English
ספרייה
kind
paragraph
order
b
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
און די קרובים העלפן זיי ארויס אין דעם אלעם, און העלפן זיי אויך ארויס בין כל האופנים האפשריים, אז ס'זאל זיין א שמחה הכי גדולה, בפרט כולל אויך אויף מקיים-זיין דעם מנהג ההולך ומתפשט, א חתן קלה ביום חופתם, גיבן זיי אויף צדקה בהוספה, אויף די שיעורי צדקה הרגילים, טוען אויך, כאמור, זייערע נאענטי, אנהויבנדיק פון דעם פאטער און מוטער און מחנכים ומחנחות, בפרט נאך אז ס'ווערט דאך ניתוסף פון שמחת חתן וכלה, וואס זי איז דאך א שמחה בלי גבולית, ובפרט נאך לויט די ביאורים אין די שיחות און אין די מאמרים פארבונדן מיט מאמרי חתונה פון דעם בעל ההילולא, אנהויבנדיק פון די מאמרים פון זיין פאטער צו זיין חתונה, און דערנאך די מאמרים וואס ער האט געזאגט בא די חתונות פון זיינע קינדער, און געזאגט דאס אין אן אופן אז ס'ווערט א חלק פון תורה שבעל-פה, און דורך דערויף א חלק פון תורה בכלל, אז וואס התורה היא נצחית און צוזאמען דערמיט איז זי פועל פעולתה בכל יום ויום, ווארום התורה היא נצחית אויך אין דעם אפטייטש, אז זי האט א פעולה ניסית, א פעולה נמשכת.
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים