיט דעם כלל, אז ענינו איז מפרש זיין פשוטם של כתובים, פשוטו של מקרא,
¶8איז דאך דערפון פארשטאנדיק, אז לכל לראש איז דאס דער ענין כפשוטו, איז פארשטאנדיק, אז דאס וואס נשיא ההכל איז דאס פארשטאנדיק בפשטות אפילו בא א קינד וואס ער איז מערניט ווי חמש שנים.
¶9עאכו' כמה ווען דערנאך וואקסט מען נאך אויס, וכמדובר, ביז א דרגא ווי מ'רעדט וועגן נשיאים, איז דאך פארשטאנדיק, אז מ'קען ניט זאגן אז ס'איז מערניט ווי ממלא מקומו,
¶10וכמדובר, אז מה דאך אז בא דעם זעלבן מענטשן איז א חיוב אז ער זאל זיך ניט באגנוגענען, כאטש אפילו אז ”כל ישראל בחזקת כשרות”, עאכו' כמה א נשיא בישראל, במילא איז דאך זיכער אז בלשון הגמרא איז עבודתו ביום זה איז כדבעי למהבה, דאס הייסט בתכלית השלימות,
¶11זאגט מען, אז ביחד מזה איז אויף מארגן, אדער אין דעם טאג גופא, איז אין לו מנוחה אז ס'דארף זיין ”ילכו מחיל אל חיל”, ניט נאר שטיין און ממלא זיין דעם מקום וואס ער האט פארנומען מיט א רגע פריער אדער מיט א טאג פריער, נאר ער דארף זען ס'זאל זיין דער מקום הרחיב,
¶12מרחיב זיין דעם מקום, און ער זאל ממלא זיין דעם מקום הקודם, צוזאמען מיט ”ירחיב הוי' את גבולך"”.
¶13וכמדובר, אז דאס איז ”מכל שכן וקל וחומר, מה” דאך דאס זאגט מען בכלל אויף סתם תלמידי חכמים, אז ”תלמידי חכמים אין להם מנוחה לא בעולם הזה”,
¶14און מ'זאגט גלייך, אז דאס מיינט מען אין ענינים וואס ניט ”אין להם מנוחה”, דערפאר וואס ער איז נאך ניט געקומען צו זיין דרגא, נאר מ'זאגט שנאמר ”ילכו מחיל אל חיל” איז די דרגא אין וועלכע ער געפינט זיך, זאגט ”תורת אמת”, אז דאס איז א דרגא וואס ”תורת אמת” רופט דאס אן חיל און אעפי כן זאגט מען,
¶15אז אין לו מנוחה און ער במילא פועל"ט דאס, די העדר המנוחה פועל"ט בא אים אין מעשה בפועל אז ער האלט אין א הליכה מחיל אל חיל.
¶16ווערט דאך די שאלה, ער האט דאך פריער געטאן דעם כל הענין בשלימותו כדבעי?
¶17איז דאס גופא ווי מ'זאגט בנוגע צו ארץ ישראל, און מ'זאגט אז דערפון לערנט מען אויך אפ בנוגע צו אידן, אז ארץ ישראל ווערט אנגערופן בשם ”ארץ הצבי”.
¶18וואס דער ענינו איז, אז בשעת כל ישביה עלי' און זי איז ”מלאה מפה אל פה”, פול, זאגט מען, אז אויב ס'קומט צו נאך אידן איז אט דעמאלט איז ארץ ישראל מתפשטת,
¶19איז דאס גופא וואס ס'קומט צו נאך א איד איז דאס גופא ברענגט אריין ”ירחיב הוי' את גבולך”.
¶20עד"ז פארשטאנדיק, פארוואס איז דאס אזוי?
¶21דערפאר וואס דאס איז פארבונדן מיט אידישקייט, וואס דאס איז פארבונדן מיטן אויבערשטן, וואס בא אים איז דאך ניטא קיין הגבלות, וכמדובר כמה פעמים, אז ס'איז חס ושלום צו זאגן אז דער אויבערשטער איז ניטא אין עולם הגבול, ס'איז ”לית אתר פנים מיני'” ובלשון המובן בכמה מקומות ומפורסם אז ער איז ”ממלא כל עלמין”.
¶22”אפילו עולם העשי'” החומרי, איז דארט איז ער אויך ”ממלא כל העולם כולו”.
¶23און דערנאך זאגט מען, אז ער געפינט זיך אין אן אופן פון ממלא, ניט נאר אין אן אופן פון סובב ומקש, ווי דער אלטער רבי איז מבאר אין תניא,
¶24נאר אויך אין אן אופן פון ממלא ופנימיות, און מ'פילט דאס און מ'זעט דאס מיט כל הביאורים האמורים ”בזה, ביחד עם זה” האט מען דעם ציווי אז מ'זאל נאכמער מפיץ זיין אלקות בעולם, דורך מפיץ זיין אידישקייט בעולם, אנהויבנדיק פון ”עולם קטן זה הענב”, אן אדם פון זיך אליין, ווערט דאך די שאלה, עס דאך שיעור געווען מלא?
¶25איז אויף דערויף דער פירוש, ווי די גמרא זאגט אין סיום פון כתובות, אין די מעלות פון ארץ ישראל, אז דאס איז ”ארץ הצבי”, אז ס'איז ניטא אין דערויף קיין הגבלה.
¶26אין זיין הגבלה, ווי ער איז אין אן עולם מוגבל, איז דארטן גיט מען אים די כח, אז ניט נאר אין ”יומין זכאין”, נאר 'בכל רגע' ורגע אויב ער וועט נאר ניט האבן קיין מנוחה און וועט וועלן גיין, איז ער אלץ מוסיף פון מרחיב את המקום ומגדילו.
¶27וואס דאס איז אויך דער פירוש האמור, אז בשעת מ'זאגט ממלאי מקומו איז דאס ניט קיין סתירה צו זאגן אז ס'איז צוגעקומען א הוספה, ואדרבא ס'איז מוכרח צו זאגן אז ס'איז צוגעקומען א הוספה, ווארום דער מקום בייט זיך 'בכל רגע' ורגע, ריידי פעולות האדם.
¶28און בשעת ער איז נאר אן אדם ווי ס'דארף צו זיין, ”אדם אתם” על שם ”אדמה לעליון” איז אט דעמאלט שטייט ער אין אן אופן פון הליכה אמיתית, כמבואר בכמה מקומות, אז הליכה אמיתית הייסט אז מ'גייט אינגאנצן אוועק פון דער פריערדיקער דרגא, וואס דאס איז ניט ווי מ'גייט בסולם מדרגא לדרגא ומשלב לשלב,
¶29נאר מ'גייט פון גבול אין 'בלי גבול'.
¶30און דערנאך, בשעת ער שטייט צו אין דעם נייעם 'בלי גבול' קומט ער צו נאך א העכערן 'בלי גבול'.
¶31וכמדובר כמה פעמים, אז אין 'בלי גבול' איז אויך דא כמה דרגות, ביז ווי מ'זעט דאס אפילו א בן חמש, אז ס'איז דא 'בלי גבול' נקודות וואס איז דא אין א קו,
¶32און ס'איז דא אין מספר הקוין וואס אין א שטח איז דא 'בלי גבול' צום מספר שבשטח, אויב דער שטח איז ניט מוגבל, און שכל הפשוט נעמט אן אז מקום האט ניט קיין הגבלה.
¶33פונקט אזוי ווי זמן האט ניט קיין הגבלה, ס'האט א התחלה, אבער ס'האט קיין ארט ניט, שכל קען ניט מתיג זיין, ווי אזוי ס'קען זיין א ענין וואס ער איז ניט בזמן,
¶34ווי אזוי ס'קען זיין אן ענדע צום זמן למעלה מן הזמן, אויף ענינים וואס האבן קיין שייכות ניט צו זמן האבן זיי די גאנצע צייט קיין שייכות ניט צו זמן, אויב נאר ער איז בגדר הזמן איז אט דעמאלט איז זמן אין לו סוף, ער האט א תחילה, וזמן איז נברא, אבער אין לו סוף.
¶35ועל דרך זה אויך בנוגע צו מקום, און שכל הפשוט, 'שכל אנושי', מ'פרעגט ביי אים וואו ענדיקט זיך א קר דער קר?
¶36זאגט ער, ער ענדיקט זיך שוין ערגעץ ניט, ער האט קיין סוף, ועל דרך זה א שטח, ועל דרך זה העכערע ענינים, העכערע דרגות אין 'בלי גבול'.
¶37וואס דאס איז, בשעת ס'איז דא די הליכה אמיתית וואס דאס איז פארבונדן אז מ'גייט אריבער פון גבול אין 'בלי גבול', איז דערנאך פון איין 'בלי גבול' געבט מען אריבער אין א העכערן 'בלי גבול'.
¶38עכ"פ בהנוגע לעניננו, איז בשעת מ'זאגט ממלא מקום, איז דער פירוש בזה ניט ח' ושלום ממלא דעם מקום ווי ס'איז געווען דער מקום מיט א טאג פריער אדער מיט א רגע פריער, ווארום בשעת ס'רעדט זיך וועגן א תלמיד חכם, עאכו"כ וועגן א נשיא בישראל איז דעמאלט איז דאך א זיכערע זאך, ווי ”תורת אמת” איז אויף אים מעיד,
¶39אז זיין מציאות איז אין אן אופן פון עולה מנוחה, ווארום ער האלט אין א שטענדיקער הליכה, ווערט דאך די שאלה מיט א רעה פריער איז ער אויך געווען ממלא מקומו, האט ער אבער דעם כח אין זיך, ווארום ”אינו מבקש אלא לפי” כוחם אז מרגע לרגע איז ער מרחיב ומגדיל ומעמיק את המקום.
¶40און איז ממלא דעם מקומו החדש, און דערנאך אזוי אויך אין רגע שלאחרי זה איז אלץ ”ילכו מחיל אל חיל”.
¶41וואס דערפאר איז אויך אז מ'זאגט ממלא מקומו, איז דאס ניט געמיינט חס ושלום מקומו ווי ס'איז געווען פון פריער, נאר ס'איז דער גדר פון ממלא מקומו איז ביי אים געבליבן און ס'גייט אן מיטן גאנצן שטארקייט און מיט די גאנצע שלימות אז ער האלט אין איין שטייגן אין מקומו,
¶42אין איין מגדל זיין מקומו, און ער איז אים ממלא ווי דער מקום שטייט ברגע החדש, אין מציאות חדשה.
¶43עד"ז אויך בנוגע לעניננו, דערפון אבער וואס מ'זאגט ממלא מקומו איז דאס גופא איז דאך א הוכחה אז דאס איז געבויט געווארן אויף מקומו ווי ס'איז געווען פאר דערויף, וכמדובר ומבואר כמה פעמים,
¶44אז אע"פ וואס מ'איז מבאר אז ההליכה אמיתית איז, אז ס'איז שלא בערך פון דעם מעמדו ומצבו הקודם איז אעפ' כן זעט מען דאך בפועל, וכלשון הכתוב ”ילכו מחיל אל חיל”.
¶45וואס דאס האט דאך אין זיך די ביידע ענינים, אז ער גייט אריבער מיט א הליכה אמיתית פון דעם פריערדיקן חיל אין דעם נייעם חיל,
¶46ביחד עם זה ווי מ'טייטשט בא ”יפה כח הבן מכח האב”, איז דער אפטייטש אין דערויף אויך, אז דאס וואס ער קומט אל חיל, איז וואו קומט ער אויף דערויף דעם יסוד און נתינת כח און די הכנה?
¶47איז די הליכה הויבט זיך אן מיטן כח פון דעם פריערדיקן חיל, ווי מ'זעט דאס אויך בפשטות.
¶48בנוגע צו 'לימוד התורה', הידור אין 'קיום המצוות', וואס דאס תביר, דערנאך אויך אויף זיין הנהגה אין ”כל מעשיך יהיו לשם שמים” ו”בכל דרכיך דעהו”.
¶49וואס עד"ז אויך בהנוגע לנדון זה, פון די התוועדות וואס מ'קלייבט זיך צוזאמען, אין צוזאמענהאנג מיט יום הולדת פון דעם וואס איז געווען ממלא מקומו, פון דעם בעל יום הולדת פון דעם וואס דערנאך איז נשיא דורנו געווען זיין ממלא מקום.
¶50וואס דאס איז דאך, כאמור, לויט דער גמרא האמורה, וואס דאס איז דאך דער סיום וחותם פון מסכתא ברכות, מיט אלע רמזים שבדבר, אז ”תלמידי-חכמים אין להם מנוחה” בכל יום ויום,
¶51קומט נאך ”יומין זכאין” זמנים מיוחדים וואס דעמאלט איז די הליכה נאך שלא ”ביתר שאת וביתר עוז”, צוזאמען מיט דער העדר המנוחה מערער נאך ווי שאר זמני השנה,
¶52וואס איינער פון די זמנים איז איז דער יום ההולדת, וואס דעמאלט איז ”מזלו גובר”, וכמבואר ומדובר בארוכה בא מערערע געלעגנהייטן.
¶53וואס דא איז דאך אויך דער דיוק ”מזלו גובר”, ניט מ'זאגט סתם אז זיינע כחות זיינען גוברים אדער דבריו אדער מעשה וכו נאר מ'זאגט דעם לשון ”מזלו גובר”.
¶54וואס דער עילוי פון מזלג אז בכל עניני האדם איז, אז דאס איז דער מקיף הרחוק פון כל עניני האדם.
¶55ס'איז דא די מעשה האדם, דערנאך איז דא דיבורות שלו, און דערנאך איז דא די מחשבות זיינע, דערנאך איז דא זיינע עשה כחות פנימיים, און דערנאך איז דא זיינע ענינים עקיפים.
¶56און אין עקיפים גופא איז דא ביז, כלשון הידוע, אין מזל לישראל ווי חסידות טייטשט דאס אפ אויך אין די מאמרים פון דעם בעל יום ההולדת, אז דער מזל לישראל איז דאס דער ענין פון רעי'ן,
¶57ס'איז אבער ניט אן עין וואס האט קיין שייכות ניט צו מציאות, ער ווערט אנגערופן בשם עין דערפאר וואס מ'האט אין אים קיין השגה ניט, אבער דערנאך שטייט אט דער עין אין אן אופן פון מזל,
¶58וואס דער פירוש הפשוט און דער שורש פון דעם ווארט מזל איז דאס דער זעלבער שורש, בנוזלים ממלבנן אז פון אים איז נוזל אין כל כחות האדם, סיי הפנימיים, אפילו אין כחות מקיפים,
¶59און ווי מ'זאגט דאס אויך אז דאס איז ניט סתם א שייכות נוזלים צוזאמען מיט מזל, נאר אויך אין מזל איז דא דער ענין וואס ער איז נוזל מן לבנון, בדוגמא ווי צבע לבן איז דער שורש פון כל הצבעים, און אויך בדוגמא ווי אין 'כחות הנפש' ווי זיי שטייען שוין בגוף,
¶60איז התחלת הכחות הויבט זיך אן פון ל' בי"ס נתיבות חכמה און אום שערי בינה, וואס ל' בי"ס און אום אט דאס איז די אותיות פון לבנה, כמבואר בארוכה אין כמה דרושים, אויך אין דרושו פון בעל יום ההולדת.
¶61און אט דא זאגט מען, אז דאס איז אזא טאג וואס דעמאלט איז ניט נאר איז דא א השפעה מיוחדת פון די מעשה פון דעם בעל יום ההולדת, אדער דיבוריו אדער מחשבתו,
¶62אדער כוחות הפנימיים ומקיפים שלו, נאר אפילו דער מזל שלו, וואס לכאורה איז וואס איז די שייכות פון מזל פארבונדן מיט 'זמן ומקום', זאגן אז וויבאלד אז ס'איז געווארן א שינוי אין זמן, ס'איז יום ההולדת, ווערט א שינוי אין מזל דאס איז לכאורה שייכות צו זאגן בא כחות פנימיים, אדער בא כחות מקיפים וואס זיי שטייען אין פנימיות.
¶63בשעת מ'זאגט אז ס'האט פארבונדן מיטן מזל, און דער מזל ווערט אנגערופן דער עין, וואס אפילו א חכמה, וואס דאס איז דאך כאמור דל' בי"ס נשיבות חכמה, איז איר שייכות מיט עין איז אין אן אופן פון תמצאו,
¶64ווי חסידות טייטשט דאס אפ אויך די מאמרה פון בעל יום ההולדת, אז חכמה געפינט זיך און ווערט גענומען פון עין, פון אין מזל לישראל זי נעמט זיך אבער פון דארטן אין אן אופן פון תימצאו ווען איז שייך זאגן אן ענין של מציאות?
¶65ניט ווען ס'איז דא א זאך און אויף דער זאך איז אנגעשריבן, אז דאס געהערט צום פלוני בן פלוני, דעמאלט איז דאס ניט קיין עבודה איז ניט שייך אין דערויף קיין מציאה.
¶66תימצא איז שייך זאגן ווען דאס איז פארבונדן מיט עבודה.
¶67אזוי ווי די זאך איז געגאנגען פארלארן, און ס'איז ניט ניכר צו וועמען דאס געהערט, און דערנאך געפינט מען דאס ווערט דאס אנגערופן בשם מציאה.
¶68און אזוי געפינט זיך אויך די החכמה פון עין, געפינט זיך אין אן אופן וואס דאס איז תימצו, אין אן אופן של מציאות.
¶69און אט דא זאגט מען, אז ס'קומט א יום ההולדת איז אפילו מזלו איז אויך גובר, עאכו' כמה וכמה די אלע עניניו וואס זיי קומען מצד דעם מזל שלו, וואס דאס איז, כאמור, די אלע ענינים, מחשב 'ודיבור מעשה' און כחות פנימיים ומקיפים, כמדובר כמה פעמים.
¶70וביחד עם זה זאגט מען, אז דאס ווערט אנגערופן דער עין איז דאס, ביחד עם זה ווערט דאס מזל מערניט אבער בא ישראל, בשעת ס'רעדט זיך וועגן עניני העולם איז דאס עין האט די עולם קען דאס ניט פארנעמען,
¶71בשעת ס'רעדט זיך אבער וועגן ישראל, וואס זיי זיינען בניו של מקום, במילא האבן זיי די אלע ענינים, אז ס'איז טאקע מקום, ס'איז אבער הקב"ה און ווערט נמשך אין מקום, און ס'נעמט זיך מלמעלה מן המקום, וכולם ביחד איז אט דעמאלט ווערט א איד בדוגמא פון דעם אויבערשטן כביכול,
¶72וואס אט דעמאלט ווערט דער עין ווערט בא אים דער מזל.
¶73אין אן אופן פון ונוזלים, ביז ווי דאס קומט אראפ אין עקב שברגל.
¶74ואדרבא דאס איז דער אבן בוחן און דער בכן, בשעת דאס קומט אראפ אין מעשה בפועל אט דעמאלט ווייס מען אז דאס איז א ריכטיקע עבודה און א ריכטיקע התגברות אין דעם מזל,
¶75ווארום דאס איז דורכגענומען ביז ס'איז אראפגעקומען אין מעשה בפועל, און ”אין מעשה גופא” אין דרגא הכי תחתונה שבמעשה, וואס דאס איז דער עקב שברגל, עשי' שבעשי'.
¶76וואס אט דא קומט צו א התעוררות מיוחדה, אז בשעת אזוי מ'מאנט בא א אידן ער זאל שטיין אין אן אופן פון ”ילכו מחיל אל חיל”,
¶77איז וויסנדיק דער מצוקת הזמן מיט די ענינים המבלבלים, מיטן העלם ואסתר פון עולם איז קיין פלא ניט וואס ס'ווערט ביי אים די שאלה ווי אזוי קען ער פון זיך פארלאנגען ”ילכו מחיל אל חיל” הלואי וועט ער האלטן אין דעם אופן פון ”חיל הקוראים שלו”, ניט קוקנדיק אויף בלבולי הזמן,
¶78ווי דער אלטער רבי איז זיי מבאר בארוכה אין אגרת הקודש שלו, שרייבט אויפן שער אז ”קרוב אליך הדבר מאוד” דערנאך איז ”בני הגאון המחבר” האבן מחבר געווען צו די פריערדיקע חלקים פון תניא,
¶79אויך די אגרת הקודש שלו, וואס דארט איז מבואר ווי אזוי דער זמן איז מבלבל און בארעכטיגט לכאורה ביז וואנענט מ'דארף געפינען הסברות, און דער אלטער רבי האט געדארפט שיקן איין בריוו און ווייטער אמאל און ווידער אמאל מיט ריבו אגרות,
¶80מבאר זיין ווי אזוי די מצוקת הזמן זאל דאס ניט אפהאלטן דערפון, פון די הליכה מחיל אל חיל, און מאנט דארט אויך לכל לראש אז ס'זאל ניט זיין קיין מגראות אין וואס מ'איז געווען רגיל פון פריער,
¶81דערנאך איז ער דערנאך אויך מוסיף, אז נאך אויך מ'זאל נאך אין דערויף מוסיף זיין, כמבואר בארוכה בכמה פון אגרות הקודש.
¶82ביז אין דעם ענין פון מצות צדקה כפשוטה, ווי פארשטאנדיק פון דעם תוכן פון די אגרות הקודש, וואס לכל לראש איז דאך ענינים כפשוטם, ווי נשיאי דורנו האבן דערציילט בא וואס פאר א געלעגנהייטן און וואס איז געווען די תכלית פון שרייבן און פאנאנדערשיקן די אגרות הקודש.
¶83און דערצו קומט צו דער ריבוי פון סודות התורה ורמזי התורה און דרשות התורה, ביז אויך הלכות וואס מ'לערנט אפ פון כמה פון די אגרות הקודש.
¶84און לכל לראש אבער מיינט מען פשוט געבן צדקה כפשוטה, אין כסף וזהב ונחושד.
¶85וואס דאס איז אויך דער לימוד לכל לראש, כאמור, בשעת ס'קומט נאך א יום מיוחד, ווי א יום ההולדת, וואס נוסף וואס ס'איז דאך דא אלעמאל די בקשה, מיט אויך א ציווי פון ”ילכו מחיל אל חיל” בשעת ס'קומט יום ההולדת קומט צו א טענה חזקה, חדשה לגמרי.
¶86אזוי איז דאך די שאלה בא אים, צי קען ער בא זיך פארלאנגען?
¶87און אויב ער דארף דאס בא זיך פארלאנגען א הוספה, איז כידוע דער סיפור פון נשיא דורנו, וואס בידי הוי עובדו, אז בשעת מ'נעמט אויף זיך מערער כפי היכולת ברגע זה עפנט דער אויבערשטער נייע צינורות, און ווי מ'האט דאס געזען במעשה בפועל.
¶88דא קומט צו גאר א תביעה חזקה וחדשה, אז דער נייער ציני שטייט מן המוכן, ווארום ס'איז יום ההולדת איז גובר מזלו פון דעם בעל יום ההולדת,
¶89און ער שטייט מוכן אז זיין התגברות זאל אראפקומען דא למטה אין דעם אידן צו וועלכן ס'איז דערגאנגען די ידיעה אז ס'איז א יום ההולדת און אז דעמאלט איז גובר מזלו וכו.'
¶90וואס דעמאלט ווערט דאך די שאלה, וויבאלד אז דו האסט אלץ מן המוכן, איז ווי איז דאס שייך רחמנא ליצלן זאלסט ניט אויסנוצן אט דאס וואס ס'ליגט בא דיר אויפן שולחן ארוך, צוגעגרייטע הייט און פארטיקערהייט, און אין אן אופן פון גובר,
¶91וואס דער לשון פון גובר איז, ווי כלשון הכתוב, אז ויגברו איז דער טייטש, אז ס'איז דא וואס מ'האט, און דאס וואס מ'האט שטייט אין אן אופן אז ס'איז הולך ומתגבר, כמעין המתגבר.
¶92דאס הייסט, אז מ'גיט אים אט דאס וואס יום ההולדת גיט מצד דער התגברות המזל פון בעל יום ההולדת, ”לגמרי שלא בערך” פון אנשים כערקנו, און דאס ליגט במוכן אויפן טיש.
¶93און דאס ליגט אויפן טיש אין אזא מין אופן, אז ניט אז ס'ליגט א דבר א גרויסע זאך, אבער מיט א מדידה והגבלה, אט דאס וואס ס'ליגט איז דאס אזא מין זאך וואס דאס איז כמיין המתגבר.
¶94אז מ'וועט דאס נאר נעמען און אנהויבן נוצן, איז ניט קוקנדיק וואס לכתחילה, כאמור לעיל, האט דאס די מדידה והגבלה, ווארום ס'איז אראפגעקומען אין א מקום מוגבל און אין א זמן מוגבל, אבער אין דעם ארט און אין דעם זמן שטייט דאס אין אן אופן אז דאס איז הולך ומתגבר 'מצד עצמו', ווי דער מיין וואס ער איז מתגבר 'מצד עצמו',
¶95און מ'זאגט אים אז דאס ליגט ביי אים מן המוכן, ס'איז מערניט ער דארף צולייגן זיין ”אצבע קטנה” כדי דאס זאל ווערן אויפגעטאן ”אין פועל, בעולם הזה” התחתון שאין תחתון למטה הימנו, וואס א נשמה וואס זי געפינט זיך אין עולם האמת,
¶96איז דא ענינים וואס זי מוז אנקומען צו א נשמה בגוף וואס געפינט זיך דוקא אין עלמא דשיקרא, ווארום מ'דארף אויפטאן אין עלמא דשיקרא, אין אן אופן אז ס'זאל ווערן די ”אתהפכא חשוכא לנהורא” און פון דעם שקר זאל מען מאכן אמת בעולם הזה התחתון,
¶97ובלשון פון די מאמרים פון ימי ההילולא פון נשיא דורנו מ'זאל מאכן פון דעם שקר זאל מען מאכן א קרש, און מ'זאל אויפבויען פון דעם קרש און א צווייטן קרש און אלע קרשים אויפבויען דעם משכן אין וועלכן ס'ווערט דער ושכנתי בתוכם.
¶98וכאמור לעיל, ”המעשה הוא העיקר”, בשעת מ'וועט זיך אנהויבן נאכפרעגן ס'איז טאקע גערעדט און געזאגט און מסביר געווען וכו' וואס מיינט מען בפועל?
¶99מיינט מען בפועל אט דאס וואס דער בעל פון יום ההולדת און ממלא מקומו דער זון זיינער נשיא דורנו האבן געשריבן בכמה וכמה מכתבים שלהם, אגרות קודש שלהם, און נאכמערער אין זייערע שיחות און די מאמרים,
¶100וואס די אלע ענינים ווערן נכלל אין דעם ענין המשולש פון ”תורה ועבודה וגמילות חסדים”, ובפשטות אויף מוסיף זיין בפשטות א הוספה בכמות און אויך באיכות אין 'לימוד התורה' הנגלה והחסידות, און אין אן אופן אז דאס ווערט א תורה אחת, כמדובר בארוכה ובפרט אין שנה שעברה,
¶101בהנוגע אז דאס איז געווען דער אויפטו פון ישיבת תומכי תמימים, וואס זי איז דאך נתייסד געווארן על ידי בעל יום ההולדת, אז פריער איז געווען דער לימוד בנפרד, מ'האט געלערנט סיי נגלה און סיי נסתר, ס'איז אבער געווען צוויי באזונדערע לימודים,
¶102דערנאך איז געווארן די ישיבה וואס דארט איז געווען דער דיוק אז ס'זאל ווערן דער לימוד ביחד, און אין אן אופן פון תמימות, וואס דוקא דעמאלט איז דאס א ענין של תמימות אמיתית.
¶103עד"ז אויך אין עבודת התפילה, בפרטן ער פי אריכות הביאור אין קונטרס עץ החיים פון בעל יום ההולדת, ווי אזוי דאס איז א הכרח גמור, אז דער 'לימוד התורה' זאל זיין כדרוש,
¶104בפרט נאך 'לימוד התורה' אין אופן למעלה מהגבלה, ”כאמור לעיל, ילכו מחיל אל חיל”, נוסף אויף דעם ענין בפני עצמו פון עבודת התפילה א באזונדער עמוד בפני עצמו, נוסף וואס ער טוט אויף אין די אנדערע עמודים פון תורה און גמילות חסדים,
¶105וכמדובר ומבואר, און אויך פארשטאנדיק בפשטות.
¶106און אזוי אויך אין דעם עמוד השלישי, אמור פון גמילות חסדים וצדקה אויך אין דעם אופן פון ”ילכו מחיל אל חיל”, וכאמור בכל ענינים אלו אין אן אופן פון מעשה בפועל.
¶107וואס דאס האט דאך אויך א קשר צו די כאמור לעיל נוסף וואס ס'איז מפורש ומבואר בכמה מקומות האט דאס אויך א קשר וואס בשנה זו האט מען נאך א שנת העיבור,
¶108און אין שנת העיבור גופא אין 'תכלית השלימות'.
¶109שנת העיבור האט דאך מערער טעג ווי א שנה פשוטה, אבער אין דערויף גופא קען זיין דריי אופנים, אדער א ענין וואס ווערט אנגערופן חסרה אדער העכער דערפון ווערט אנגערופן כסדרה מדידה והגבלה, דערנאך איז דא דער העכסטער אופן,
¶110וואס דאס איז א ענין וואס ווערט אנגערופן בשם שלימות ותמימות, ווי די גמרא טייטשט אפ אויף ”שנה תמימה”, וואס דאס איז די גרעסטע צאל טעג וואס ס'קען זיין אין שנת העיבור,
¶111וואס דאס איז בשנה זו.
¶112און אין רוב זאגט מען, אז כל יומא ויומא עביד עבידתי,' אז ס'קומט צו נאך טעג, קומט צו אין עביד עבידתי,' ווארום ”כל ישראל בחזקת כשרות הם”.
¶113ובפרט נאך אז מ'האט נאך אויך ”מזלו גובר”, און ווי נשיא דורנו האט געשריבן בנוגע צום בעל יום ההולדת אז א צדיק לא יעזוב ”את צאן מראיתו” איז א זיכערע זאך אז דאס וואס ”מזלו גובר” איז ער אויך גובר אין דעם ענין אויף ס'זאל ווערן א התגברות
¶114אין יעדערער פון צום אריתו בכל ענינים האמורים, און א התגברות אין אן אופן פון 'גשמי ברכה', אנהויבנדיק ווי דאס איז אין 'לימוד התורה' אין אן אופן פון מעיין המתגבר, אויך אין עבודת התפילה אין אן אופן פון 'רחובות הנהר',
¶115אז ס'ווערט א רחבות אמיתית ביז דעם 'מרחב העצמי' פון א התבוננות, וואס דורך דערויף ווערט דאך די תפילה כדרוש, ווי אפגע'פסק'נט אין שולחן ערוך,
¶116אז תפילה קומט לאחרי ההתבוננות, אין גדלות הקול ושפלות האדם, מיוסד על דבר המשנה, ”אין עומדים להתפלל” אלא וואס דער לשון איז דאך מדגיש אז דאס איז א הכרח גמור,
¶117ניט מ'זאגט ”עומדים להתפלל מתוך כובד ראש”, נאר מ'זאגט ”אין עומדים להתפלל אלא מתוך כובד ראש” איז דאס א הכרח גמור, כמדובר אויך אין נגלה בהנוגע להלכה.
¶118וועל דרך זה אויך אין דעם ענין הצדקה, ובפרט נאך כאמור אז מ'האלט אין שנת העיבור, קומט דאך צו צוויי מאל אדער, אין דערויף באשטייט דער ענין פון עיבור.
¶119ס'קומט צו א חודש.
¶120וועלכער חודש קומט צו? חודש אדר.
¶121וואס ס'איז טאקע דא חילוקים ”בין אדר ראשון לאדר שני”, מ'זאגט דאך אבער ”אין בין אדר ראשון לאדר שני אלא” וואס דאס גופא איז מדגיש אז בעצם איז דאס זיינען ביידע אדר.
¶122וואס ”שמו אשר יקראו לו בלשון הקודש” גיט ארויס דעם תוכן הענין, דערנאך איז דא געציילטע זאכן אין וועלכע ס'איז א חילוק בין ”אדר ראשון און אדר שני”.
¶123וואס איז ענינו של אדר?
¶124ענינו של אדר איז, וואס די נקודה שלו איז דער ענין פון פורים, וואס ענין פון פורים איז איז אהבת ישראל בכלל,
¶125דערפאר איז דאך ענינו דער ענין פון מתנות לאביונים און אפילו איש לראהו משלוח מנות יענער דארף דאס גאר ניט האבן, ס'איז מערניט וואס ער קען זיך ניט איינהאלטן, אזוי האט אים דער אויבערשטער באשאפן אז ”עושה רצון קונו” ער קען זיך ניט איינהאלטן, ער מוז אים שיקן מנות,
¶126עאכו"כ מתנות לאביונים, וואס דאס איז דער ענין האמור פון גמילות חסדים, וואס כללותם איז דער ענין הצדקה.
¶127און אין די אלע ענינים, כאמור, האט מען דעם ענין פון ”מזלו גובר”.
¶128וכאמור לעיל, דאס איז ניט נאר ”עמדו הכן כולכם” און דעמאלט וועט מען מקבל זיין א ענין וואס טאקע א גרויסע זאך, אבער במדידה והגבלה זאגט מען אז די ענינים פון יום ההולדת איז אין אן אופן פון גובר, וואס גובר אין לשון הקודש, אין לשון חכמים און אין לשון תורה,
¶129איז דאס ”ויגברו המים ועל” דרך זה כמים המתגבר, אז מ'באקומט טאקע לכתחילה, לכאורה א זאך וואס דאס איז במדידה והגבלה, אבער אין דאס גופא שטייט אין אן אופן וואס הולך ומתגבר.
¶130און יהי רצון, אז פון דער רעדן אין די אלע ענינים זאל אראפקומען אין מעשה בפועל, ובפרט נאך אז אין דערויף גופא האט מען, כאמור לעיל, די נתינת כח, און אין אן אופן פון גובר.
¶131און דאס זאל נאכמערער צוהיילן, די התגברות פון ביאת משיח צדקנו אין אן אופן פון אחישנה דוקא, און ארו אים עננה שמיא אז ס'וועט זיין נוסף וואס דאס איז בעגלא דידן, ובמהרה בימינו ממש,
¶132קען דאך אין דערויף גופא זיין בכמה אופנים זאל דאס זיין אין אן אופן וואס ילכו אין דער גאולה האמיתית והשלימה צוזאמען מיט משיח צדקנו וארואים ענני שמיא ברגע כמימרא געפינט מען זיך גלייך ”אין ארצנו הקדושה”,
¶133וואס זי שטייט אין אן אופן פון 'ירחיב הוי' את גבולך' ביז למעלה ממדידה והגבלה, ורמה ווי ס'שטייט דער לשון אין חזקאל בנוגע צו ירושלים עיר הקודש, דער ”קרית מלך רב” פון ארץ ישראל, און דארטן גופא אין הר הבית, און אין ”מקדש אדנ' כוננו ידיך"”, ומתוך שמחה וטוב לבב.