transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1ראש לכאורה, איז וויבאלד אז מ'האט מעריר געווען וועגן ”אליפטר אדם מחבירו אלא מתוך דבר הלכה” האט מען דאך צום אלעם ערשטן געדארפט זאגן א דבר הלכה, איז דאס אבער דער ענטפער אויף דערויף מיני' ובו, אז מ'זאגט דעם עצם ענין ”אליפטר אדם מחבירו אלא מתוך דבר הלכה” האט ער שוין געזאגט א דבר הלכה.
¶2עאכו"כ אז דערנאך האט מען אויך גערעדט וועגן התבוננות לפני התפילה א הלכה פסוקה אין דעם ענין פון תפילה, און אויך א הלכה פסוקה אין ענין פון אהבת ישראל, וכו' וכו מיט נאך כמה ענינים, וואס כמה פרטים וענינים בהם זיינען הלכות פסוקות אין שולחן ערוך,
¶3כמדובר לעיל, אפילו אט דאס וואס דער רמב"ם זאגט אז לב המלך איז לבו של 'כלל ישראל', האט דאך דער רמב"ם געשריבן בהקדמתו צו זיין ספר 'יד החזקה' אז דאס איז א ספר פון ”הלכות הלכות” איז דאך דאס גופא אויך א הלכה, ווי פארשטאנדיק פון דעם ענין.
¶4אע"פ וואס אין רמב"ם איז דאך דא כמה ביאורים וטעמים אויף הלכות, אבער דאס זאגט ער דאך און פארבינדט דאס מיט אלייתא לבב ישראל דורך דערויף וואס ”היתו את לבבו”,
¶5און דא זאגט ער אויף דערויף דעם טעם, אז דער טעם דערפון, דער קשר צווישן ”היתו את לבבו” פון דעם מלך מיט לבב כל ישראל דערפאר וואס די הלכה איז אז דאס איז זיין לב איז דאס איז ווערט דער לב של כל ישראל.
¶6ועד"ז נאך כמה פרטים.
¶7ובפרט נאך אז ס'איז דאך א זיכערע זאך, ארווארט מען דאך אז איך ליכעט דערמאנען די הלכה בקשר מיט תורה, און אט דאס איז די ”הלכה האמורה כמה פעמים אין” זמן האחרון,
¶8אז מ'זאל זען די השתדלות הכי גדולה אז יעדער איד זאל מקיים זיין די הלכה פון האבן עכ"פ אן אות בספר תורה, ווי שטייט דאך בכמה אחרונים, און אויך אין ראשונים,
¶9אז אזוי ווי מפני צורק העיתים איז לאו כל אחד ואחת קען אויספירן דעם ”כתבו לכם את השירה הזאת”, אנשרייבן בכחות עצמו, בממון עצמו, בהשתדלות עצמו, די גאנצע ספר תורה ”את השירה הזאת”,
¶10במילא איז דאס גופא האט געבראכט אט די הלכה, און ווי מ'זעט דאס אויך אין ”מנהג ישראל תורה” היא, אז בשעת אידן קלייבן זיך צוזאמען, און יעדערער האט מערניט ווי איין אות בתורה, אדער עטלעכע אותיות בתורה,
¶11ווארום כאמור מפני צוק העיתים קען ער ניט אויספירן אויף שרייבן א גאנצע ספר תורה איז אט דעמאלט ווערט דאס נחשב אלס א טייל אדער ווי דער קיום בפועל פון די מצות פון כתירת ספר תורה, ובפרט נאך אויב ער איז דערנאך מגי'
¶12אן אות אין א ספר תורה שנכתבה, און א ענין ההגעה איז דאך ניט קיין הכרח אז ווען ווערט דאס גערעכנט ווען ער האט געפונען א גרייז,
¶13און אזא מין גרייז וואס רירט אן דעם גאנצן כשרות התורה, דער אפטייטש פון הגעה פון אז ס'הגיעה 'אותה אחד' בתורה איז אז ער האט מגי' געווען צי דער אות איז כדרוש, אויב ער איז ניט כדרוש חס ושלום איז ער משלים דאס וואס מ'דארף משלים זיין,
¶14אדער זעט אז א צווייטער זאל דער משלים זיין, אויב דער עשו כדרוש האט ער מקיים געווען ענינו פון ”הגהות ספר תורה”.
¶15בדוגמא ווי מ'זאגט עד"ז בניקת סחמות, אז מ'מאכט די ברכה, וואס עפי דין איז ניטא דער חיוב אז ער מוז אוועקלייגן עשרה פסיסים,
¶16און אז ניט וועט דאס זיין חס ושלום א ברכה לבטלה דאס איז מערניט ווי א הידור.
¶17פרעגט מען די שאלה היתכן?
¶18ענטפערט מען, אז וויבאלד אז ער טוט זיינס, ער איז ביידע כחמות כדרוש, בחירות ובצדקים וכו' איז סיי ער האט געפונען סיי ער האט ניט געפונען וואס איז ער געווען מצווה אז ער זאל זוכן.
¶19וואס עד"ז איז אויך אין ”הוכח תוכיח את עמיתך” איז ניט דער פירוש, אז ווען איז ער מקיים די מצוה, אויב זיין ”הוכח תוכיח” האט געהאלפן ער דארף טאן זיינס, הצלחה שבדבר הענגט אויך הענגט אפ אן דעם אויבערשטן.
¶20ער טוט זיין דברים היוצאים מן הלב, און רעדט ”פעם אחר פעם”, ובאופן על-פי שולחן ערוך, בצינו ”ובלשון רכה” און מיט די אלע תנאים ווי ער זאגט אין שולחן ערוך,
¶21האט ער זיינס אפגעטאן, און דערנאך איז אמאל איז מען מצליח, און אמאל מפני חשכת הגלות איז דאס האט ער ניט מצליח געווען, דאס איז אבער בהנוגע צו די הצלחה, בהנוגע אבער צו 'קיום המצוה' האט ער מקיים געווען די מצוה בשלימותה.
¶22אויב דאס איז אזוי בהנוגע אין דעם קצה איז דאך מכל שכן וקל וחומר אז דאס איז אזוי בהנוגע צו דער מצוה פון דעם קיום וואס שטייט צוזאמען אין איין המשך אין די פסוקים, מיט תוכיח ”תוכיח את עמיתך” שטייט אויך דער ענין פון ואהבת לרחק כמוך,
¶23איז ”ידע אינש בנפשי” אז אמאל שטייט ער אין אזא מין מעמד ומצב אז ער הארעוועט מיט זיך און איז מתבונן און טוט כל ההשתדלות, און השתדלות למעלה ממדידה והגבלה ווי אים ווייזט זיך אויס,
¶24אדער ס'איז טאקע למעלה ממדידה והגבלה, דערנאך גיט ער א קוק אין זיין אינעוויינצע שפיגל זעט ער אז ער האלט נאך ווייט אז ס'זאל זיין ואהבת לרעך ס'זאל זיין כמוך,
¶25חס ושלום ער וועט אים ניט אנרירן, ער וועט קנייטן די באקן, כדי ס'זאל זיין ”בסבר פנים יפות”, קען גאר זיין, ער וועט בא זיך פועל זיין, ער דארף גאר ניט פנייפן די באקן, אבער זאגן בחשבון צדק אין קריאת-שמע 'שעל המטה',
¶26אז במשך כל היום איז ער געשטאנען אין א מעמד ומצב אז ”ואהבת לרעך כמוך” איז דא אזא מין טאג וואס סיבות שונות ומשונות האט ער דאס בא זיך ניט אויסגעפירן.
¶27קען ער דאך שרייען, היתכן, וואס האט ער אויפגעטאן וכו' זאגט מען אויף דערויף, אז אזוי איז בנוגע צו ”ואהבת את הוי' אלקיך”, ברענגט אראפ דער אלטער רבי די קשיא פארבונדן מיטן מגיד וכו' ווי אזוי קען זיין א ציווי אויף אהבה וואס דאס איז רגש הלב?
¶28און פארענטפערט, אז דער ציווי איז ער זאל זיך מתבונן זיין ”בדברים המביאים לידי” אהבה, און ווי דער צמח צדק ברענגט אויך אויף דערויף די ראי' וואס ס'שטייט בנוגע צו פחד, אל יורך ”לבב אחיו כלבבו” ווען ער איז יוצא למלחמה.
¶29פרעגט מען אויך אויף דערויף די שאלה, היתכן, אויב ער איז א פרדן אין וואס קען ער מיט זיך אויפטאן, ער פארט א פרדן.
¶30זאגט דער רמב"ם, און אזוי מפרש נאכמער אין זיינע מפרשים, אז דער איסור איז אז ער טאר ניט טראכטן וועגן דברים המפחדים, און דארף מסלק זיין דעתו פון יעדער ענין וואס קען צו אים ברענגען צו א פחד, אפילו פון בני ביתו,
¶31און דעמאלט האט ער אפגעטאן זית.
¶32עד"ז בנוגע צו אהבת ישראל, אז מ'האלט זיך אין איין שטורעמען, קומט צוגיין דער קלוגינקער און זאגט צו פלוני בן פלוני.
¶33זעצט זיך, ס'איז דורכגעגאנגען גאנץ חודש תשרי, ביסט געווען אויף איין התוועדות, אויף צוויי התוועדות'ן, אויף דריי התוועדות'ן, אמת טאקע א טייל ביסטו געשלאפן, אבער אעפ' כן האט די דערנאך איימעצער הטורקי געטאן, ס'האט זיך אויפגעכאפט, און דאס געהערט אז מ'רעדט וועגן מבצע ארויס ישראל פון תשמ' בי' א פסוק מפורש בתורה,
¶34און אעפ' כן האסט דאך זעצטו אז 'לא נגע ולא פגע' רחמנא ליצלן, במילא איז וואס דארפסטו פאטר'ען צייט אויף א זאך וואס סיי-ווי סיי קענסטו דאס בא זיך ניט אויספירן?
¶35טו ענינים וואס דו קענסט יא אויספירן, באוזר'ן זיך אויפן צווייטן איז א מצוה ”הוכח תוכיח את עמיתך”, דאס טוסטו, און מיט א געשמאק, משא' כן אין יענער מצוה האסטו קיין געשמאק ניט, במילא איז וואס דארפסטו טאן?
¶36דארפסטו טאן א מצוה אין וועלכע דו האסט דעם א געשמאק?
¶37איי, דאס איז דאך 'כלל גדול בתורה' אויף הכי' ”תחיך את עמיתך” שטייט דאס ניט.
¶38די זעלבע תורה און זעלבע פרשה און די זעלבע סדרה און די זעלבע המשך זאגט מען דאס אויף ”ואהבת לרעך כמוך”.
¶39זאגט מען אים, אז זאלסט וויסן זיין אז דו דארפסט טאן א תלוי בך אין זיך מתבונן זיין אין ”דברים המביאים לידי” אהבת ישראל, וואס על דרך זה איז ”ואהבת את הוי' אלקיך”, ווי דער אלטער רבי איז מדגיש אז דאס איז חדו די ביידע ואהבתס.
¶40עאכו"כ אז ווי מ'זעט בפשטות, אז בשעת דאס ווערט ביי אים א רגילות אין דער התבוננות, און א רגילות אין די אלע פעולות ודיבורים, כאילו ווי ער היילט שני, והבדילה אחו כמוך איז אט דעמאלט ווערט דער הערדל ביי אים א טבע שני על כל פנים,
¶41און דערנאך במשך הזמן פון דעם טבע שני ווערט דאס ביי אים דער טבע אמיתי, ווארום מ'דארף מערניט ווי אויפוועקן זיין רצון פנימי וואס ער וויל מקיים זיין דעם אויבערשטן'ס רצון.
¶42וואס דאס איז אויך לאחר מאמר מוסגר זה בנוגע צו די הגהות פון אן אות אחת בתורה, אז דער עיקר הענין בזה איז, אז ער דארף מגי' זיין וואס ער האט אנגעטראפן א גאנצן אות וואס מ'האט גארנישט ניט געדארפט דארט משנה זיין ער האט אבער ארויסגענומען די ספר תורה מידי ספק,
¶43ווארום האט איר פריער ניט מגי' געווען, און איצטער קען מען גיין און ניט לייענען דערפאר וואס ער האט איר מגי' געווען.
¶44וואס עד"ז איז בכל ענינים אלו.
¶45און ווי אומקערן זיך צו דעם עיקר הענין, אז יעדערער זאל מקיים זיין אט דעם ציווי פון עכ"פ אות אחת בתורה, און ווי גערעדט כמה פעמים בנוגע צו אן אנדער ענין,
¶46דא דער דין אין שולחן ערוך בנוגע צו הלכות שבת, אז מלאכה ”שאי אפשר לעשותה על ידי” אחד מערניט ווי שנים איז עשוה שנים איז יעדערער פון זיי חייו, פונקט ווי ער וואלט געטאן די גאנצע מלאכה, ווארום דאס איז אזא מין מלאכה וואס ס'דארף זיין על ידי שנים.
¶47אויב ”אפשר לעשותה על ידי” אחד און ועשו את שנים זיינען ביידע פטור ”מן התורה, משא"כ” אויב דאס איז א מלאכה, תהי ”אפשר לעשותה על ידי” שנים, מערניט ווי על ידי שנים, אדער מערער פון שנים.
¶48וואס על דרך זה איז אויך בעניננו.
¶49וואס דא האט מען אויך דערמאנט, און אויך גע'חזר'ט אין דעם מאמר פון מאמר 'שמחת תורה' פון תשמ ו, וואס דארטן איז ער מפליא און מגדיל ביז אין דברים נפלאים,
¶50וויפל ס'טוט אויף איין אות בתורה וואס ער האט געקויפט, און דאס איז געווארן זיינע, ווי אזוי דאס איז אים מחי' און דאס איז אים מהוה און דאס איז אים מקיים און דאס איז אויף אים מגין און דאס ווערט דער קו ס אויף אלע ברכות וואס מ'איז זיי ממשיך וכו'.
¶51וואס אט דא ווערט דאך די שאלה, לכאורה איז דאס אינגאנצן אן אנדער ענין, דערפון וואס מ'שטורעמט לאחרונה, אז אלע אידן זאלן זיך משתתף זיין אין איין ספר תורה.
¶52וואס דא איז דאך די הדגשה ניט יעדערער פאר זיך, און ניט יעדער אות בפני עצמה, נאר דוקא ווי דאס ווערט א תורה אחת, משא' כן לכאורה דאס וואס ער איז מבאר אין דער הפלאה פון אות אחת בתורה, איז פון דארט גופן פארשטאנדיק, אז אויב ער פירט אויס די מצוה בתכלית השלימות,
¶53און ער איז מקיים דעם ”כתבו לכם את השירה הזאת” ער שרייבט אדער קויף דינגט מממונה א סופר, און קויפט דעם קלף וכו' און שרייבט אן א גאנצע ספר תורה איז דאך דאס שלא בערך מערער אויפגעטאן אין קיום מצוה זו, ווי בשעת ער האט מערניט ווי אן אות אין תורה.
¶54וואס דאס איז פונקט דער היפך פון דעם ענין.
¶55איז דאס טאקע צוויי באזונדערע ענינים, כמדובר כמה פעמים.
¶56דא איז די הדגשה אויפן ענין פון אהבת ישראל און אחדות ישראל, און נאכמערער איז יחוד פון כל ישראל אין אן אופן נצחי און אין אן אופן אמיתי, וואס דאס איז, בשעת זיי ווערן אלע פאראיינציקט, אין א ענין נצחי און אין אן ענין אמיתי, וואס דאס איז ”תורת אמת”.
¶57דערנאך איז דא א צווייטער ענין, וואס ס'איז דא א קיום איינער פון די רמ"ך מצוות עשה פון כתיבת ספר תורה וואס זי האט אין זיך אן אנדערע שרשי המצוה ווי בלשון פון חינוך, אן אנדערע כוונה ווי אין דער כוונה וואס איז שייכות צו דער מצוה, כמדובר בארוכה כמה פעמים אין דער התוועדות שלפני'ס און
¶58דאס איז חס ושלום ניט קיין סתירה, איינע אין די צווייטע חס ושלום דאס איז צוויי באזונדערע ענינים, במילא אויך צוויי באזונדערע צוגאנג דא איז די השתדלות,
¶59אז אלע זאלן זיך פאראיינציקן צוזאמען ”כאיש אחד בלב אחד”, און דארט איז די השתדלות ער זאל האבן וואס א גרעסערן חלק אלס א יחיד אין דער קיום פון אט דער מצוה אין וועלכע ער איז מחוייב אלס א יחיד.
¶60עפ. כל האמור קומט דאך אויס לכאורה, אז דער ביאור אין דעם מאמר פון 'שמחת תורה' פון תשמ' וי וואו ער איז מבאר די הפלאה וואס א איד באקומט דורך זיין אות אין תורה,
¶61אז דאס ווערט דער כב של ברכה לכל עניניו, אנהויבנדיק פון זיין אתהוות פון המשכת החיות העולם און פון זיין קיום וכו' איז דאך דאס מערניט ווי א שייכות צו דעם ענין וואס א איד אלס א פרטי איז מקיים א מצוה פרטית פון ,, ”כתבו לכם את השירה הזאת” וואו איז דא די שייכות צו דעם צווייטן ענין
¶62איז אבער אויך אין דערויף מבואר על פי וואס מ'האט גערעדט בארוכה לפני זה, בביאור הענין וואס מ'האט אויך דערמאנט היינט, עכ"פ בקיצור אז לכאורה איז דאס א 'דבר והיפוכו',
¶63מ'זאגט אז דאס איז א תורה אחת, ביחד עם זה זאגט מען ווי אזוי קען זי זיין א תורה אחת וכשרה ווען זי האט ”ששים ריבוא אותיות לתורה”, און יעדער אות מוז זיין א מוקף גויל לבן וואס טיילט אים אפ פון דעם צווייטן אות,
¶64דאס הייסט אז ס'איז דא אלף הפסקים, ופירור צווישן די ”ששים ריבוא אותיות לתורה”.
¶65וביחד עם זה זאגט מען, אז דאס איז א יחוד אמיתי, און דאס איז אזוי באופן נצחי, און מ'האט אויף דערויף געזאגט דעם ביאור, אז דאס איז דער ענין פון יחידה.
¶66וואס די שלימות פון יחידות איז ניט ווי זי שטייט בהעלם, אלס א מקיף און א מקיף הרחוק וכו', נאר ווי פארשטאנדיק בארוכה פון קונטרס העבודה, און פארשטאנדיק אויך די פשטות פון הלכות, ביז די הלכה אז מיט וואס איז מען מסיים דעם יום הקדוש, דעם ”אחת בשנה”?
¶67דורך דערויף וואס מוסר נפשו בפועל.
¶68און אין וואס איז ער ”מוסר נפשו בפועל”?
¶69ניט אין דעם ענין וואס ער זאגט דריי מאל, ניט אין דעם ענין עאכו"כ וואס ער זאגט זיבן מאל, דאס קומט דערנאך, אין וואס איז דער מכוין דאס און מיט וואס איז דאס פארבונדן ווען ער שרייט ”שמע ישראל הוי' אלקינו הוי' אחד” איין מאל, און זאגט אין דערויף אחד.
¶70על פי זה פרעגט מען די שאלה, אויב דער דיוק איז אחד איז וואס איז דערנאך די המשכה אין דריי און אין זיבן?
¶71זאגט מען, אז דאס איז די כוונה וואס זאל זיין דער אחד אין אזא מין אופן אז ער זאל נתפשט ווערן אין די דריי און אין די זיבן, און דערנאך בכל העולם כולו,
¶72בלשון פון קונטרס העבודה, די שלימות פון יחידה איז, אז ווי זי איז מקיף הרחוק ווערט פון איר ”לא נפלאתי ולא רחוקאי”, נאר זי שטייט בגלוי, ”יחידה לייחדך”,
¶73איז ניט דער פירוש חס ושלום אז ער לערנט ניט קיין תורה און איז ניט מקיים מצוות, ער שטייט אין א תנועה פון מסירת-נפש, ער ברענט יציאת הנשמה מן הגוף,
¶74די כוונה איז פונקט דער היפך ער זאל זיין א נשמה בגוף טאקע מכוין מסירת-נפש בפועל, די כוונה אבער דומה למלאכים, דאס איז אבער בסוף פון יום הכיפורים, דערנאך זאגט מען אים, לא ”יכחול בשמחה לחמחה”,
¶75ובנטעם איז פריער איז דא פון דעם איין קצה אין דעם צווייטן, איז בנטעם איז פריער איז דא פון דעם איין מאל דריי מאל, און דערנאך זינט מאל, און דערנאך מאכט ער הבדלה, און תפילת החול, און דערנאך גייט ער החול בשמחה לחמך.
¶76אבער ווער עסט דאס? עסט דאס יחידו שבנפש, ער עסט טאקע בשיניים און מיט אלע כלי העיקול וכו',
¶77אבער זיי ווערן אינגאנצן בטל, ווארום זיי זיינען דורכגענומען מיט יחידי שבנפש.
¶78ס'זעט זיך ניט אן קיין אנדערע ענין.
¶79לדוגמא ווי ער זאגט אין שער היחוד והאמונה, אז וויבאלד אז דער אור פון דעם אויבערשטן איז דא למטה, דער אור השמש, איז עאכו"כ אז ער איז דא בגוף השמש, ס'רעדט זיך וועגן א 'דבר גשמי'.
¶80ואדרבא דארט איז ער דא בתוקף הכי גדול, במכל שכן ווי ער שטייט בריחוק מן השמש פארשטייט מען ווי ער איז בשמש, אבער דארט איז ער אינגאנצן ניט עולה בשם.
¶81פארוואס ניט עולה בשם ובמציאות?
¶82פארוואס? מצד דעם זעלבן טעם וואס ער איז דארט בתוקף, ווארום דאס איז גוף השמש, און ברענגט דערפון אויך דער נמשך בנוגע צו ”שמש ומגן הוי' אלקים” שאור אין סוף, וואס דערפון קומט דערנאך אויך א ביאור ארויס בנוגע צו א אידן,
¶83אז ס'איז דא א איד ווען ער קען זיך פירן א גאנצן טאג מצד נפש שלו, מצד רוף שלו, מצד נשמה שלו, מצד חיות שלו, ביז מצד יחידות שלו, און א צווייטער זאל ניט זען גאר קיין חילוקים, ער זעט אז ער איז אוכל ושותה, און ווי דער רמב"ם רעכנט אויס די אלע צען זאכן וואס אין וואס א חכם איז ניכר?
¶84איז ער טאקע ניכר, ער עסט אין איידעלער, ס'איז אבער ניט ניכר אין דערויף די 'יחידה שבנפש', אפילו ניט חיי שבנפש.
¶85א צווייטער קען זיין זעט דאס ניט, בא אים אבער איז ניטא קיין אנדער זאך, מערניט אט דאס וואס שטייט בא אים בגלוי, און וויבאלד אז בא אים שטייט בגלוי 'יחידה שבנפש' איז ניט 'תופס מקום', אלע אנדערע גילויים, ער איז אוכל ושותה וישן און הולך לטייל, אבער דאס טוט דער ענין פון 'יחידה שבנפש'.
¶86און ווי גערעדט אמאל דער סיפור פון חסידים וואס האבן געענטפערט א פאליסמאן אין רוסלאנד, און ווי גערעדט שוין כמה פעמים, עכ"פ איבערחזר'ן א נקודה און דער ענין האט דאך ליבער אז מ'איז מפסיק מיט א סיפה, וואס דארף מען אלץ רעדן וועגן ערנס"ע זאכן, דערציילן א סיפה, אז חסידים אמאל אין א קליינער רוסישע שטעטל איז געגאנגען פון א פארברענגען,
¶87וואס דארט האט זיך גערעדט וועגן א ביטול אז יש לעין, און אז ס'קען זיין ”ביטול במציאות” און ביטול באמיתו וכו'.
¶88במילא אז מ'איז געגאנגען פון דער פארברענגען צוויי צוזאמ� דארף מען דאך ניט קוקן אויפן זייגער, וויפל דער זייגער האלט, צי דער פארברענגען געווערט אזויפיל אדער מער מיט א האלבע שעה,
¶89במילא זיינען זיי געגאנגען ניט אין די זמנים ווען מען מעג גיין אין גאס, אין א פרט נאך אין א שטעטל וואס דארט איז דא א ראשית'ער פאליסמאן, און האלט אז ער איז דער באלעבאס און דער בא-כח פון דעם צער אליין אין דער גאנצער שטעטל, און זינגע און רעדן אין גאס אויף א לשון וואס ער פארשטייט גאר ניט וואס ער רעדט זיך.
¶90איז מי יודע וועגן וואס רעדן זיי און וועגן וואס זיי ווילן זיך צוזאמען רעדן, במילא, אז ער האט זיי אנגעטראפן, האט ער אויף זיי א געשריי געטאן ”כטעי יארט, כטעי” יארט אויף ראשית הייסט ווערט גודל.
¶91איינער פון די צפיי האט פארשטאנען א ביסל וואס רושית, ער האט אבער ניט געווען קיין גרויסע רעדנערע רושות, האט ער אים געענטפערט ביטול אידי אט!
¶92איבערזייצן ביטול אויף רושת האט ער ניט געוואוסט ווי אזוי מ'קען דאס איבערזעצן, ס'איז גאר אים ניט געווען נוגע.
¶93ענטפערן אים האט ער זיך געטרייסלט, ווארום מ'האט אים גערעדט דער בא כח פון דעם צער וואס זיצט אין לינים פטרבורג, מ'רעדט מיט אים אין א קליין שטעטל, און ער ווייס וואס ער קען אים אפטאן, אויב ער האט אים איינ'רעגעזען מוז ער אים ענטפערן, אבער ער מוז אים ענטפערן בפשטות, ווי די מציאות איז, האט ער אים געענטפערט, ביטול איז דא!
¶94דער גוי האט ניט געוואוסט וואס ביטול איז וכו', האט ער גערעכנט, אז מסתמא איז דאס אזא סארט ווארט אויף א אידן נאך קיין קשיא ניט, אז זיי גלויבן זיך במילא איז שוין ניט קיין פלא אז זיי רעדן ניט נארמאל.
¶95אן ענטפער האט ער באקומען און האט ער אים געלאזט אוועקגיין.
¶96מיט וואס איז ער אוועקגיין? אז ס'איז געגאנגען ביטול.
¶97דאס וואס סירים דערציילן דעם סיפור איז דאס ניט כדי מ'זאל האבן נאך א סיפור אט דאס איז א הוראה, אז ער קען גיין אין א גאס, און קען זיך טרייסלען פארן פאליסמען, דערפאר וואס מ'געפינט זיך אין גלות, און איר דאס איז ניט פארבונדן מיט אידישקייט, במילא מוז ער אים ענטפערן, ביחד עם זה אבער וואס ענטפערט ער אים?
¶98ער זאל וויסן זיין אז דאס גייט ביטול צו דעם אויבערשטן.
¶99וואס דאס איז די הוראה פון אט דעם סיפור.
¶100און דאס איז אויך אן ענטפער אויף דער שאלה, אז בשעת יחידה אידי' האט, אז ס'גייט אין זיין חיי יום יום, שטייט יחידה בגלוי איז ער אוכל ושותה וכו אין וואס זעט זיך אן דער גילוי פון יחידה אויב ער האט דאס מערניט ווי בשעת ער זאגט מודים בתפילתו,
¶101נאר אויב ער האט דאס אויך בשעת אכילה און שתי' ”ולא שינה” ער מאכט א ברכה און את קשיעור און תבל במלך ג' פעמים, מיט די אלע ענינים אן קיינע שינויים, אבער ווער טוט דאס אין אים איז דאס ביטול אידע, דאס זאגט יחידה.
¶102וואס דאס איז אויך דער שייכות און דער ביאור און דער קשר צו דעם ביאור וואס ס'האט זיך גערעדט אין דעם מאמר פון 'שמחת תורה' ס'קען זיין דער ענין וואס דער אות טוט מיט אים אויף אויף כמה אופנים, ער איז ניט שייך דערוויילע צו קיין עבודה, מערניט ווי צו די נפש דעשי',
¶103זאגט מען אים שוין, אז זייענדיק אין נפש עשי' אין 'עולם הזה' עשי' הגשמי, און אפילו ווען ער פארנעמט זיך מיט חומריות'דיקע זאכן זאל ער וויסן זיין, אז ער וועט קויפן אן אות אין תורה באקומט ער זיין חיות און זיין קיום און זיינע ברכות און כשל ברכה וכל השייכות לזה, דערנאך איז אבער ”מצוה גוררת מצוה”,
¶104עאכו"כ וואס איין אות אין תורה איז פארבונדן מיט אלע איבעריקע אותיות, ”יש ששים ריבוא אותיות לתורה” שלעפט מיט איין אות דעם צווייטן אות אין כיוון פון אלץ בעסער און העכער.
¶105אט דעמאלט קומט ער צו די שלימות פון עבודתו, וואס דאס איז אויך די שלימות פון יחידה, אז בשעת מ'פרעגט ווי אזוי באקומט ער זיין חיות?
¶106באקומט ער זיין חיות דורך זיין יחידה.
¶107און ניט אז יחידה ווערט נתעלם און שטייט אין אן אופן פון מקיף ערכו אויף די נפש וכו נאר פארקערט, זי שטייט בגלוי.
¶108דערנאך פון וואנענט באקומט ער זיין ברכה אין בני חיי ומזוני רויחא?
¶109באקומט ער פון יחידה קומט דאס אראפ אין בני חיי ומזוני רויחא.
¶110ועד"ז אין די אלע פרטים וועגן וועלכע ער רעדט זיך דורך, און אט דעמאלט איז די שלימות אין תורה אחת, אפילו אז ער האלט נאך ניט דערביי, און פארבינדט זיך מיט אזויפיל הונדערטער טויזנטער אידן אין דער זעלבער ספר תורה,
¶111און ווייס ניט פון אט די אלע ענינים וועגן וועלכע ס'רעדט זיך אין מאמר פון 'שמחת תורה' פון תשובה האט ער שוין אויפגעטאן דעם עיקר הענין, אט דאס וואס ער איז געווארן אין מציאות א נצחית ואמיתית מיט הונדערטער טויזנטער אידן בפשטות, וואס ווי ”תורת אמת” זאגט, אז זיי שטעלן מיט זיך פאר ”ששים ריבוא אותיות לתורה”,
¶112וואס זיי זיינען ”ששים ריבוא נשמות כלליות”, וואס יעדערער פון זיי האט ”ששים ריבוא נשמות פרטיות”, אפילו אז ער ווייס ניט פון אט די אלע זאכן, כאמור,
¶113ער האט זיך מיט זיי פאראיינציקט, מיט די דריי הונדערט און פיר טויזענט מיט אכט הונדערט און פינף אידן האט ער שוין אפגעטאן דעם עיקר הדבר.
¶114דערנאך דערציילט אים ”תורת אמת”, רזין דתורייתא, ווי נתגלה בדורנו על ידי תורת החסידות, ביז אין אן אופן פון 'הבנה והשגה',
¶115אז דאס נעמט דערנאך דורך זיין בני חיי ומזוני רויחא, נעמט דערנאך דורך זיין גאנצן סדר פון זיין 'עולם קטן' בכל הפרטים ופרטי פרטים שלו, אז וואס לייכט אין יעדערן פון זיי?
¶116לייכט אין זיי דער ענין פון יחידי שבנפש, און לייכט בגלוי, בדרך ממילא האט דערנאך קיין ארט ניט דברים בלתי רצויים,
¶117”באור פני מלך חיים"”, ס'קען ניט זיין קיין דבר וואס איז היפך הטוב הגלוי, היפך החסד הגלוי בשעת יחידה שטייט בגלוי, בשעת יחידה שטייט בהעלם והסתר, איז דא ”חסדים המחוסים, חסדים המגולים”, מיט די אלע פרטים ווי ער רעכנט אויס, בשעת מוצא חמה מנארתיקא יחידה, עאכו"כ נאכמערער,
¶118א יחידה שטייט בגלוי ווערט בטל כל הענינים בלתי רצויים בפשטות ”למטה מעשרה טפחים אין” ענינים גשמיים.
¶119וואס דאס איז אויך, כאמור, דער קשר און די שייכות און די געשמאקקייט די פרטים אין וועלכע ס'רעדט זיך אין דעם מאמר פון 'שמחת תורה' פון נשיא דורנו פון רבי'ן דעם שווער,
¶120וואס ס'איז נאכמער מוסיף געשמאק אין דער פעולה אויף אריינציען נאך א אידן און נאך א אידן, ביז וואנענט אלע אידן וועלן נתאחד ווערן ”קישא אחד בלב אחד” יעדערע אין א ספר תורה בנוסח שלו, ”בצורת האותיות שלו”, ”מנהג אבותיהם בידיהם וכו'”,
¶121אויף טאן אין דערויף, כאמור, אין אן אופן פון יפה רגע אחד קודם, ובפרט נאך אז דאס איז געווארן, כאמור, מידי יום ביום מ'קומט צו נאך א ענין וואס ס'טוטרייסלט די וועלט,
¶122וואס אויף דערויף דארף ניט זיין קיין גרויסער פאליטיקער און קיין גרויסער חכם בהנהגת העולם, בשעת מ'לייענט א צייטונג כפשוטה.
¶123ובעבירותינו הרבים איז דאס א ענין וואס ס'איז געווארן א מנהג בא יעדערן, אז ער דארף א קוק טאן וואס שטייט אין צייטונג.
¶124אזוי פירט זיך במדינה זו.
¶125הלואי וואלט דאס בטל געווארן היינט ביינאכט אדער מארגן אינדערפרי וואלט צוגעקומען דער זמן וואס דערפון נתפנה ווערן וואלט צוגעקומען אין 'לימוד התורה', ובענינים השייכים לזה,
¶126אבער נאך איידער מ'וועט צוקומען דערצו דארף מען שוין זען אריינשרייבן נאך א אידן און נאך א אידן, ביז וואנענט אלע אידן וועלן זיין פארשריבן אין איינעם פון די ספר תורה'ס.
¶127און אט דעמאלט, לויט די הבטחה, אז בשעת אידן שטייען ”כאיש אחד בלב אחד” האט זיי דער אויבערשטער געגעבן בא מתן תורה בפעם הראשונה 'בהר סיני', ווי ער זאגט אין תנחומה, און רש"י ברענגט דאס אראפ בפירושו על התורה וועט אזוי זיין בקרוב ממש, דורך שטייענדיק ”כאיש אחד בלב אחד”,
¶128ובפרט נאך על ידי יחודי אמיתי ונצחי אין א ספר תורה אחת, וועט דאס אראפברענגען די תורה חדשה מאיתי תצא, דער 'לימוד התורה', תורתו של משיח מפיו של ”משיח, במהרה בימינו” ממש.
¶129לחיים.