Paragraph
Paragraph rh-fys1qvbe
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-xmpdmt2s
- order
- eQ
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- גייט ניט חס ושלום פארלארן אויך די השתדלות, די ארבעט פון יעדערן מענטשן און יעדער אידן אלס א יחיד, סיי דער מאן און סיי די פרוי און סיי די קינדער און סיי די זיידעס און סיי די באבעס און סיי די אייניקלעך, ביז גאר קליינע קינדער און ביז גאר אלטע מענטשן, האט יעדערער די גרעסטע וויכטיקייט אלס א יחיד, אלס אן איינע און איינציקע פערזאן, עד כדי כך, אז ווי דער רמב",ם וואס ער איז געווען דער מורה הנבוכים דער אנווייזער פון דעם וועג ווי אזוי מ'דארף זיך פירן אין דער וועג, אין דער וועלט, האט ער אויך געזאגט און אפגעפסק'נט אלס א דין און א הלכה אין תורה, אז איין און איינציקע מעשה, איין און איינציקע דיד, וואס ווערט געטאן דורך איין און איינציקן מענטשן, אפילו ווען דאס רעדט זיך וועגן א מאן אדער א פרוי אדער ו א קינד האט אין זיך אט די מעגלעכקייט און די תועלת, אז דורך איין און איינציקער דיט קען מען מכריע זיין דעם גאנצן משקלת, דעם גאנצן וואס אלע זאכן וואס געפינען זיך אויפן וואקשאל. און ווי ער ברענגט אויך אויף דערויף די דוגמא, אז דאס איז פונקט ווי מ'האט אין א באלאנס וואס מ'מאכט אין א מסחר, איז דערנאך, בשעת מ'פרעגט, איז דער
- proofread
- 0