עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-g3gb3sh0

kind
paragraph
order
24
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
ס'איז דאך כרגיל ווי מ'האט גערעדט בא די פריערדיקע נעכט, אויף נעמען אלס א יסוד, לכל פדים לו, אלס א התחלה, די קריאת התורה פון דעם טאג, וואס דאס איז דאך תורה מלשון הוראה, איז אף על פי וואס מ'לייענט ערשט עס ביום, און אויך ביום, ניט גלייך בעמוד השחר, איז דאך דאס אבער דער זעלבער מעת-לעת, און די קריאת התורה איז על פי זה מובן, אז דאס האט א שייכות צו דעם גאנצן מעת-לעת, אנהויבנדיק פון דער רגע הראשונה, על אחת כמה וכמה אז נאך דער רגע הראשונה איז שוין געווען דער ענין פון תפילת הערבית, וואס דאס איז זיכער אויך כולל דער ענין פון קריאת-שמע של הערבית, וואס דאס איז דאך אויך דער ענין פון קריאת-שמע איז דאך ווי די גמרא זאגט, אז נוסף ענינה אלס קריאת-שמע איז דאס אויך אן ענין פון קריאה בתורה, האט דאס בלייך א פארבונד מיט די קריאת התורה, אין תורה בפשטות, במשך פון דעם זעלבן מעת-לעת, אז דאס גייט צוזאמען.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions