עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-g31zk88p

kind
paragraph
order
Zl
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
הוא קרייט מען אבער גלייך צו די ברייטקייט פון דער הויז און די פריילעכקייט פון דער הויז און די מעבל פון דער הויז אין אזא אופן, אז ס'זאל זיין א הויז אין וועלכע ס'וועט קענען זיין, און ס'במילא וועט זיין אזוי בפועל, מערערע שמחות, ניט נאר איין שמחה, נאר בנים ובנות עוסקים בתורה ובמצוותי בנים לשון רבים און בנות לשון רבים, חתונה מאכטן די חתונה פון דער הויז, און אין דער הויז פראווענט מען אויך א טייל פון די שבע ברכות, און אזוי אויך אין אנדערע שמחות. וואס דערפאר איז אויך, בשעת עלטערן גרייטן-צו זייערע קינדער צו דער חתונה, און זיכער אזוי בהנוגע צו דער אייגענער הויז גיט זיי דער אויבערשטער די מעגלעכקייט, און מ'דארף נאר האבן, אז זיי זאלן אזוי באשליסן, אז זיי ווילן דאס דורכפירן בפועל לויט דעם אויבערשטנ'ס ברכות אן אנווייזונגען אט דעמאלט איז בענטשט דער אויבערשטער און איז מבטיח, אז כתבי'אל הארץ בשעת יעדער אידישער פרוי גייט אריין אין איר אייגענע הויז אין איר אייגענעם פאמיליען לעבן, האט זי גלייך די אלע ברכות פון דעם אויבערשטן, אז ס'זאל זיין ושבתא הארץ זי זאל זיין גלייך פון דעם ערשטן טאג צוגעגרייט אויף קענען פראווען דארט שבתים און ימים טובים, און איינלאדן אויך אורחים, און די אלע זאכן זאל איר ניט נאר ניט איינגעמאכן, נאר אדרבא, פארקערט, דאס זאל זיך מאכן נאך ברייסער און נאך פריילעכער דעם אייגענעם שבת און דעם אייגענעם יום-טוב, וויבאלד אז מ'האט אורחים.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions