transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1צום אלעם ערשטן איז דאך ”פותחין בברכה” אויף אפדאנקען אט די אלע וואס האבן געוואונטשן אלע גוטע זאכן, אין צוזאמענהאנג מיט פארשידענע געלעגנהייטן,
¶2ובמיוחד אין צוזאמענהאנג מיט די מיט וואס זיי זיינען דא די שלוחים, און זיי האבן אין זיך אויך געבראכט כמה מהם בריוו פון אנדערע אידן וואס האבן ניט געקענט ליין קומען און האבן דורך זיי איבערגעגעבן,
¶3אז ”כל המברך מתברך” בברכתו של הקב"ה וואס זי איז ”תוספתה מרובה על העיקר”, און זאל זיין בתוקף ומיד ממש, בטוב הנראה והנגלה בכל המצטרך, און נאך מערער וויפל זיי ווינטשן זיך אליין, כמדובר וכמוזכר ומדובר לעיל, מידו ”המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה”.
¶4דערביי דארף מען אויך גלייך באווארענען וועגן א מנהג משונה וואס איז געווארן, אז מ'האט זיך איינגערעדט, אז יעדערער, ווער ס'זאל ניט זיין און וועגן וואס ס'זאל ניט זיין און ווי ס'זאל ניט זיין זיין מעמד ומצאו, איז צום אלעם ערשטן דארף ער זיך משתדל זיין שרייבן איר בבלך,
¶5און וואס מערער בריווילעך ”כל המרבה הרי זה משובח”.
¶6און מ'זעט אז א מענטש, כמה מהם, מאטערן זיך אויף געפינען זאכן וועגן וואס צו שרייבן, און ווייזט אויס, אזוי ווי ס'האט זיי איינגערעדט, אז אין וואס באשטייט א פארבונדנהייט צווישן איין שווער סחסיד מיט א צווייטן שווער סחסיד וכיו' בזה,
¶7איז דאס דוקא דורך דעם אז ער וועט אים שרייבן וועגן אלע-ערליי זאכן וועגן וואס נאר ער קען שרייבן, וכל המאריך הראיזה משובח, און דערנאך גלייך פארלאנגען, אז ביי אים איז א זיכערע זאך אז ס'איז גאר ניט שייך טראכטן אנדערש,
¶8אז ס'איז גאר קיין ספק ניט אז מ'וועט אפלעגן אלע איבעריקע זאכן אן א סייט, און מ'וועט אים ענטשערן בפרטיות הכי גדולה אויף כל הענינים וועגן וועלכע ער שרייבט.
¶9איז צום אלעם ערשטן ווערט דא פשוט א שאלה, ס'איז דא א דין אין שולחן ערוך אויף וויפל מ'דארף זיין אפגעהיט אויף אויסנוצן די צייט אויף וואס מ'דארף איר אויסנוצן, און ניט אויף ענינים בטלים.
¶10עניני בטלים איז ניט דער טייטש, אז דאס איז א דבר האסור, עאכו' כמה אז ס'איז ניט א זאך וואס איז ניט שייך צו קיין ברכה, אדער א היפך פון א ברכה, דברים בטלים איז דער טייטש, ווי דער פשוט'ער אפטייטשט, אז דאס איז א זאך וואס לולי ווען ס'וואלט ניט געווען א ענין משונה וואלט דאס ביי אים ניט אינגאנצן ניט געווען בסדר חייו,
¶11אזוי ווי מ'האט אים איינגערעדט, אז ווי אזוי ווערט פארבונדן מיט א צווייטן אידן איז דאס דוקא דארף ער דען שרייבן וואס מער אריכות און וואס מער פרטיות וכו' וכו,' און דערנאך זעט ער נאך אז א צווייטער טוט אויך אזוי, איז דאך א סימן אז דאס איז גאר א מנהג, וואס דאס איז גאר א מקובל מיט דורי דורות, איז דאס קיין מאל ניט געווען מקובל מיט דורי דורות, אפילו ניט געווען מקובל
¶12און וואס נאכמערער דאס איז א דבר, וויבאלד אז דאס איז דברים בטלים, נוצט ער אויס די צייט וואס ער האט געקענט אויסנוצן אויף לערנען תורה און מקיים זיין מצוות, און טאן אין ”תורה עבודה וגמילות חסדים” אויף א זאך וואס דאס איז ביי אים אליין א דבר בטל.
¶13און איימעצער האט אים איינגערעדט א מנהג משוני, וואס קיינער האט קיין ניט געטראכט וועגן אזא זאך, און דערנאך קומט נאך ס'איז יום הי' מיט א ווייסער בארד, און זעט אז ער שרייבט א לאנגע בריוו קלאפט ער אים אויפן פלייצער און זאגט אז דאס איז א ראי' אז דו האסט זיך געהאדעוועט אין תומכי תמימים און דו פירסט זיך אויף ווי א חסיד דארף זיך אויפפירן.
¶14והא ראי' דו גיסט אוועק דיין צייט, וואס דו קענסט זיצן און לערנען תניא אדער נגלה דתורה וכיוצא בזה, און גיסט דאס אפ אויף שרייבן בריוולאך, פארנעמען דיין סייט, פארנעמען דעם צווייטן סייט, און באווייזן א ביישפיל אויך פאר א צווייטן אידן, אז ער זאל זיך אויך נוהג זיין אין דעם ווילדער זאך.
¶15אזוי ווי אין להאריך אין א דבר וואס אין לו כל ממשות, מערניט וואס ער איז, כמדובר, מבטל צייט, במילא אז ס'איז מבטל צייט ווערט דאס די שאלה פון 'ביטול תורה' מיט אל שווערע זאכן וואס אין להאריך בזה, במילא וועט מען דאך ניט אפנעמען די צייט אויף אין דערויף גופא מאריך זיין.
¶16עכ' פנים אז מ'זאל נאכאמאל זיך באטראכטן, אז איידער מ'שרייבט א בריוו וועמען ס'זאל ניט זיין, אפילו אז ס'זאל זיין אנשים נשים וטף, איז דאך דאס א זאך וואס מ'נעמט צו בא-זיך צייט, מ'נעמט צו בא דעם צו וועמען דער בריוו קומט אן צייער,
¶17און דערנאך ווערט די שאלה, צי האט ער דאס געהאט א רשות צי האט ער ניט געהאט א רשות, און אויב ס'איז א ספק, איז וואס דארף ער אריינגיין אין ספיקות, און אויף דערויף אפגעבן זיין שימת לב און זיין טירחא וכו' איז דאך די גלייכסטע זאך, אנשטאט פון ליגן אין ספיקות זאל ער טאן א דבר ודאי, זאל ער ארויסנעמען א ספר,
¶18און זעצן זיך לערנען, צי נגלה צי חסידות, און טאמער הא� אויף צו טאן אין הפצת המעיינות חוצה, אדער צו טאן אין שאר ענינים תורה ומצוותי און טאן די אלע ענינים מיט שמחה וטוב לבב, וועט ער זיך ניט דארפן מאטערן אויפטראכטן זאכן וואס זיינען ניטא קיין מציאות,
¶19און ער דארף מאכן א מציאות כדי ס'זאל הייסן אז ער איז א בריוו שרייבער, במילא איז ער א יד שבדם, במילא איז ער אדם הכי חשוב, און דער עיקר ער פירט זיך ווי תומכי תמימים האט געהאדעוועט, תומכי תמימים האט קיינמאל אזוי ניט געהאדעוועט,
¶20בית רבקה האט קיינמאל אזוי ניט געהאדעוועט, און דאס איז א ווילדע זאך וואס איז פארבונדן מיט הבלי העולם הזה, און מ'האט אנגעטאן די הוילים, וואס דאס הייסט הוילים, אז הבלי ניט די טעת הדבר הזול,
¶21הבלי ניט די טעת הדבר הזול, הבלי ניט די טעת א זאך וואס אז ער מוז אויפטראכטן א זאך און אויפבלאזן א זאך, און אז ס'איז ניטא קיין דבר וואס אויפצובלאזן בעט ער ביי א צווייטן, אפשר קען ער אים געבן אן עצה וועגן וואס קען ער שרייבן א בריול, ווארום ער אליין ווייס ניט וואס צו ברייבן אין בריול.
¶22וכמדובר, אין להאריך בדבר המבול.
¶23ובפרט נאך אז כמדובר האט זיך שוין גערעדט וועגן דער דורך כמה וכמה פעמים, זעלבסט-פארשטענדלעך איך ווייס אויף וויפל דאס וועט מיר העלפן איצטער,
¶24אבער על כל פנים איך קען דאך טאן מערניט ווי די זאך, אז פורים זיך נאכאמאל בכולי אהי ואולי וועט זיין אן עת רצון מלמעלה און אן עת רצון מלמטה, און מ'וועט אויסנוצן די טייטש אויף וואס מ'דארף דאס אויסנוצן, צום אלעם ערשטן אויף 'לימוד התורה',
¶25דערנאך אויף 'קיום המצוות', ווארום תלמוד תורה איז דאך כנגד כולם און קודם לכולם, און דערנאך אויף כל הענינים טובים, עאכו' כמה בנוגע צו הפצת היהדות בכלל און הפצת המעיינות חוצה במיוחד.
¶26וואס אנט כאן איז די ניט געשמאקע זאך אדער די איבעריקע זאך וואס מ'האט דאס געקענט פארלייבן לגמרי, און אף על פי וואס כמדובר, מ'האט דאס שוין געפרואווט כמה פעמים, פרואווען זיך נאכאמאל, וכולי האי ואולי וועט זיין אן עת רצון.
¶27לאחרי ההקדמה וואס מ'האט זיי געקענט זייער לייכט פארמיידן, און אומקערן לעיקר הענין וואס מ'געפינט זיך דאך אין א סיום פון א כינוס פון שלוחים עולמי,
¶28וכמדובר שוין פריער, אז מ'האט דאס מוסיף געווען אדער מדגיש געווען לכל פרום די ווארט עולמי וואס דאס איז מעורר יעדער אידן, בתוך 'כלל ישראל', עאכו' כמה די וואס האבן באקומען דעם חינוך דורך די שיחות און דורך די מאמרים פון נשיא דורנו פון רבי'ן דעם שווער,
¶29אז העולם נתן בלבו אז בשעת א איד טראכט וועגן זיך, און מ'זאגט אים אן די אלע ענינים וועגן דערויף פון ”ונפשי כעפר לכל תהי'” ווי ער זאגט דריי מאל א טאג פאר דעם אויבערשטן בתפילתו, איז דאך פארשטאנדיק אז ס'איז א זיכערע זאך אז ער מיינט דאס, במילא דארף דאך דאס משפיע זיין דערנאך לאחרי זה,
¶30ולאחרי כל זה במילא איז דאך פארשטאנדיק אז צו אים איז געווען דער כל הענינים פון ”מורשה קהלת יעקב”, וואס דאס גייט דאך אויף תורת משה, אויף כל הענינים וואס שטייען אין תורה,
¶31וואס איינע פון די ענינים וואס שטייט אין תורה אן ענין עיקרי אז ”אני לא נבראתי אלא לשמש את קוני”, און דערנאך זאגט מען אויף דערויף דעם ביאור, אז אין וואס באשטייט ”לשמש את קוני” איז דאס ”לתקן העולם”,
¶32אז ס'זאל זיין דירה לו יתברך בתחתונים, וואס דאס ווערט דורך דערויף וואס א איד נעמט אויף זיך א שליחות, אז דאס וואס די נשמה איז אראפגעקומען למטה איז דאס א שליחות מלמעלה, אז זי זאל מאכן א דירה לו יתברך בתחתונים.
¶33וואס דאס איז גלייך מדגיש, אז ”נשמה שנתת בי טהורה” איז און 'אתה בראתה' ביז ”אתה משמרה בקרבי” זאגט גלייך ”תורת אמת”, וואס זי איז אויך תורת חיים, הוראה בחיים, אז צוליב וואס איז ירדה למטה אויף לעשות ”לו יתברך דירה בתחתונים” 'לשון רבים',
¶34אז דאס מיינט מען ניט נאר אים אליין, אדער זיינע נכסים, אדער זיינע בני בית וכו נאר תחתונים 'לשון רבים', און ווי אפגעטייטשט אין תניא אז דאס מיינט מען כל העולם כולו, אז ער דארף זיך פירן אין אזא אופן וואס תורה איז אים מסביר,
¶35אז אויב ער וועט זיך פירן אין אזא אופן מאכט ער דורך דערויף א דירה לו יתברך אין כל העולם הזה התחתון, ביז אין אלע פרטים ופרטי פרטים.
¶36וואס ווי ער קלערט אין תורה, און ער קלערט בארוכה ובפשטות, איז א פשוט'ער איד, אז וויפל א איד קען זיין פשוט, און נאכמערער אנשים נשים, אפילו טף, אז זיי פירן זיך אויף ווי ס'שטייט אין שולחן ערוך דורך דערויף מאכן זיי א דירה לו יתברך בכל העולם הזה התחתון,
¶37אז ס'רעדט זיך אפילו וועגן א איד א מענטשן וואס ער איז ניט קיין עסקן ציבורי, און בכלל א מענטש וואס ער לעבט זיך פאר זיך, מאיזה סיבה שתהי', ביז וואנענט אז ס'רעדט זיך אפילו וועגן א קליין קינד וואס איז נאך פאר בר-מצוה, אדער פאר בת-מצוה,
¶38זאגט מען אים, אז ער האט אויך די שליחות אויף פארנעמען זיך אז בכל יום ויום, אפילו אין יום החול, קען ער טאן זיין טייל ”לפי הכחות שלו”, אבער כל הכחות שלו, קען ער טאן מיט זיינע כחות וואס ער האט שוין במזומן,
¶39נשמה בגוף אין די נשמה אין דעם גוף ווי זי שטייט אין דעם יום מסויים אויף מאכן, דורך דערויף אז דער אויבערשטער זאל זיין שוכן בכל 'עולם הזה' התחתון, אזוי איז דער אויבערשטער איינגעשטעלט, וכמדובר, אפילו דאס רעדט זיך וועגן א קליין קינד בפשטות,
¶40אפילו אז דאס רעדט זיך וועגן א קליין קינד וואס אין יארן איז ער שוין מיט א ווייסער בארד, אבער ער איז א קליין קינד אין 'הבנה והשגה', אף על פי כן האט ער ביכולת, אז דורך דערויף וואס ער וועט טאן איין און איינציקע מעשה פסק'נט אפ דער רמב אז די מעשה,
¶41וואס אפילו ביי א קטן איז אויך דא דער ענין המעשה, קען ער מכריע זיין ”כל העולם כולו לכף זכות” ומביא ישועה והצלה פאר דער גאנצער וועלט.
¶42וואס דאס איז דער ביאור בפשטות, ווי אזוי קען מען זאגן אז א קליין קינד קען ברענגען א דירה לו יתברך בתחתונים?
¶43איז דאס א דין אין רמב"ם, און ניט א ענין של גזירה, נאר פארשטאנדיק אין א שכל הפשוט, ס'איז פארשטאנדיק אין שכל הפשוט ווי אזוי א קליין קינד וועט די מעשה שלו קען 'תופס מקום' זיין,
¶44ס'איז אויך פארשטאנדיק אין שכל הפשוט, ווי אזוי בשעת ס'איז דא א משקלת המזניים, א וועג וואס זי איז שקול, מאכט זיי אזוי און מאכט זיי אזוי, פארשטייט אפילו א קליין קינד אז איין און איינציקע נקודה אז מ'וועט מוסיף זיין לצד אחד וועט דאס מכריע זיין די גאנצע וועג,
¶45במילא איז פארשטאנדיק אויך פארוואס וויבאלד אז ”הכל הולך אחר” הרוב, וואס דאס איז דאך אויך פארשטאנדיק אין שכל ווי אזוי דאס וועט ברענגען ישועה והצלת צו כל העולם כולו.
¶46וואס דאס גיט אויך א פארשטאנד ווי אזוי יעדער איד קען זיין א שליח, ווארום כמדובר, יעדער איד, אפילו א קטן שבקטנים, האט דעם כח אויף צו טאן א מעשה וואס האט א ווירקונג בכל העולם כולו, און ”תורת אמת” האט געזאגט,
¶47אז ”לעולם יראה אדם עצמו שקול וכל העולם כולו” שקול במילא איז פארשטאנדיק בשכל, אז איין און איינציקע נקודה קען מכריע זיין כל העולם כולו, ביז אז דאס זאל ברענגען ישועה והצלה.
¶48וכמדובר, ניט אז דאס איז א ”גזירה גזרתא” דאס איז א זאך וואס איז פארשטאנדיק אין 'שכל אנושי', אפילו פון א שכל פון א ניט-אידן להלבי.
¶49עאכו"כ פון א אידן וואס האט דאס באקומען אט די הודאה פון ”תורת אמת”, וואס זי איז דבר הוי וואס גיט דאס אפ, און דורך דעם חלק אלוקה 'ממעל ממש', ווערט דאס א ”יחוד נפלא” די הודאה מיט יעדער אידן, ביז אז דאס איז א ”יחוד נפלא שאין יחוד כמוה” נמצא כלל, כמדובר כמה פעמים.
¶50אזוי ווי אין אלע ענינים, אנהויבנדיק פון תורה, איז דאך ”כללות ופרטות נאמרה” אזוי איז אויך, פונקט ווי אזוי ווי יעדער איד, עאכו"כ 'כלל ישראל',
¶51האבן זיי אויף זיך די ענין השליחות אויף לעשות ”לו יתברך דירה בתחתונים”, אזוי ווי דאס איז דא אין פרטי פרטיות, אזוי איז דאס דא אויסגעקליבן פון צווישן אידן עצמם, אז זיי זיינען נאכמער בהדגשה און נאכמער בגלוי דער ענין השליחות שבהם,
¶52ביז וואנענט אז ס'איז דא אזוינע אידן וואס 'בהשגחה פרטית' האט מען זיי אויסגעקליבן אז זיי זאלן נתמנה ווערן 'בהשגחה פרטית' אלס א שליח צו נאך א קבוצה אידן, אדער צו גאר א גרויסע קבוצה אידן,
¶53אדער צו א גאנצע שטאט, אדער צו א גאנצע מדינה וכיוצא בזה, און מ'האט זיי זיכער געגעבן כחות, זיי זאלן דאס קענען דורכפירן, דורכפירן בשלימות, עאכו' כמה וכמה, וואס דאס איז כולל אין זיך אן ענין עיקרי, אז זיי זאלן מעורר זיין צו די אלע צו וועלכע זיי קומען אלס א שליח כללי,
¶54אויף אין זיי מעורר זיין אויפוועקן אין זיי אז זיי זאלן וויסן דערמאנען זיך און אויפוועקן אין זיי די כחות דורך וועלכע זיי קענען דורכפירן זייער שליחות, אנהויבנדיק טאקע פון זיך אליין און פון בני ביתו, אבער דערנאך איז 'מי שיש לו מנה רוצה מאתים' ער זאל גיין אלץ מערער מוסיף זיין, און מוסיף זיין אלץ מערער און מערער.
¶55וואס יש להאריך בכגן זה, וכמדובר מיט דער הדגשה, אז דאס רעדט זיך אז דאס איז א כינוס עולמי, אז אמת טאקע ער ”קשוט עצמך תחילה” אבער דערנאך דארף ער טראכטן וועגן דער גאנצער וועלט,
¶56על אחת כמה וכמה אז מ'האט אים צוזאמענגעקליבן אין א כינוס, און מ'האט מודיע געווען אז דאס איז א כינוס עולמי אז דאס נעמט ארום די גאנצע וועלט,
¶57איז דאס ניט דער פשט אז ער איז א טייל פון דער וועלט און האט א שייכות מערניט מיט אט דער טיילכל פון דער וועלט, נאך דורך דערויף וואס ער איז א טייל פון דער וועלט באקומט ער א שייכות צו כל העולם כולו, ניט נאר א שייכות אז ער האט דעם זכות אין דערויף וואס די וועלט ווערט א דירה לו יתברך בתחתונים,
¶58נאר ער האט אויך א טייל אין די פעולות, ביז א טייל ממש, א השתתפות, אין דער פעולה דורך וועלכע ס'ווערט אויפגעטאן אין אידישקייט אין א פינה ניט דחת, אין א פינה רחוקה פון דער וועלט אין וועלכע ער האט קיינמאל ניט געווען,
¶59ניט געשיקט אהינצו קיין בריוולאך, אבער דורך דערויף וואס ער האט גערעדט מיט א אידן במקומו הוא, וואס דער איד האט דערנאך איבערגעזאגט זיינעם א ווארט צו א צווייטן אידן, איז דאס דערנאך סוף כל סוף אנגעקומען צו א אידן אין דער פינה ניט דחת, און האט אויף אים געהאט א ווירקונג, וואס וועמעס ווארט איז דאס?
¶60איז דאס אט דער ווארט פון אט דעם ערשטן אידן וואס האט מגלה געווען אט דעם ענין וואס ווערט נכלל אין דעם ווארט, וואס דורך דערויף האט ער בפשטות א חלק און א חלק ממשיק, בגשמיות ובחומריות, ביז בחומריות אין דער הפצת היהדות, אין דעם צווייטן מוסח,
¶61אין דערויף וואס אין יענער פינה ווערט א דירה לו יתברך.
¶62וואס מצד דערויף וואס דער אויבערשטער איז דאך ניט שייך זאגן דארט א התחלקות אמיתית, נאך דורך דערויף וואס אתה תופץ במקצתו איז אתה תופס בכולו באקומט ער בפשטות אויך א חלק אין דער דירה אין יענער פינה נידחת וואס ווערט אויפגעטאן דורך דעם ווארט וואס ער האט געזאגט, וויסנדיק אפילו,
¶63אפילו ניט האבנדיק קיין השרה, אז סוף-כל-סוף וועט דאס אהינצו אנקומען, דאס איז דאך אבער א ווארט וואס איז גענומען געווארן פון תורה, אדער פון פירושי התורה אדער אין פרטיות בתורה וכו' וכו במילא איז דאך פארשטאנדיק,
¶64אז סוף כל סוף איז דאס פועל פעולתו וואס די פעולה פון דעם ווארט איז מתאים צו דעם פון וועמען דער ווארט שטאמט, וואס דאס איז דער אויבערשטער אליין, וואס ער איז דער ראשון און דער מקור אויף אט דעם ווארט,
¶65דערנאך איז דאס איבערגעזאגט געווארן דורך תנאים און אמוראים און גדולי ישראל ”בכל דור ודור”, ביז דאס ווערט איבערגעזאגט דורך א מלמד פון א ”בן חמש למקרא”, א מלמד דארדיקע וואס זאגט איבער אט דעם ווארט א קליין קינד,
¶66א אינגעלע אדער א מיידעלע, ער זאגט דאך אבער איבער דעם ווארט וואס שטאמט פון דעם אויבערשטן אליין, איז דאס ”פועל פעולתו, אפילו” אז דאס גייט דורך דורך א פיצל קינד,
¶67וויבאלד אז דאס רעדט זיך דורך א פיצל קינד, אבער א אידישער קינד, האט ער דעם חלק אלוקיו ממעל, און דאס איז א חלק ”אלוקיו ממעל ממש”, איז דאך פארשטאנדיק אז דאס פועל"ט אויף מיטן גאנצן שטורעם.
¶68וואס דאס איז דער ענין, ווי געזאגט פריער, אז אפי פירת לכאורה איז דאך דאס א גוזמה, הכי גדולה, אז ס'קומט צו פארן א ינגערמאן אדער א פרוי אדער א מיידל אדער א אינגל,
¶69וואס ער איז א שליח במקום מסויים, און מ'זאגט, אז דורך דערויף וואס ער וועט זאגן א ווארט במקום מסויים וועט ער איבערקערן א וועלט, און וועט מכריע זיין ”מביא כל העולם כולו” ליהושע והצלה,
¶70איז דאס פארשטאנדיק אין ביאור הפשוט, אין שכל הפשוט, כמדובר אפילו בא הניט-אידן, פארשטאנדיק, עאכו' כמה בא ”עם חכם ונבון”, כמדובר כמה פעמים.
¶71דאס האט אויך א שייכות מיוחדה, כמדובר ווי יעדער זאך, אויף לעבן מיט דער צייט, ווי דער פרשת השבוע, און אין דער פרשה גופא, מיט דעם חלק אין דער פרשה,
¶72וואס האט א שייכות צו דעם טאג אין וואך, וואס דאס איז דאך בנוגע יום זה, דער יום השני פון פרשה תולדות, וואס דארט זאגט מען דעם סיום פון דעם שיעור חומש פון יום השני, אויף יצחק'ן, אז ער האט געזייט ”בארץ ההיא ובשנה ההיא”,
¶73ויברכיה הוי' ביז וואנענט אז ער האט געהאט 'מאה שערים'.
¶74וואס יצחק איז דאך איינער פון די דריי אבות, און צווישן דריי אבות, ווי ער זאגט אין מדרש, איז ער געווען דער וואס יעד די מצוה פון מילה און נימול לשמונה,
¶75משא"כ אברהם אבינו איז געווען דורכגעגאנגען רוב עבודתו איז גאר געווען קודם שנימיו, ווארום ער איז נימיו בשעת ס'איז געווען רוב ימי שני חייו איז שוין דורכגעגאנגען,
¶76משא"כ בא יצחק'ן האט דאך זיין עבודה אנגעהויבן לאחרי המילה, ווי ער זאגט אין רמב"ם מבאר, אין 'מורה נבוכים' אז דאס וואס די מילה איז אפגעלייגט געווארן אויפן אכטן טאג איז דאס ניט וואס אפגעלייגט מצד הסיבה צדדית,
¶77אזוי ווי א אידישער נפש איז דאך א דבר הכי יקר, וואס דאס קען מען ניט אומקערן צוריק, לייגט מען אפ די מילה צו דער צייט וואס ס'איז א זיכערע זאך אז ס'וועט אים ניט שאדטן,
¶78במילא זאגט דעמאלט תורה אז דעמאלט הויבט זיך אן זיין חיים בפשטות, א נשמה בגוף, נאך איידער ער ווערט אים מחוייב בכל המצוות,
¶79בשעת גמר ”כניסת נפש הקדושה”, ווי ער זאגט אין שול דעם אלטן רבי'ס שולחן ערוך, וואס אט דעמאלט איז די גמר כניסא פון דער נשמה איז תוקף אז די נשמה איז אינגאנצן נכנס,
¶80ווערט דעמאלט תוקף דער ענין המילה, און אט דעמאלט הויבט זיך גלייך אן דער קשר זיינער ”ברית בבשרכם” וואס דאס איז בדוגמא פון דירו לו יתברך בתחתונים אזוי כביכול איז דאס אויך בא יעדער אידן, אזוי ווערט ביי אים די דירה, און די כניסה פון זיין נשמה אין זיין פטרכם?
¶81איז דאס אויך ע ל ידי מצות המילה, בנוגע צו נשים זאגט דאך די גמרא אז איצטעא כמאן דמהילא דמיא ווערט בא זיי דאס אויך כמאן דמהילא דמיא איז בא זיי אויך עד"ז פונקט ווי דאס ווערט ביי א זכר.
¶82וכמדובר כמה פעמים דער ביאור הדבר בזה וואס אין כאן המקום להאריך בזה.
¶83און אויף דערויף זאגט מען, אז דער ערשטער וואס האט באקומען דעם מילה לשמונה, וואס דעמאלט האט זיך אנגעהויבן זיין עבודה אין אן אופן פון דיר לו יתברך בתחתונים אין אן אופן אז דאס ווערט א ”ברית עולם” און א קישור,
¶84ביז וואנענט אז דאס ווערט איין זאך, משא' כן אין שאר ענינים, א חוץ מילה ווי ס'איז געווען קודם מתן תורה, איז דאס ניט געווען פארבונדן מיט הענינים, כמדובר כמה פעמים, נקיטת חפץ איז געווען מערניט ווי על ידי ענין המילה, און ווען האט זיך דאס אנגעהויבן?
¶85גלייך בתחילת בגמר כניסת 'נפש האלקית', נפש דקדושה, איז דאס געווען בנוגע צו יצחק'ן.
¶86זאגט מען גלייך בנוגע צו יצחק'ן, אז וואס ס'זאל ניט זיין פאר ארץ און וואס ס'זאל ניט זיין פאר א ”שנה, אפילו בארץ” ההיא, און אפילו בשנה ההיא,
¶87איז א זיכערע זאך אז ”ברכהו הוי” ס'איז א זיכערע זאך אז דער אויבערשטער וועט אים בענטשן, אז ס'איז ניט סתם אז דער אויבערשטער זאגט דו דארפסט טאן און וואס וועט זיין דערנאך איז דיר ניט נוגע,
¶88איז בנוגע צו פעולה עצמה דארף ער ניט מאכן קיינע חשבונות, צי וועט ער זיכער מצליח זיין, אדער א ספק מצליח זיין, אדער א ספק וועט מצליח זיין וכו ער דארף וויסן זיין, אז ס'שטייט אזוי אין שולחן ערוך דארף ער אזוי טאן,
¶89אבער דערנאך דערציילט אים תורה, ער זאל וויסן זיין, אז דער אויבערשטער איז אים מבטיח, אז אויב ס'וועט זיין דער 'ויזרע יצחק' אז ער וועט דאס פא� און וועט דאס פארזיין אין אן אופן פון ”כל השומע יצחק לי” אז מ'גיט אויף אים א קוק האט מען הנאה,
¶90ווארום מ'זעט אז דאס איז א קינד וואס דער אויבערשטער האט אים באשאפן, און האט אים אראפגעשיקט, ע'ידי ה”נשמה שנתת בי” האט ער אראפגעשיקט סיי דעם גוף און סיי די נשמה דא למטה, אז מ'זאל מאכן א צחוק לו יתברך בתחתונים,
¶91ובסגמון אחר א דירה לו יתברך בתחתונים, האט ער גלייך די הבטחה, אז ס'איז א זיכערע זאך, אז ניט קוקנדיק וואס פאר א שנה ס'זאל ניט זיין, ניט קוקנדיק וואס פאר ארץ ס'זאל ניט זיין,
¶92איז דאס איז א זיכערע זאך, אז דער אויבערשטער בענטשט אים.
¶93און ס'איז אויך נאכמערער זיכער, אז ס'איז ניט סתם א ברכה, נאר דאס איז א ברכה וואס איז כולל און נעמט אין זיך אריין אלע ברכות, וואס כללות כל הברכות איז דאך מאה ברכות,
¶94וואס דערפאר איז דאך אויך דער דין אין שולחן ערוך, אז יעדער איד דארף זיך משתדל זיין אז ”בכל יום, אפילו ביום” השבת ”וביום הכיפורים וכיוצא” בזה, זאל ער מאכן לכל הפחות מאה ברכות, דערפאר וואס דאס איז כולל כל הברכות כולם.
¶95און דערנאך זאגט רש"י אין פירוש, וואס אז רש"י ברענגט דאס אראפ איז דאס א הוכחה אז דאס איז פארבונדן מיט פשוטו של מקרא אז יש עוברים, אז דאס וואס מ'זאגט אז דאס איז מאין שערים איז דאס מערניט ווי למאסרות, אבער בפועל איז דאס צען מאל אזויפיל.
¶96וואס דעמאלט ווערט דאס דער ענין פון אלף, וואס בשעת מ'האט אלף איז אט דעמאלט איז נאכאמאל חוזר לקדמותו, פון א נייער סדר אין א נייער וועלט, ווארום מ'האט איבערגעמאכט די גאנצע וועלט בתחילתה, וואס דערפאר שטייט דאך אויך אז אלף איז אויך פון אפטייטש אז דאס איז אלף,
¶97דאס איז אן ערשטע זאך, ווארום איצטער האט זיך געענדיקט טויזנט האט זיך געענדערט א סדר שלום אין אן אופן פון הנהגות העולם, דורך די אויפטו פון אט דעם אידן, פון פלוני בן פלוני, וואס דאס איז אויך כולל אין זיך סיי אנשים סיי נשים סיי טף, כמדובר לעיל.
¶98און ס'הויבט זיך אן נאכאמאל א נייער סדר, און די כל הענינים וואס ער האט אויפגעטאן ביז דעמאלט, איז ניט חס ושלום ס'איז לא יחשב לו, נאר אדרבא דאס ווערט א יסוד און א קומה תחתונה אויף וועלכע ס'ווערט געבויט א קומה על גבי,
¶99און אט אזוי בשעת ער טוט דאס שוין דעם צווייטן מאל ווערט דאס א קומה שלישית און א קומה רביעית, ביז וואנענט א קומת אין סוף, וואס זיי אלע ווערן נכלל אין די ד' ענינים אדער אין די ד' עונות, אז מ'הויבט טאקע אן פון עשי,' אבער דערנאך דערגרייכט מען,
¶100און מ'איז משלים אין עשי,' טרומט דערנאך אויך די פעולה אין יצירה און דערנאך אין בריאה, ביז אין דער פעולה אין אצילות, און דערנאך בשעת ער האט דעם ערשטן 'סדר השתלשלות' פון א ביאה בשלימות אט דעמאלט הויבט זיך אן דער ”עולם חדש ראה”
¶101אז ער האט דעם סדר פון עצי' און יצירה און בריאה און אצילות שלמעלה פון דעם סדר רבי' שלפני זה, כמדובר כמה פעמים.
¶102און די אלע ענינים נשמות בגופים, און די אלע ענינים מתוך בריאת הנכונה בגשמיות, עאכו' כמה בריאת הנכונה ברוחניות,
¶103וואס דאס איז אויך כולל אין זיך אלע ברכות והצלחות, סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, אין ”תורה עבודה וגמילות חסדים”, וואס ס'איז בכללות נכלל אין גמילות חסדים, און אין צדקה, וואס דאס איז דער ג' קריוש, ”עליהם העולם עומד”, און ער גייט אזוי מחיל אל חיל נשמות בגופים, ביז וואנענט אז דאס ברענגט אראפ די גאולה האמיתית והשלימה,
¶104פון ”לתקן עולם במלכות שד-י”, און ערשט דעמאלט הויבט זיך אן אן עבודה חדשה מיט א סדר חדש, און אויך אין א סדר פון אביע,
¶105כמדובר כמה פעמים, לאחרי גאולה האמיתית והשלימה, וואס דעמאלט הויבט זיך ערשט אן דער ”ילכו מחיל אל חיל” ביז צו ”יראה אל אלקים בציון” והוא יכונע עליון וכמדובר כמה פעמים, אז לאחרי גאולה האמיתית והשלימה, ערשט דעמאלט באווייזט א איד וואס ער האט אויפגעטאן בעולם הזה,
¶106קודם הגאולה, וואס דאס האט אים צוגעהאלפן און דאס האט אים געבראכט צו דער גאולה האמיתית והשלימה, וואס דעמאלט הויבט ער אן שטייגן מחיל אל חיל ביז אין אן אופן פון אין סוף, כמדובר כמה פעמים.
¶107וואס דאס איז אויך וואס מ'וועט דאס דערמאנען אויך וואס אין דער סדרה רעדט זיך אויך וועגן א תוספת בריבוי ברכות וואס ווערט אונטערשטראכן, ווי אזוי אונטערשטרייכט מען אז דאס איז א ריבוי ברכות אז מ'הערט גלייך אן מיט דער צווייטער ברכה, וואס דאס איז די ברכה פון ”ועתן לך האלקים” טייטשט גלייך רש"י אפ, וכדובר,
¶108אז דאס באווייזט אז דאס איז פשוטו של מקרא, אז די ערשטע ברכה וואס מ'גיט א אידן איז, אז ער הויבט גלייך אן פון דער צווייטער ברכה, ווארום מ'גיט אים מלכתחילה כפליים לתושי איז גלייך מיט א ו' המתים ”ויתן לך”,
¶109און דאס זאגט מען אויך גלייך, אז גלייך די הוספה איז ”שוין כולל כל” 'סדר השתלשלות' כולו, סיי שמים און סיי ווי תאמרי ועצת תחת וכו'.
¶110ועד כדי כך ווערט דאס א ענין כללי, אז ס'איז איינגעשטעלט געווארן אין ”מנהג ישראל תורה” הוא, אין תפילות ישראל, אז ווי אזוי הויבט מען אן די פעולות אין יעדער וואך, אין די וואכעדיקע פעולות?
¶111הויבט מען אן דערמיט וואס מ'זאגט לאחרי ווי אפגעטאן דער דבר וואס איז מצד סיווי דער ענין ההבדלה, מיט דער ברכה אחרונה, אדער פאר דער ברכה אחרונה זאגט ער גלייך לאחרי דערויף וואס ער האט מקיים געווען די אלע ענינים וואס איז אויך פארבונדן מיט די ד' עולמות,
¶112וואס דאס איז דאך דער ענין פון דער יין און נר און הבדלה און פסמים וכו', כנגד די ד' עולמות, כמדובר כמה פעמים, זאגט ער גלייך נאך דערויף ווי ער האט דאס מקיים געווען אין מעשה בפועל, הויבט ער גלייך אן זאגן, און גלייך מיט א ו' המוסיף,
¶113”ואיתן לך אלקים מטל השמים ומשמני הארץ ודוב דגן” ותירח און מיט כל הענינים וכל הברכות, כמדובר כמה פעמים.
¶114און מ'איז אויך מסיים דערנאך, ווי לויט דעם נוסח פון דעם אלטן רבי'ן, וואס ער האט אריינגעשטעלט בסידורו, וואס דאס איז א ספר השוה לכל נפש,
¶115אז מ'איז מסיים דערביי מיטן ענין פון שלום, וואס 'שלום כאן' איז 'הכל כאן', אויך דערמאנט גלייך בנוגע צו דוד המלך, וואס מ'דערמאנט נאך פאר דערויף וועגן דעם ענין הגאולה כמה פעמים,
¶116במשך פון דעם נוסח פון ויתלך איז מען אויך מסיים במיוחד מיטן ”ענין השלום, וכמה” פעמים שלום, און פארבונדן דוקא מיט דוד'ן לדוד.
¶117און דאס ווערט דערנאך א ”שלום בכל העולם כולו”, אנהויבנדיק פון דעם שלום אמיתי, וואס דאס איז גאולה האמיתית והשלימה עיידי משיח צדקנו, און דורך דוד מלכא משיחא, וואס דעמאלט איז דערנאך נאך ועתן לך איז דאך אויך דא די ”סוצה דוד מלכא” משיחא.
¶118ועוד הזה העיקר, אז ס'קומט גלייך נאך פאר שבת' ענאכט און פאר שבת און פאר פרייטעג, און פאר אפילו מיטוואך, און אפילו נאך פאר דינסטיק, ווארום מ'האלט דאך ערשט אין סיום פון יום השני, מ'האט שוין אבער דעם ענין, ווי דערמאנט פריער,
¶119אז ”ויברכוהו הוי” און ”ויברכוהו הוי'” 'מאה שערים' און ווי דער צווייטער אפטייטש אין דעם, לאחרי אין דעם נאכן ערשטן אפטייטש, אז דאס איז צען מאל אזויפיל פון מאה.
¶120און ס'ווערט דערנאך אויך ווי דער המשך הסדר פון ”ויתן לך יתן ויחזר ויתן” נאך פאר שבת'ן עקוקים דובר, נאך פאר אפילו פון יום השלישי שהוכפל בו כי טוב,
¶121האט מען שוין ביום השני שלפני זה דעם גאנצן שטורעם פון 'מאה שערים' ויברכי הוי'", ותיכף ומיד ממש, ומתוך שמחה וטוב לבב.
¶122וואס דערפאר וועט מען אויך מסיים זיין, כמדובר כמה פעמים, מיט כפליים לתושי' וואס יעדער ענין פון כפליים איז דאך פארבונדן, כידוע, דער מאמר הידוע פון מלכתחילה אריבער פון רבי'ן מהרש, וואס ער שטעלט זיך אז עניני הגאולה זיינען פארבונדן דוקא מיטן ענין פון אותיות כפולות,
¶123אנהויבנדיק אויך פון דעם אות וואס איז פארבונדן צמח שמו, וואס דאס גייט דאך דער נאמען פון משיח'ן, וואס אז מ'דערמאנט דעם נאמען איז דאך אט דעמאלט איז מען זיך מעורר און ס'ווערט געבראכט אט דעם וועמענס נאמען מ'האט אים דערמאנט וואס מ'האט אים דערמאנט,
¶124וויבאלד אז מ'דערמאנט אים מיוסד ע ל פי התורה, וואס זי איז ”תורת אמת” און אויך תורת חיים, הוראה בחיים, איז מען נאכמער מזרז ביז מ'ברענגט אראפ בפועל די גאולה ע ידי צמח שמו, תיכף ומיד ממש,
¶125און מ'גייט צוזאמען מיט משיח און צוזאמען מיט נשיא דורנו, ו”כל בני ובנות ישראל, אנשים ואנשים” והטף, און אין אן אופן פון שמח און תשמח און הקהל, און אין אן אופן פון א ”שנה תמימה”, און א שנת העיבור מיט אלע פירושים שבדבר, אננעמדיק פון דעם פירוש בפשטות,
¶126אז ס'ווערט א גאנצקייט בא יעדער אידן אין זיין לעבן, סיי בגשמיות סיי ברוחניות, א גאנצקייט אין זיין לעבן בנוגע שהוא ובני ביתו מיט זיין גאנצע קהילה, מיטן גאנצן עם ישראל, און א גאנצקייט אין דער גאנצער וועלט,
¶127פון ”לתקן עולם במלכות שד” י אז ס'ווערט א גאנצע וועלט, ווארום ס'איז גאנץ צוזאמען מיטן אויבערשטן, מיט בורא עולם ומנהיגו, און אלע ענינים אין אן אופן פון תמים,
¶128מיט אלע פירושים שבדבר, עאכו"כ אז דאס איז כולל אין זיך די אלע פירושים וואס נשיא דורנו, וואס ער איז דאך געווען דער מנהל פועלים פון דעם יסדים וכו' בנוגע צו תומכי תמימים און בנוגע צו כל עניני תמימות,
¶129אנהויבנדיק פון תמימות בפשטות, א גאנצקייט אין בריאות הגשמיות, א גאנצקייט אין בריאות הרוחניות, אין א גאנצקייט אויך אין נכסים, און גיין גאנצערהייט, ותיכף ומיד ממש,
¶130אנשים נשים וטף, בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו ”קהל גדול ישובו הנה”, און ווי דערמאנט פריער א קינות עולמי, אז מ'קלייבט צוזאמען די גאנצע וועלט מיט זיך, האט דאס בכח יעדער איד, צוזאמענקלייבן די גאנצע וועלט צו זיך,
¶131און דערנאך גיין מיט דער גאנצער וועלט, ותיכף ומיד ממש, אין א אויסגעלייזטע וועלט, אין אן אופן ”הכי שלם והכי” תמים, כמוזכר לעיל.
¶132וכמדובר, ויברכי הוי' ומאות שערים ”ויתן ויחזר ויתן, ותיכף ומיד” ממש.