English
ספרייה
kind
paragraph
order
8
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
און סיי ארץ און סיי אשה שמים און סיי אשה ארץ איז דאך פארשטאנדיק, אז דאס איז קודם לכל דבר אויך אין די ענינים, במילא איז דאס אויך קודם לכל דבר, אז יעדער תלמיד וואס לערנט תורה און יעדער קינד וואס לערנט תורה, און אפילו א קליין קינד וואס לערנט אלע בית, וכמדובר כמה פעמים, האט ער די הבטחה פון תורת אמת, אז ער וועט האבן כל המסטרך לו פון דעם אויבערשטן אליין באזארגן טאקע דורך זיינע עלטערן, וואס זיי זיינען דעם אויבערשטנ'ס שותפים און האבן קינדער, כביכול, און דערנאך אבער מאכט ווי דער אויבערשטער זיי אויך איבער זיין טייל אין דער שליחות, אין דעם ענין, אז די עלטערן זאלן צושטעלן צו די קינדער סיי ענינים וואס זיי דארפן האבן ברוחניות, סיי ענינים וואס זיי דארפן האבן בגשמיות, ברוחניות אפילו וואס איז ניט פארבונדן מיט לימוד התורה, איז דאך אבער אויך דא ענינים רוחניים, פארבונדן מיט מנוחת הנפש ומנוחת הגוף, ווי עניני התפילה און עניני הבקשה, און בקשה סיי צו דעם אויבערשטן, און זיי ווי א קינד בעט בא די עלטערן, אז זיי זאלן אים העלפן
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים