English
ספרייה

transcript · אידיש

טקסט

183 סעיפים

טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.

1איינע פון די הנהגות פון שווער, וואס דאס איז געווען בגלוי, איז אט דאס אז פון חלוקת השס איז ”מידי שנה בשנה”, די אלע יארן וואס איך האב זיך צוגעקוקט, האט ער גענומען מסכתא סנהדרין.

2דאס הייסט, אז אף על פי וואס ער פלעגט האט געהאט דארט זיינע שיעורים ”על הסדר ושלא על הסדר וכו'” וכו אבער אין חלוקת השעס איז געווען די מסכתא בגלוי, וואס ער האט גענומען און געלערנט, איז געווען די מסכתא סנהדרין, און ניט איין יאר, נאר כמה שנים, וואס ער האט זיך צוגעקוקט און האט זיך דערנאך ארויסגעגעבן דעם צעטל אויך, דער קארטל, איז געווען מסכתא סנהדרין.

3וואס על פי פשוט אויך קען מען דאך זאגן דעם ענין אויך כפשוטו, אז דאס איז דאך אן ענין וואס איז פארבונדן איז אט דער וואס השגחה העליונה האט אים אוועקגעשטעלט אויף צו זיין אויף רועי עמי ישראל באמונה איז דערפאר איז אויך חלקו בתורה וואס ער דארף דאס חזר'ן,

4די מצות להוה זהיר ביטפי וואס דאס שפיגלט זיך אויך אפ בהנוגע צו 'לימוד התורה', איז דאס אויך אין חלק התורה, וואס דאס איז דער ענין א סנהדרין,

5וואס ס'איז דאך ”שמה מילתא הוא” וויבאלד אז די מסכתא ווערט אנגערופן בשם זה איז דאס א סימן אז דאס איז בעיקר א שייכה אז דאס איז א מסכתא וואס בעיקרה איז דאס אן ענין וואס איז פארבונדן מיט סנהדרין.

6וואס אין סנהדרין איז דאך דא שינויים בהנוגע צו סיום המסכתא מיט וואס פאר א פרק ס'ענדיקט זיך, וואס ס'איז דא אין דערויף שינויים צווישן משניות און גמרא,

7דער ענין פון חלוקת הש", איז דאך אז מ'לערנט דאס ניט נאר די משנה אליין נאר צוזאמען מיט דער גמרא, וואס דעמאלט איז דער סיום מפרק חלק,

8וואס דאס איז דער סיום פון כל המסכתא כולה.

9אין דעם פרק גופא איז דער סיום איז בהנוגע גאר צו דיני עיר הנדחת.

10און ער פארענדיקט, אז ו”לא יבוא לא ידבק בידך מאומה מן החרם” וואס דאס שטייט דאך בנוגע צו עיר הנדחת.

11און איז מסיים אויף דעם, ווארום ”כל זמן שהרשעים בעולם, חרון אף בעולם” ווי זיינען מפרשים דאס איז מפרש דעם המשך הענין,

12אז דאס גייט אויף אזוינע רשעים וואס זיי זיינען עובר אויף ”ולא ידבק בידך מאומה מן החרם” וואס דאס איז אויך דער פירוש וואס די גמרא זאגט, אמר ר' יוסף, אז מאי רשעי איז דאס גנבי לכאורה וואס איז דא די שאלה מלכתחילה, וואס איז דער טייטש רשעים און וואס איז דאס פאר אן ענטפער, אז רשעים איז דאס גנבי?

13נאר די גמרא פרעגט, מאי רשעי וואס איז דאס פאר א קישור ”ולא ידבק בידך מאומה מן החרם” מיט דעם ענין וואס ער זאגט דערנאך אז כל זמן רשעים בעולם, 'חרון אף בעולם' איז ער מפרש דעם קישור, אז דאס גייט אויף די רשעים וואס זיי זיינען וואס דאס מיינט מען גנבי, וואס זיי האבן געגנב'עט פון דעם חרם,

14איז אט דעמאלט איז ”חרון אף בעולם” און בשעת ס'ווערט דער היפך פון מציאות הרשעים, איז אט דעמאלט איז בטל ”חרונה אף מן העולם”.

15וואס דאס איז דאך אויך ווי דער סיום הכתוב בנוגע צו עיר הנדחת, אז בשעת מ'וועט מקיים זיין כל הדינים איז אט דעמאלט ושף חרונה אף אויף שם.

16און דערנאך איז ער מוסיף פון נאך א ענין וואס לכאורה האט עס קיין שייכות ניט להקידם.

17אז בשעת א צדיק איז בשעת עבד צדיק איז אט דעמאלט איז בעולם א היפך פון טובה, און בשעת ס'איז בא צדיק לעולם איז אט דעמאלט ”בא טובה לעולם, שנאמר זה ינחמנו ומעשינו ממעשינו ומעצבון ידינו”.

18וואס לכאורה, דער ענין פון צדיקים האט אהערצו גאר קיין שייכות ניט, בשלמא, דער ענין פון רשעים איז דאס א המשך אויף ”ולא ידבק בידך”, וואס דערפאר איז זאגט ער, אז בשעת ס'גייט אוועק דער רשע איז דעמאלט איז בטל חרון אף און בא רשע איז בא חרון אף, און ביי א צדיק איז להיפך.

19איז אויך דאך אין דערויף דער ענין כפשוטו, אז דאס מיינט ער אויך צדיק אין דעם ענין, אז בשעת מ'טוט אפ די כל דינים פון עיר הנדחת וואס דעמאלט איז דאך בא צדיק לעולם איז אט דעמאלט בא טובה לעולם.

20אויב אבער ס'וואלט אזוי געווען דער פיר כוונת המשנה, וואלט מען דעמאלט ניט געדארפט ברענגען די ראי' שנאמר ”זה ינחמנו ממעשינו ומצוון ידינו” מ'וואלט געדארפט ברענגען די ראי' פון דעם ענין פון עיר הנדחת וואס ער איז מסיים דארט, ורחמך וירבך מאבותיך.

21והיפך ורחמך ונכם לך רחמים בבך מבותיך.

22נאך אן ענין וואס איז אינגאנצן ניט פארשטאנדיק עיר הנדחת איז דאך דאס אן ענין וואס דאס טרעפט זיך זייער זעלטן, אויף אזויפיל זעלטן ביז וואנענט אז די גמרא ברענגט אראפ פון תוספתא, אז עיר הנדחת איז לא היתה ולא נברא ס'איז דא גאר א סברא, אז ס'קען גאר ניט זיין א מציאות פון עיר הנדחת.

23אפילו ווען זי איז דא, איז דעמאלט איז דא אין דערויף כמה תנאים, אז דער ערשטער זאך מוז זיין דערביי אן ענין ווען ס'איז נאך ”סנהדרין של שבעים” ואחת, און אט דעמאלט אויך דארף זיין די פריער דארף מען חיקר ודודק זיין, און דערנאך דארף מען שיקן, ווי דער רמב"ם שרייבט, שני תלמידי-חכמים זאלן זאגן מוסר,

24און בשעת מ'איז פריער מזהיר איז מען מזהיר אז דאס איז דאך אן ע און דאס רעדט זיך דאך ”בזמן שיד ישראל תקיפה”, אז דאס איז ניט א פירוש אז מ'זאגט וואס וועט זיין אין עולם הבא,

25נאר דאס איז בזמן שסנהדרין קיימת, און זיי קענען מעניש זיין מיט די עושים האמורים בתורה, איז דאך דאס אן ענין וואס בשעת מ'וועט זיך דערוויסן וועגן דער עיר הנדחת, און פריער וועט מען קומען חוקא ודורא זיין און מ'וועט זיי מזהיר זיין און מ'וועט זיי זאגן אז עבודה זרה איז דאס א יחיד בתכילה און עיר הנדחת בסייך,

26און זיי ווייסן אז דאס איז אן ענין וואס מ'קען אויספירן דעם עונש בפועל, און אעפ' כן זאל מען זיין מחזיק ביוולתא.

27און דאס איז נאך ווייניק פסק'נט אפ דער רמב"ם, אז נאך דעם שיקט מען ערשט צוויי תלמידי-חכמים, וואס אט די תלמידי-חכמים וועלן דער רעדן מיט יעדערן באזונדער, אז אפשר וועט ער פארט חרטה האבן.

28און לאחרי כל זה, אז דאס אלץ האט ניט געהאלפן איז נאך אויך ניט בפשיטות איז אט דעמאלט דארף מען מגייר זיין צבא ישראל, און דערנאך דארף מען גיין במלחמה אויף דער עיר הנדחת, און דערנאך דארף מען ווארטן ביז וואנענט איז בקעה העיר, און דערנאך דארף מען ערשט אויפשטעלן בית דין רבין,

29און דערנאך איז דער בית דין דאו חוקר ודורו זיין נאכאמאל פון דאסניי, און בשעת די אלע זאכן טוט זיך אפ ווי מיט אלע פרטים אט דעמאלט ערפירט מען אויס דעם ענין פון עיר הנדחת.

30ס'איז דאך כרגיל, אלעמאל, אז ”נעוץ סופן בתחילתן ותחילתן בסופן” איז אויך אין תחילת המסכתא, גלייך אין דעם ערשטן פרק, איז אט דארטן רעדט זיך אויך הויבן הויבט זיך אן בהנוגע ווי דער דין איז ביי א בית-דין של שלשה,

31ביז וואנענט ער קומט צו א בית-דין ”של שבעים ואחד”, און זאגט דארטן אז עיר הנדחת דארף קומען צו שבעים ואחד, און זאגט אויך גלייך תנאים, אז ס'קען זיין מערניט עיר אחת השתיים ניט שלש וכו.'

32וואס דאס איז דער נעוץ סופן בתחילתן אז סיי דער סוף און סיי דער אנהויבס רעדט זיך וועגן אט דעם ענין.

33וואס לכאורה איז דאס אן ענין פון היפך המקובל, אז מ'דארף אלעמאל פארענדיקן מסיימים בדבר טוב, ביז וואנענט אז מ'זאגט, אז צוליב דערויף האט מ'חזר'ט מען איבער פסוקים בתנ"ך כדי ס'זאל זיין דער סיום בדבר טוב איז לכאורה,

34אמת טאקע, אז עונש פון עיר הנדחת איז דאס אויך אן ענין פון זה ינחמנו ס'קען דאך אבער זיין אין סנהדרין גופא אן ענין טוב יותר, ווי מעניר זיין עיר הנדחת.

35און ווי ער איז מבאר אין אליהו רבה, און ס'איז אויך מוכרח בכמה מקומות פון שס, אז א ענין פון סנהדרין איז סוף דבר איז, אז בשעת ס'איז דא א חוטב ועונש זאל מען אויספירן דעם עונש שלו,

36אבער וואס איז עיקר ענין א סנהדרין?

37אויף באווארענען אז מ'זאל ניט קומען לידי חטא ועונש.

38וואס דערמיט פארענטפערט מען דאך אט דאס וואס די גמרא די משנה זאגט, און די גמרא איז דאס מבאר בארוכה, אז בשעת ס'איז געווען א סנהדרין וואס אחת לשבע שנה, אדער ווי די צווייטע דעה, ”אחת לשבעים שנה”, איז געווען אן ענין פון מיתת בית-דין בפועל האט מען די סנהדרין אנגערופן, אז דאס איז א סנהדרין וואס טויג ניט, ווי שטייט דער לשון אויף דעם.

39לכאורה, וואס זיינען די סנהדרין שולדיק און זיי האבן דאך געטאן דאס רעדט זיך דאך וועגן א סנהדרין כשרה, וואס מערניט דער חסרון איז, אז זיי האבן צוגעלאזט א מעמד ומצב, אז איין מאל אין זיבן יאר אדער אין זיבעציק יאר האט א איד עובר געווען במזיד אויף אן ענין וואס ער איז חייב מיתה,

40נאר אט דאס איז א סימן ווער הרג"ט אים הרג"ט אים די סנהדרין, ווארום ווען זיי וואלטן אויסגעפירט וואס זיי דארפן אויספירן, ווי ער ”שלשלאות של ברזל” במתניהם, און ”מחזרין בעיירות ישראל”,

41און זיינען מלמד דיני התורה מיט אידן וואלט אט דעמאלט קיין איד ניט צוגעקומען צו אזא מעמד ומצב, אפילו ”אחת לשבע שנים” ואפילו אחת לשבעים שנים.

42איז וויבאלד אז דאס איז גאר דער עיקר ענין א סנהדרין, און דאס איז דאך דער געשמאקערער ענין אין סנהדרין, דער יורה משפטיך לישראל האט דאך געדארפט מסיים זיין די מסכתא מיט אט דעם ענין וואס איז דא בין סנהדרין.

43אט דאס וואס מ'זאגט אז עיר הנדחת לא היו ולא נברא די דיעה פון תוספתא ברענגט דארט די גמרא אראפ כמה ענינים אזוי, בנוגע צו סעורר ומורא ובית המנוגע, וואס אויף זיי אלע איז דא סברות אז לא היו ולא נברא, און דערנאך איז ”אמר ר' יונתן אני רעיתי וישבתי על קברו” אדער וישבתי על תהלו.

44וואס לכאורה איז דאך דאס ניט ווי גערעדט אין תניא, און אויך ניט ווי די גמרא פרעגט גלייך, אז וואס איז דא די גאנצע הלכות?

45נאר ”דרש וקבל שכר”. וואס לכאורה איז דאך דאס ניט ווי ער איז מבאר אין תניא אין קונטרס אחרון, וואס דארטן זאגט ער אז אט די ענינים אין תורה, די בית פון ר' ירמין וכיוצא בזה, וואס ס'קען זיין אז לא הי' לעולם איז אף על פי וואס זיי זיינען ניטא דא למטה האבן זיי אבער א ”שורש ומקור למעלה”.

46און דורך דערויף וואס מ'לערנט די הלכה און מ'איז מברר דעם דין למטה טוט זיך אויף דער ענין, דער פסק דין, אין זייער מקור ושורש ווי ער איז למעלה.

47וואס לכאורה איז דאך דאס ניט דער ענין פון ”דרוש וקבל שכר”, איז אבער כאמור כמה פעמים, אז די ענינים וואס ווערטן געבראכט אין חסידות איז דא אויך וואו זיי שטייען אין נגלה איז שטייט דאס אין ספר חסידים,

48אז בשעת אט דאס וואס ער זאגט ”דרוש וקבל שכר” איז דאס ניט דער ענין אז ער בלייבט מערניט בהנוגע צו דעם ענין הלימוד, און ער האט דעם שכר ווי מ'האט שכר פאר לימוד תורה נאר דער שכר איז, אז ס'קען ניט זיין אז פון דער הלכה ס'זאל ניט ארויסקומען קיין נפקא מינה בפועל, נאר די נפקא מינה בפועל קען זיין ניט אין דעם ענין פון איר א נדחת עצמם,

49וואס דאס ווערט אנגערופן דער ראש וקבל שכר אין דעם ענין גופא.

50וואס אויב ס'מוז זיין א נפקא מינה בפועל למטה עאכו"כ אז דער ריש וקבל שכר איז אין זיך כולל די נפקא מינה למעלה.

51וואס כפשוטו איז דאס אט דאס וואס מ'האט פריער גערעדט, אז דער ענין פון סנהדרין איז, אז דורך דערויף וואס זיי וועלן לערנען די הלכות, צוזאמען מיט דעם עונשין ושכרם,

52וועט דאס באווארענען אז מ'וועט ניט צוקומען מלכתחילה צו דעם גאנצן ענין אט דאס איז דער ”דרש וקבל שכר” פון עיר הנדחת, אז דורך דערויף וואס ס'וועט זיין דער דרש אז מ'וועט לערנען די אלע פרטים פון עיר הנדחת,

53און צוזאמען מיט דעם עונשין שבדבר און אין דעם היפך הדבר, אין דעם צד עד סוף שבזה, איז אט דעמאלט וועט זיין דער וקבל שכר אז עיר הנדחת וועט זיין לא הי' וללא נברא.

54וואס דאס איז דער פשטות הענין וואס מ'זאגט למען ישמעו ויראו אט דאס איז דער ענין, אז דורך דערויף וואס מ'וועט לערנען ישמעו די הלכות פון עיר הנדחת, ולא ”יראו ולא יזידון” אז דאס וועט פועל'ן אז עיר הנדחת וועט ניט זיין.

55מה-שאין-כן אויב מ'וואלט דאס ניט געלערנט בפרטיות, און מ'וואלט ניט געהאט דעם עונש, כמפורש בכתוב, וואלט אט דעמאלט געקענט רחמנא ליצלן זיין ד אבער דאס איז נאך אלץ ניט פארענטפערט אט דאס וואס מ'האט גערעדט,

56ס'קען דאך מסיים זיין בדבר טוב טוב בכל הפרטים, אז אמת טאקע דאס איז א ענין טוב דורך דערויף וואס ”ישמעו ויראו ולא יזידון”, ס'איז דאך אבער דא נאך א טוב מער בשלימות אט דאס וואס די סנהדרין לערנען אין דעם קב פון 'עשה טוב'.

57וואס אט דאס גופא, אז מ'דארף באווארענען אז ס'זאל ניט צוקומען צו איר הנדחת איז דאך א סימן עלולי די באווארעניש איז דאס שייכות אז דאס זאל טרעפן, אט דאס אליין איז דאך שוין היפך השלימות.

58בשעת ס'רעדט זיך וועגן ללכת מחיל אל חיל אין טוב גופא, איז דאך אין שלימות גופא דא כמה דרגות, ווארום דאס איז דאך פארבונדן מיטן אויבערשטן,

59וואס ער איז דאך אין סוף איז אויך בהנוגע אין הליכה בשלימות, איז דא יעדער מעמד ומצב האט דאך זיך זיין מצב השלימות לפי שנה ”ההיא וארץ ההיא”.

60וואס דאס איז וואס מ'האט גערעדט אין די פריערדיקע שבתים, בהנוגע וואס מ'זאגט אויף שרה נאכולן ”שוין לטובה” אף על פי וואס ביי איר איז געווען צייטן וואס ס'איז געווען בלותי און צייטן וואס ס'איז געווען עדנא ועד"ז בנוגע לחטא איז געווען צייטן וואס ס'איז גאר ניט געווען קיין הלוליות פון חטא,

61און דערנאך איז געווען צייטן ווען זי איז געווען א בת עונשין, וואס דאס גופא איז דאך שוין דא א מציאות פון א חטא.

62דערנאך איז דאך נאכמערער, ס'איז דאך דא די צייטן פון ודכחש שרה וטירה מיט אלע פירושים שבזה, און ווי אזוי-זאגט מען אויף דערויף כולם שבין לטובה,

63נאר ס'איז דא אין יעדער שנה איז דא אט די שלימות פון דער שנה.

64ער דרך ווי די שלימות פון שבת איז, אז מ'זאל גארניט האבן צוטאן מיט ”עובדין דחול” אט אזוי איז די שלימות פון 'ימות החול', אז ס'זאל זיין דרכיך אכילתו ושתייתו וטיולו ומסחרו און דארטן זאל זיין דער דעהו.

65וואס לכאורה, איז ווי קומט דאס צו די שלימות פון שבת וואס דאס איז קודש לה' אינגאנצן לה', און מ'זאגט אז ס'איז ”שוין לטובה”, יום טוב איז מערניט ווי חצי לה', און 'ימות החול' איז ער גאר אינגאנצן פארנומען אין 'עובדין דחול', החורש והזורע וכו' וכו,'

66אבער וואס דען, אין 'ימות החול', אין וואס באשטייט דעמאלט די שלימות?

67על דרך ווי אין מצוות דוקא אין הנחת תפילין, אט אזוי איז איינע פון די שלימות'ן פון שבת, אז מ'זאל ניט לייגן תפילין.

68ועל דרך ווי אין שבת איז די שלימות דוקא ”בשר שמן ויין ישן”, אט אזוי איז די שלימות פון 'ימות החול' ניט אנקגעבן זיך אין ”בשר שמן ויין ישן”.

69וואס דאס איז דער ”שוין לטובה” יעדער זמן האט דאך איר זיין שלימות.

70וואס וואס אט אזוי איז אויך אין ”עשה טוב” איז ניט א הכרח, אז וויבאלד אז ער געוועט צו א הכרח שלימות איז א סימן אז פריער איז ער געווען חסר לגמרי די שלימות האט ער ניט געהאט, אבער אין דעם זונטיקדיקן מעמד ומצב איז ער געווען בתכלית השלימות, וואס ס'איז דעמאלט אפשרי.

71וואס דערפאר, איז ווען מ'וואלט מסיים געווען דער ענין פון סנהדרין אין ענין פון לימוד סנהדרין אין ”עשה טוב” ניט אין למען ”ישמעו ויוראו ולא יזידון” איז דאך דאס א בעסערער סיום טוב ווי אפילו דער סיום טוב אין דעם לימוד וואס טוט אויף אז עיר הנדחת לא היתה ולא נברא.

72אין עיר הנדחת געפינט מען א מאדנעם אויפטו וואס דער ראב אט שטעלט זיך אויף דערויף, און וואס דערפון פארשטייט מען דעם גאנצן אויפטו וואס עיר הנדחת טוט אויף.

73דער רמב"ם שרייבט, אז נאך דערויף ווי בית דין האט חוקר ודורש געווען אז דאס איז אן עיר הנדחת, איז אט דעמאלט דארף מען ערשט שיקן שני תלמידי-חכמים, און זיי דארפן נאכאמאל מזהיר זיין די אנשים די נדחים פון עיר הנדחת,

74און אט דעמאלט, אויב זיי האבן תשובה געטאן, איז אט דעמאלט ווערט בטל דער ענין.

75פרעגט דער ראב"ד א קשיא, און דאס איז א מאדנער לשון אין ראב"ד, אז ס'איז טוב אז תשובה זאל טאקע העלפן, אבער לא מצא נה אז תשובה זאל העלפן נאך התראה ומעשה.

76קומט צוגיין דער ראגאטשאווער און פארענטפערט אויף דעם, אז ניט דער פירוש איז, אז בשעת מ'וועט טאן תשובה ווערט בטל כל הענין וואס דאס האט דער ראב"ד טאקע גערעכט, אז לא מצא התשובה אז ס'זאל מבטל זיין די התראה ומעשה.

77אט דאס אבער וואס די תשובה טוט אויף, אז דאס ווערט ניט דער דין פון עיר הנדחת, נאר דאס ווערט דער דין פון יחידים.

78אע"פ וואס דאס איז רובה של עיר, איז וויבאלד אז זיי האבן געטאן תשובה, האט דאס אויפגעטאן אז ס'איז געווארן אויס עיר הנדחת, נאר מ'טוט דעם דין ביחיד ”כל אחד ואחד בפני עצמו”.

79וואס קומט דערפון ארויס אין פועל?

80היפך הסברא. לכאורה, אז מ'טוט תשובה דארף דאך זיין א קלענערער עונש, און דא איז דער דין פארקערט.

81דינות של עיר הנדחת איז בסייף, דורך דערויף וואס עשו תשובה, ווי דער ראגאטשאווער טייטשט דאס אפ, אז דעמאלט האט דאס א דין פון א יחיד, די דינה בתכילה קומט דאך אויס, אז דורך תשובה וועט ער האבן אן עונש בחמורה.

82נאר וואס דען? מ'גיט אים א טרייסט, אז אזוי וועט דער ממון זיין הפקר און מ'וועט דאס פארברענען ווען מסתו בסייף, און אזוי וועט דאס אנקומען צו די ארטשים.

83וואס קומט אים ארויס? ווי די גמרא זאגט אויף רי שלקישן, ואזבול החורים חולם וואס האט ער דא די נחמה?

84און וואס האט דאס אויפגעטאן, אז תמורת סייף זאל זיין מסתו בתכילה?

85אט דאס וואס ער האט געטאן תשובה. ס'איז דאך כלפי פארקערט ווי ס'דארף זיין על פי שכל.

86און דערנאך איז דאך די זעלבע קשיא וואס דער אייברד פרעגט, אז ווי אזוי קען מען זאגן אז תשובה זאל מבטל זיין דעם גאנצן ענין פון אתראה ומעשה בלייבט דאך די זעלבע קשיא ווי אזוי קען תשובה מבטל זיין דעם ענין פון אינו שיר הנדחת און איבערמאכן דאס פאר א יחיד,

87א דין פון יחידים. און וואס איז דער חילוק פון דינים ביחידים און דער דין פון עיר הנדחת, אז אזוי ווערט א יחיד, ניט א ”מציאות בפני עצמו” דאס ווערט איין מציאות, וואס די מציאות ווערט אנגערופן עיר הנדחת.

88נאר וואס דען, זי באשטייט מכמה וכמה חלקים, וואס דאס זיינען די רובות של עיר אדער כולות של עיר אט די אנשים וואס זיי זיינען בעיר.

89וואס איז די מציאות פון יחידים?

90אז יעדער יחיד ווערט ניט א חלק פון דער עיר הנדחת, נאר דאס איז אן עולם וענין בפני עצמו.

91וואס לכאורה איז ניט פארשטאנדיק, וואס איז טאקע דער צירוף?

92ס'איז דאך יעדער יחיד איז דאך א ”מציאות בפני עצמו”, אויף אזויפיל א ”מציאות בפני עצמו” אז בשעת בית-דין דארף שיקן אויסגעפינען דארף זיך עוקר ודורה זיין יעדער יחיד באזונדער, און דערנאך וועט איבערציילן אז דאס זאל זיין רובה שליך ”לכל הפחות אדער כולות שליך” ציילט מען זיך יעדער יחיד פאר א באזונדער חלק.

93און אויף אזויפיל אז מ'זאגט אז בשעת ס'איז דא צופיל יחידים, מערער ווי ”רובו של שבט” איז אט דעמאלט ווערט דאס אויס עיר הנדחת, און בשעת ס'איז דא ווייניקער ווי מאה קען דאס ניט ווערן קיין עיר הנדחת.

94זעט מען דאך, אז יעדער יחיד איז פאר זיך א מציאות, און ער איז איינער ניט ווייניקער ווי איינער און ניט מער ווי איינער.

95און דערנאך זאגט מען, אז בשעת מ'האט איבערגעציילט און ס'איז געווארן רובה של איר אדער כולה של איר איז דאס ניט דער פשט אז ס'איז דא מאה יחידים, נאר ס'איז דער פשט אז ס'איז דא איין מציאות וואס זי ווערט איר הנדחת.

96נאר אט דאס איז דער אויפטו פון איד וואס מצד דערויף וואס אידן זיינען דאך דער נשמה עיקר והגוף טפל, וואס מצד דערויף איז דא בא אידן א שייכות פון צירוף, משא"כ בא בני-נח איז ”קול יחיד בפני עצמו”,

97ניטא דער ענין פון צירוף אז דאס זאל ווערן א קהל, דער ענין פון קול איז דאס דא דוקא בא אידן, וואס קול איז דאס א מציאות וואס דאס איז איין מציאות, ניט א מציאות פון ששים ריבוא יחידים, נאר דאס איז איין מציאות וואס ווערט אנגערופן קהל, צי דאס איז א שבט צי קהל נשים צי קהל כהנים אט די אלע פרטים, ווי די גמרא רעכנט אויס אין הורות, אבער דאס איז איין מציאות.

98וואס איז מצרף איז אט דער צירוף איז שייך מערניט ווי בא אידן, על פי הלכה, ביי בני נח איז ניטא דער צירוף, וואס דאס איז פארבונדן מיטן ענין פון ”כל ישראל ערבים זה בזה” וכמה וכמה ענינים ביז אין ענינים פון פסקי דינא בנגלה דתורה.

99וואס איז טאקע דער ביאור פארוואס קענען אידן זיך מצטרף זיין און גויים ניט?

100איז דאס פשוט מצד ווי ער זאגט אין חומש, אז חלק הוי' להם בהנוגע צו אומות העולם איז הפרידה מחדותא, משא"כ אידן זיינען דאך די וואס וועלכע מ'זאגט אז זיי זיינען ”גוי אחד בארץ”.

101נאר וואס דען? דאס איז אן אחדות בכח, און דערנאך, דורך דערויף וואס מ'איז זיך מצרף, ווערט דאס ארויסגענומען די אחדות פון כח און דאס קומט אראפ בפועל.

102אויף אזויפיל אז דאס ווערט ביז אן אין מציאות, אז ס'איז ניט שייך צו מחלק זיין ראשיכם באזונדער און ”חוטב עציך” ”ושואב מימיך” באזונדער, נאר דאס ווערט כאחדי ממש, ווי דער אלטער רבי זאגט אויף דערויף דעם לשון.

103וואס דאס איז דאך די שני ענינים וואס ס'איז דא בא אידן בנוגע לכמה הלכות א ענין פון קרבן ציבור, וואס מ'ברענגט איין קרבן אויף אלע אידן, און ס'האט א דין ווי א קרבן פון איין מציאות,

104און ס'איז דא אזוינע ענינים, בפרט נאך ווי אידן געפינען זיך בגלות, איז דאך אט דעמאלט אין נוחלותא בבבל ניטא די מציאות פון ציבור אין בבל מצד כמה פרטים וואס דארטן קען דאס ניט זיין דער ענין הצירות, ביז וואנענט אז ס'וועט ווערן איין מציאות אן קיין פירוט.

105וואס דערפאר בא גויים איז דאס ניט שייך ווי קומען זיי צו אחדות הפשוטה.

106ס'איז דאך אזה ”לעומת זה עשה אלקים” ס'דארף דאך זיין די מציאות פון בחירה חפשית, איז ווי דאס איז אין צד הקדושה האט מען געדארפט געבן אזא נפשריות אין דעם צד דעם לעומת זה.

107וואס איז דערפאר איז אין קיין אנדערע ענינים איז דאס ניטא.

108בשעת ס'רעדט זיך אין קדושה, אין דעם ענין פון אמונה בה' אחד, וואס אין לעומת זה איז דאס דער ענין פון עבודה זרה, איז אט דא האט מען געדארפט געבן די מציאות פון צירוף כמה יחידים נפרדים אז זיי זאלן ווערן ווי איין מציאות.

109לכאורה, דאס רעדט ער זיך וועגן אן ענין פון עבודה זרה, וואס דאס איז תכלית הפירוד.

110איז אמת טאקע 'מצד עצמו' איז דאס תכלית הפירוד, אבער מ'דארף אבער האבן בחירה חפשית, במילא מוז זיין ”נתתי לפניך את החיים ואת הטוב” און אזוי אויך דעם היפך, איז דערפאר איז דוקא אין דעם ענין פון עבודה זרה געפינט מען אט דעם ענין אז דאס ווערט איין מציאות, אז דער יחיד ווערט אויס מציאות פאר זיך.

111וואס לכאורה איז דאך דאס אן ענין לגרועתא, אבער מ'זעט דאך אויף, אז פארוואס קען זיין אט די מציאות?

112דוקא מצד דעם וואס אידן שטאמען פון אחדות הפשוטה, ווארום לולי זאת וואלט ניט געקענט ווערן א יחיד אויס מציאות, ער וואלט דאס קיינמאל ניט בטל ניט געקענט ווערן בטל אויף ניט 'תופס מקום' זיין בתכלית, מערניט ווי א מציאות כללית.

113וואס דאס איז דאך די מעלה פון אידן, און אין אידן גופא די מעלת העבודה פון אותם נשמתם עיקר און גופם טפל, און ווי גערעדט פריער אין אזא אופן פון טפל אז די כלי ווערט אויס מציאות לגמרי, ביז וואנענט מ'שרייט אויף איר חס ושלום דגן זרע

114איז אמת טאקע ער ניצט דאס אויס אין דעם לעומת זה, אבער פארוואס קען דאס זיין אין לעומת זה אט דער תוקף איז דאס מצד דעם וואס מקורו ושרשו איז אין אחדות הפשוטה.

115וואס דאס איז דאך ווי מ'זאגט אין דעם נוסח, אז מ'האט גענומען די מים און מ'האט דאס געבראכט אין דעם היפך, אדער ווי ער זאגט דעם לשון אין תניא ווי ער נעמט די ראשו של מלך, מלך עסוק ברעטים, און שטעקט דאס אריין אבער דערוויילע האט ער דעם ראשו של מלך, ולא מלולי זאת וואס די עבירה איז ניט געווען אזוי נוגע.

116וואס דאס איז דאך ווי ער זאגט, אז דערפאר וואס אהבתי אתכם איז דערפאר איז אפקוד עליכם ווי ער איז מבאר בארוכה אין רשימות פון צמח צדק אויף איכם, אז וואו איז דא דער ענין פון עבירות איז לא עליכם עוברי דרך בא אומות העולם איז דאס ניטא ניט דערפאר וואס זיי מאכן ניט קיין עבירה, און זיי

117דאס איז אבער ניט אט די עבירה וואס זי דערגרייכט אין תמן די אקסא די בני ישראל, על דרך ווי גערעדט בנוגע צו עיר הנדחת אהינצו קען דערגרייכן מערניט ווי א בן מלך וואס ער געפינט זיך ביכלו של מלך.

118און וואס דאס איז ניט סתם א מעלה ביי א אידן וואס ער האט גוטע כשרונות, צי א גוטע מדות, ווי ביי שנים רחמנים וגומליים חסדים וואס דאס איז שוין פרטים נאר אט דאס איז די נקודה הפנימית פון א אידן וואס עצם הנשמה איז פארבונדן מיט עצם פון אלקות.

119וואס אמת טאקע, אפילו ”בשעת החטא היתה בעמנה” יתה זי איז דאך אבער אסור ברהטים, אזוי ווי דער אויבערשטער ”מלך אסור ברהטים” אזוי איז די עצם הנשמה אסור ברהטים, ניצט אויס דער 'נפש הבהמית' ויצר הרע קען אויסניצן אט דעם תוקף אין דעם לעומת זה ביז אין א ענין פון עבודה זרה, ביז אז דארט ווערט א ענין פון אחדת הפשוטה, יחידים ווערן אויס יחידים.

120וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק, אז בשעת מ'איז דאס מהפך, איז אט דעמאלט ווערט דער תוקף, דער ”בחולה יתר”, אין דעם ענין האמונה.

121וואס אט דאס איז דאך וואס מ'זאגט בנוגע צו א בעל תשובה, אז אין וואס באשטייט דער 'ענין התשובה'?

122אז אט די ”מצאות שהוציאה לפניו באיסור”, אט די מצאות זאל זיין הוציאה לפניו בהיתר.

123וואס אט דאס איז דער זיען החמונה ”ממעשינו ומעצבון ידינו” דאס שטייט ניט על מעשינו ועצבון ידינו ”ממעשינו ומעצבון ידינו” פון זיי גופא מאכט מען דעם ענין אתהפכא, וואס דעמאלט ווערט דער אחדות הפשוטה מיטן גאנצן תוקף.

124אט דאס איז וואס גערעדט שוין דער פריערדיקער מאמר פון דעם אלטן רבי'ן אויף איש אחת משה ”בני הנביאים” אויף תהי' בן עוסר, אז וואו איז דא דער 'יתרון האור' אויב ס'נעמט זיך מתוך החושך.

125און וואס דערפאר איז דאך ווי ער זאגט אין זהר, אז ווען האט מען געגעבן תורה וואס תורה הויבט זיך אן מיט ”אנכי הוי' אלקיך ויהי' אלך אלקים אחרים” איז דאס געווארן דורך דעם וואס יתרוקי מדין וואס ווי ער זאגט אין מדרש, האט ער דורכגעטאן אלע עבודה זרה שבעולם, איז בשעת ער איז הודא אט דאס האט אויפגעטאן דער לא יהי' לך אנכי הוי' אלקיך.

126וואס דאס איז א סאך א העכערע דרגא ווי 'עשה טוב' איז דאך א ענין של פרטים, אט דא איז א ענין וואס דרגרייכט צו נקודה הפנימית פון א אידן.

127וואס לכאורה איז דאך ניט פארשטאנדיק, ווי קומט א איד צו דער ענין פון אן עון עבודה זרה?

128ס'איז דאך ווי ער זאגט אין תניא, אז אפילו א 'קל שבקלים' איז זיך ”מוסר נפש, אפילו” וואס לא יגר לבושה המעשה איז הדיבור שלו, און דא רעדט זיך דאך אז מ'איז אים מזהיר און מ'שיקט על מידי-חכמים וכו' וכו',

129אבער אעפ' כן, אז וויבאלד אז מצד בחירה חפשית האט מען א אידן כביכול געגעבן אן ענין פון א-ל-יכול אפילו אין דעם ענין אויך אט דעמאלט קען ער אויסנוצן דעם תוקף פון ”אחדות הפשוטה כביכול” אויף מאכן א מציאות אז יחידים ווערן אויס מציאות, ס'ווערט איין מציאות פון איר הנדחת.

130און אט דא זאגט מען, אז בשעת ער טוט תשובה איז אמת טאקע ס'איז א כלל בכל התורה כולה, אז לאחרי מעשה העלפט ניט קיין תשובה.

131און ווי דער נדא ביהודה איז מבאר דער טעם, אז ”האדם יראה לעיניים” מ'קען זיך ניט פארלאזן וואס ס'טוט זיך צי די תשובה איז געווען לאמיתתו, צי ווי ס'דארף צו זיין צי ניט ווי ס'דארף צו זיין, נאר די תורה גיט א דין און דערנאך קען מען זיך ניט פארלאזן אויף ענינים שבמחשבה.

132במה דברים אמורים אין די ענינים וואס זיי זיינען ניט פארבונדן מיט מחשבה?

133אט דאס וואס ס'איז דא דער צירוף כל היחידים כולם, אז זיי ווערן איין מציאות איז דאס ניט מצד דעם ענין שבגלוי, שמעשה שבדבר, ווארום אין די גופות איז א גוף פון א אידן און א מציאות פון א אידן ווי מ'זעט דאס ”האדם יראה לעינים” איז די זעלבע מציאות פון להבדיל, פון ניט קיין אידן.

134אט דאס וואס מ'זאגט אז בא אידן קען ווערן דער צירוק ביז ס'ווערט איין מציאות פון איר הנדחת דאס איז מצד נשמתו, מצד המחשבה שלה, און נאך טיפער ווי נשמה איז נאך העכער פון מחשבה.

135וואס אין דערויף קען מבטל זיין תשובה, וויבאלד אז די תשובה קומט אראפ ווייניקסטנס אין דיבור, וואס דאס גיט אן אחיזה צו פנימיות הנשמה מיט די כחות גלויים שבנפש, וואס דארט איז שייכות דער ענין העונש.

136וואס דערמיט איז אויך פארשטאנדיק, אז ס'איז ניט דער פירוש אז מ'מאכט דעם מונים זיינעם א שווערערן דאס איז א מציאות חדשה.

137בשעת ס'איז געווען א מציאות פון כמה וכמה יחידים, און א ”סנהדרין של שבעים ואחד” האט דאס געציילט אט דעמאלט מאכט אויף אט די סנהדרין א מציאות חדשה, ”פנים חדשות בעין” לקף,

138וואס וואס איז די ”פנים חדשות” עיר הנדחת מיט באזונדערע גדרים, באזונדערע עונשים און באזונדערע הנהגות.

139בשעת דערנאך קומט א פעולה וואס די סנהדרין האט געשיקט שני תלמידי-חכמים, און ער האט במחשבה וואס זי איז גל אראפגעקומען דערנאך אין כחות גלויים,

140האט דאס מבטל געווען אט דעם צירוף ווערט אן אנדער ”פנים חדשות” וואס ס'ווערט א נייער דין מיט א נייער ענין מיט א נייעם ענין של עונש, דאס איז ניט מ'האט איבערגעביטן מכלה לחמורה אדער מחמורה לקלה דאס ווערט א מציאות חדשה.

141וואס דערמיט איז אויך פארשטאנדיק, אט דאס וואס די סנהדרין לאזט זיך אויס מיט דעם ענין פון עיר הנדחת, נאר וואס ווען אין צד השואב שבזה, וואס לכאורה איז דאך דא נאך א בעסערער סוג ווי די ענינים פון א חוטה, נאר אט דא סנהדרין מיט אידן זיינען פרטים,

142דערנאך איז דא ווי סנהדרין מאכט פון אידן א ציורך, און אין וואס פאר אן אופן ה ציורך?

143אז ס'ווערט אויס נשיאות פון א יחיד, דאס איז א נשיאות אחרית, און דערנאך מאכט מען אין אט די נשיאות, אז בשעת ווי ער זאגט דאך אין דער משנה און אין גמרא, אז דאס ווערט א נשיאות פון עולה כלי וואס דאס איז דער ענין פון ישרות בחורה.

144וואס מ'איז מקבט'ן דערנאך איז דא דער ענין השלטה, וואס זאגט ער דאך, אז דאס איז דער ענין פון עולה כלי וואס וואס איז דער ענין פון עולה דער טפל ועילוי וואס ס'איז דא אין קרבנות, אז כלי און ס'ווערט אינגאנצן דא רע, ניט נאר די אמורים, נאר כל המציאות איז עולה לה אט דאס איז דער הפכר וואס ס'איז דא פון דערויף ווי ס'ווערט בטל די נשיאות היחידים און ס'ווערט איין נשיאות

145און דא ווערט דאס איין מציאות פון עולה כבור און ארום דען די מציאות פון קדושה כבור.

146וואס דערמיט איז אויך פארשטאנדיק, וואס ברעך נאך דער רשיעה איז ער מסיים דעם ענין פון צדיק, ווארום די כוונה פון עיר הנדחת איז ניט בסתירה דאס וואס ער זאגט להאיר ולנברח די כוונה איז, אז די כוונה איז, אז מ'זאל פועל זיין, אז עיר הנדחת זאגט זיין להאיר ולנברח, ווי אזוי קען מען דאס פועל זיין בשעתו זיין דער דרוש?

147וועט דעמאלט זיין דער כדב שכר אין דעם ענין גופא, אז ישמעו ויוראה ולא איז וויבאלד אבער אז דאס איז א נשיאות וואס מ'האט דאס געדארפט באווארענען איז אין דערויף דא די אלע פיר דרגות וואס ער רעכנט אויס.

148ס'איז דא קליער דער בא רשע בכח איז בא חרון את לעולם בכח דורך דערויף וואס ישמעו ויוראה פועל"ט דאס, אז דערנאך ווערט דער עבד רשע איז דעמאלט דער ”עבד חרון את” מן עולם,

149דא איז אבער מערניט וואס עבד רשע ס'איז געוואר ניט מציאות פון רשעים, דאס איז אבער קיין תכלית ניט, ווען דערנאך דארף זיין אין דעם ענין פון מצד החיוב, א מציאות פון א צדיק.

150איז נאך דערויף זאגט מען, אז דאס וואס דער רשע לאזט נאך שיריים, איז דער ענין אט דאס וואס עבד צדיק, ווארום כל זמנס וואלט פריער ניט געווען קיין עבד צדיק וואלט דאך ניט געקענט זיין קיין בא רשע.

151וואס אזוי איז דאך דער סדר, בשעת ס'איז דא דער ענין פון צדיק קען דאך דעמאלט ניט זיין די מציא אין דעם אדם גופא קען ניט זיין די מציאות פון רשע.

152וויבאלד אז מ'לערנט מיט אים די הלכות פון עיר הנדחת הייסט דאך דאס, אז מ'דארף באווארענען דעם בא רשע.

153נאר וואס דען? דאס ער ווארפט אריין א מחשבה, ותיכף ומידו איז ער דוחה ממחשבתו, ער לערנט די הלכות פון עיר הנדחת, איז בשעת אזוי וואלט דאס בא יענעם אריינגעפאלן דער ענין פון הלכה ונעבדו וואלט דאס בא אים עושה פירות געווען, הערט ער די הלכה פון עיר הנדחת איז טאקע בא רשע און דערנאך איז עבד רשע.

154ווי אזוי קען זיין מלכתחילה בא רשע דערפאר וואס בא אים איז עבד צדיק.

155וואס דערמיט א אז פריער זאגט ער בא רשע, דערנאך זאגט ער עבד רשע, דערנאך זאגט ער עבד צדיק, דערנאך זאגט ער בא צדיק.

156און וואס נאך דערויף אז ס'איז דא דער עבד רשע דורך דעם ישמעו ויראו איז דערנאך ווערט דער ענין, אז דאס וואס פריער איז געווען דער רב הצדיק, וואס דערפאר איז געווען ראו בעולם, ברענגט דאס צו דעם ענין אז בא צדיק וואס אט דעמאלט איז בא טובה לעולם.

157וואס דערמיט איז אויך פארשטאנדיק נאך א דיוק, וואס באה טובה איז דאך דער ענין כפשוטו, אז ס'איז אן ענין חיובי, אז מ'ברענגט טובה.

158בשעת מ'זאגט זיין השנאמר זיין ”נחמנו ממעשינו ומצבון ידינו” דאס איז אן ענין מערניט וואס מ'איז שולל דעם ענין פון רע.

159וואו איז דא די ראי' אויף באה טובה לעולם?

160נאר אט דאס איז דער ענין פון זיין נחמנו דער אמת'ער ענין פון נחמה איז איז דאס ניט נאר אז מ'שולל דעם מעמד הקדום, נאר מ'דארף ברענגען צו א מעמד ומצב ווי ער זאגט ”אודך הוי' כי אנפת בי” ער דארף דערקענען אז ס'איז געווען די טובה וואס איז דא אין דעם ענין וואס איז געווען נצבון ידינו.

161וואס דאס איז דאך ווי דער ידוע דער אפטייטש פון בעל שם טוב, אז ”עת צרה היא ליעקב ו” ממנו יוושע אז אום הימנו פון דער צרה, פון איר, וועט זיין יוושעה.

162ניט ער וועט מבטל זיין די צרה, נאר די תשועה ווערט פון די אתהפכא פון דער צרה.

163וואס אט דאס איז דער אמת'ער ענין הנחמה איז ווי אזוי איז וינחום אחרי עמו בשעת ויבאה האוהלה והנה היא שרה.

164ס'איז ניט די נחמה איז, אז ס'איז מערניט אוועקגעגאנגען דער עצוב נאך ס'איז אויפגעשטאנען געווארן דער מעמד ומצב ווי ס'איז געווען קודם הרעה.

165און נאך מערער, וויבאלד אז דאס קומט לאחרי העבילת אט דעמאלט איז דאך דאס מיט מערער חביבות.

166וואס אט אזוי איז אויך אין ”זה ינחמנו ממעשינו” ומצוות ידינו איז בשעת מ'זאגט ינחמנו מיינט מען דאך א נחמה אמיתית.

167נחמה אמיתית איז ניט נאר דער פשט אז ער הערט אויף קלאגן נאר ס'איז דער פשט אז ער שטייט אין אזא מין שמחה ווי ס'איז געווען פאר מעשינו און עצבון ידינו.

168איי איז דאך די קשיא, ווי קען דאס זיין?

169לכאורה בלייבט דאך אויף אים אלעמאל דער פלעג, אזוי האט ער קיינמאל ניט געוואוסט פון קיין צרה, און אזוי ווי קען זיין כולם שוין לטבת איז בא אים צע געווען א זמן וואס ס'איז געווען עצבון ידינו איז אויף דערויף די עצה, אז בשעת ס'איז דא

170מאכט אין אור וואס דעמאלט איז דער אור חזק ביותר וגדול ביותר אט דעמאלט ווערט דער ינחמנו ”כי יתרון האור מתוך החושך, כי” 'יתרון החכמה מתוך הסכלות'.

171וואס דאס זאגט ער דאך בנוגע צו יתרון, אז דאס האט אויפגעטאן דער לא יהי' לך ומן ”אנכי הוי' אלקיך” דורך דערויף וואס ס'איז געקומען יתרון 'כהן מדין'.

172וואס אט דאס איז די ראי' אפ בא טאקע טובה לעולם ניט נאר אז ס'איז עבדה הרע אט דאס איז נאך ווייניק, נאר בשעת ס'איז בא צדיק לעולם, און אין וואס פאר אן אופן?

173נאך דערויף ווי ס'איז פריער געווען דער בא רשע, נאר אין דערויף האט מען געהארעוועט און עבד רשע, במילא האט מען אויך אנהויבן פארריכטן אט דאס וואס ס'איז געווארן דער חבה צדיק, ביז וואנענט אז ס'איז געווא� אט דעמאלט ווערט דער זייער ”נחמנו ממעשינו ומוצבין ידינו” אז ס'ווערט א נחמה אמיתית ביז אין אותך ”הוי' כי אנפת בי”.

174וואס דערמיט איז אויך פארשטאנדיק וואס די התחלה פון סנהדרין און סוף פון סנהדרין איז ניט דא אין דערויף דער ענין פון ”עיר הנדחת, וואס עיר הנדחת” איז פארבונדן דוקא מיט שבעים ואחד, וואס שבעים ואחד איז פארבונדן דוקא ניט סתם סנהדרין סמוכין איש מפריש עד משה רבינו נאר אין סנהדרין גופא איז דאך דא כמה דרגות, בשלשה ובכ' ג' און ביז שבעים ואחד,

175וואס דאס איז דער תכלית העילוי וואס ס'איז דא אין סנהדרין, וואס דעמאלט פועל'ן זיי אויף די תכלית העילוי וואס איז אויך דא בהנוגע צו אידן, וואס דעמאלט איז גבוה גזוה ביותר קען מתקן זיין אל 'מטה מטה' ביותר אז אפילו אזא איד וואס רחמנא ליצלן האט זיך צוגעהערט צו א מסית ומדיח,

176דערנאך האט מען אים באוויזן מיט עיני בשר, אז מ'קען אים מעניש זיין בפועל, ווארום ס'איז ”יד ישראל תקיפה” און מעניש זיין אים מיט אן עונש תכילה, ווארום בשעת מ'קומט צוגיין צום יחיד ווייט מ'וועט אים רעדן קען מען מיט אים ניט מאכן די הזהרה פון איר הנדחת, מ'ווייס נאך ניט צי ס'איז דא רובא של איר צי ניט.

177דארף מען אים געבן די הזהרה ווי מ'גיט אויף א יחיד.

178איז גיט מען דאך אים די הזהרה פון ע דער עונש פון שכילה, און אעפ' כן ווערט ער ניט דערשראקן, און דערנאך שיקט מען אים נאך דערויף ווידער אמאל, ובכוחו ”של אדם כמותו” אז די סנהדרין זאל שבעים ואחד שיקן אריין שני תלמידי-חכמים,

179און אף על פי כן העלפט דאס ניט איז אט דעם אידן פועל"ט אויף דער ענין א סנהדרין, אז ס'זאל זיין ניט נאר דער למען ישמעו והוראה ולא יזידן אז ס'וועט זיין דער עבד רשע נאר ס'זאל זיין דערנאך דער בת צדיק, ”וכיתרון האור מתוך החושך” ”בחולה יתיר”.

180וואס דערנאך קומט דאס אויך אזוי אראפ אין פועל ממש.

181דער רמב"ם ברענגט דאך אראפ, אז די גאולה העתידה לבוא, איז אזוי ווי די סנהדרין זיינען אוועקגעגאנגען פון תברי' לשם חוזרים און פון דארטן וועט דארט נתחדש ווערן דער ענין הסמיכה אויף סנהדרין, צוזאמען מיט דער ענין הגאולה פון ואשיבה שופטי

182וואס דעמאלט וועט זיין דער ענין פון נודך ”הוי' כי אנפת בי”, נאר וואס דען אין חסד ברחמים ניט אנפת רחמנא ליצלן אין פועל, מערניט ווי א יחולת, ווי גערעדט פריער, אז איר הנדחת לא היתה ולא נבראה דורך דערויף וואס ס'איז געווען דער דרוש איז אט דאס געווען דער שכר, און דאס וועט מען דערנאך ממשיך זיין ”למטה מעשרה טפחים, אין” דעם זה ינחמנו דער ”נחמו נחמו עמו יאמר אלקיכ”

183בנחמת ה' ”את כל עמי בני ישראל” בקרוב ממש, בביאת משיח צדקנו, יבוא ויגאלנו ו”יוליכנו קוממיות לארצנו”.

דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים