עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

54 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1איז ועדות יד' כסלו שנה חמשים תשון ל'ט.

2בהנוגע צו היינטיקן פארברענגען איז כמדובר כמה פעמים, און אויך אין די דרושי חתונה, אז דאס גופא וואס אידן קומען זיך צוזאמען איז מהתחלה אט דאס וואס ער ברענגט ניט אראפ בפירוש אט דאס וואס דער אלטער רבי זאגט אין אגרת הקודש,

3און איז דערביי מצרף דעם בעל שם טוב מיטן מגיד.

4וכמדובר כמה פעמים, אז ס'איז דאך דער סדר אין תניא און אויך אין די אגרות, אין די אגרת הקודש, אז ניט אלעמאל ווייזט אן דער אלטער רבי דעם מקור,

5ואדרבא, ברוב הפעמים ווייזט ער ניט אן דעם מקור, און פארלאזנדיק זיך אזוי קען מען זאגן בדרך אפשר, וואס אויפן שער הסופר שרייבט ער אז דאס איז ”מפי ספרים ומפי סופרים”, פארשפארט ער דערנאך באזונדער אנווייזן אין יעדער ארט.

6ויש לומר אויך, ווי אמאל גערעדט בארוכה, אז אף על פי אז ס'דארף דאך זיין ”אומר דבר בשם אומרו” ביז וואנענט ווי ער ברענגט אראפ אין מגן אברהם פון אביד רבי נתן אז אויב ער דערמאנט ניט דעם אומר איז דאס גאר אן ענין פון גזילה חס ושלום,

7אדער פון השגת גבול, ווי די צוויי דרשות בדבר, איז במה דברים אמורים?

8אז דאס איז נאך ניט געווארן זיין סברא.

9בשעת ער האט דאס אבער אויף אזויפיל געווען דער ענין פון דורכטאן דעם ענין ביז אין אן אופן פון ”יגעת ומצאת” אז דאס ווערט זיין א מציאה און זיין א סברא איז אט דעמאלט, ווען ער זאגט דאס, זאגט ער דאס זיינעם אן ענין.

10ובפרט נאך ווי ס'איז דאך אויך דער חילוק אין הבנה פון א שכל ווען מ'זאגט איבער בשם רבו איז וויבאלד אז דאס איז רבו, בפרט נאך אויב דאס איז רבו מובהק, איז אפילו ווען ער פארשטייט ניט דעם ענין, פארשטייט ניט דעם שכל,

11איז אף על פי כן איז ער מקבל הוראת רבו, און זאגט דאס איבער אויך לאחרים.

12בשעת ס'איז דא אין דערויף דער לימוד בהבנה ס'קומט-צו אויך דער לימוד בהבנה והשגה, ביז וואנענט אין אופן פון א יגיעה, אז תורתו ”נקראת על שמו” אז דאס תורה איז מעיד, אז דאס איז תורתו געווארן זיין אייגענע תורה, אפילו לגבי הקב"ה,

13ווי ער זאגט פריער אז דאס איז נאך תורת הוי עאכו"כ בנוגע לרבו איז דאך אט דעמאלט זאגט ער דאך זיינע א סברא, וואס די סברא איז דאך זיינע,

14ווארום ער האט אין דערויף מייגע געווען און געטאן און אויפגעטאן מערער ווי ער האט געהערט פון רבו.

15ביז וואנענט אז ס'קען גאר זיין אזא תלמיד וואס אפילו קהן מדעתא דרבו האט ער נאך אויפגעטאן נאכמערער און ס'איז געווארן זיינע הסברא.

16ובפרט נאך בהנוגע צו דעם אלטן רבי'ן, וכמסופר אין די שיחות קודש פון נשיא דורנו פון רבי'ן דעם שווער, אז דאס איז געווען א נשמה חדשה,

17איז דאך קרוב לודי לומר אז רוב תורתי איז גאר געווען באופן כך.

18על כל פנים ווי מ'זאל ניט פארענטפערן דאס וואס ער ברענגט ניט אראפ, אבער דאס איז דאך א ”מעשה רב”, אז ברובר דרובר של המקומות ברענגט ער ניט אראפ דעם מקור אין תניא און אויך אין די אגרות קודש,

19וואס דערפאר איז דאך דארף דאך האבן אדרבא א ביאור, ווען ער ברענגט יא דעם מקור וואס איז ער דערמיט עויסן אויף צו מחדש און מחדש, אז בשעת ער ווייזט אויך אן דעם מקור קומט-צו נאך אן ענין וואס לולי ציון המקור וואלט מען דאס ניט געוואוסט.

20בהנוגע לעניננו, איז שרייבט ער דאך שמעתי מרבותי און ס'איז גדוע אין דערויף דער כלל, ווי ער זאגט דאך אויך בכמה מקומות, אז בשעת ס'שטייט רבותי 'לשון רבים', איז אויב ס'שטייט 'שמעתי ממורי' 'לשון יחיד' איז דאס דער מגיד, און אויב ס'שטייט מרבותי 'לשון רבים' איז דאס דער מגיד מפן בעל שם טוב.

21און אויף דערויף שרייבט ער שמעתי מרבותי וועגן הכל בעשרה ”שכינתא שריא” אז בשעת צען אידן קלייבן זיך צוזאמען, על אחת כמה וכמה מאה ואלה וכו ואפילו ”שאינם עוסקים בתורה” ומצוותי איז

22דעמאלט איז די גילוי השכינה אויף אזויפיל אז א מלאך וואלט זיך געפונען באותו מעמד וואלט ער בטל געווארן ממציאותו, על אחת כמה וכמה אז ס'איז דא דער ענין פון 'עוסק בתורה' ומצוותי

23עאכו"כ אז די התוועדות איז צושתאנד געקומען כדי ס'זאל צוקומען בתורה ומצוות, באותו מעמד, און אויך בתורה ומצוות, אלס א תוצאה פון דעם אותו מעמד, פון דער התוועדות.

24אף על פי כן דארף מען דאך האבן א טעם וואס עפעס יום מיומיים, און ס'דארף דאך זיין דער ענטפער אויף דערויף, ווי ביי אלע ענינים פון א אידן, אסתכל באורייתא געפינען אויף דערויף א מקור אין תורה.

25וואס לכאורה אויף דערויף איז דאך אויך דא דער סיום פון חלק 'אור החיים' פון שולחן ערוך, ”וטוב לב משתו תמיד”

26וואס ”אין ענין יוצא מידי פשוטו” איז דאך דא אין די אחרונים וואס לערנען אין דערויף כמה רמזים ופשטים, אבער ס'איז דאך ”אין מקרא יוצא מידי פשוטו” דאס קומט דאך בהמשך פון דעם פריערדיקן דין וואס דער רמ א ברענגט, להרבות בסעודה,

27און אויף דערויף איז ער מסיים ”וטוב לב משתי תמיד” איז דאך דערפון פארשטאנדיק, אז משתה מיינט ער אויך סעודה א משתה כפשוטו, און משתה איז דאך פארבונדן מיט יין, 'משתה היין',

28אבער אף על פי כן דערפון גופא, וואס אף על פי וואס ס'איז דאך דא די הוראה פון רמ ה איז דאך ניט דער דרך אז ס'זאל זיין משתה תמיד בכל יום ויום, איז בשעת ס'קומט א משתה איז אט דעמאלט דארף מען האבן דעם ביאור, וכאמור, א יסוד על כל פנים הרמז אין תורה,

29אויף דעם צוזאמענקומען זיך ביז אין אן אופן פון משתה.

30אף על פי וואס כאמור, איז ער מתדובר אין כמה מקומות, אנהויבנדיק פון אגרת הקודש פון דעם אלטן רבי'ן, דערנאך אין קונטר תאכלתו, און אויך אין די דרושי חתונה אז אז נדברו ירא הוי' ישל רעהו וישמע

31”ויכתוב לפניו בספר זכרון”, פאר לאוהבו שמו לקרון און ווי ער טייטשט דאס אפ אין דעם מאמר, אין די דרושי חתונה,

32אז בשעת אידן קלייבן זיך צוזאמען, איז אט דעמאלט ווערט דערהערט דער ויקשב וו ער דערהערט בא יעדער אידן דער אלקות שבו ביז אין אן אופן אז דאס ווערט דערנאך זכרון אויך אויף די ימים שלאחרי זה, מיט די פרטי הביאור ווי ער ברענגט זיי אראפ אין דעם מאמר.

33אף על פי כן דארף מען דאך אויך האבן דאך כאמור ס'איז טאקע דא די אלע דיורים אבער ”מה יום מיומיים” וואס דעמאלט דוקא קומט דאס אראפ אין פועל.

34וואס לכאורה, אט דעם ענין אז א ענין אז ס'קומט א יום החתונה זאלן זיך דעמאלט צוזאמענקלייבן, און אויך זאלן זיך צוזאמענקלייבן כמה אבים וידידים בכמה מקומות, און דאס זאל ברענגען צו א התוועדות מיט א משתה וכו דארף מען דאך זוכן א רמז בזה בתורה, על כל פנים באופן של רמז.

35ס'איז שווער צו געפינען בנוגע פון רבותינו נשיאינו, וואס ניט בא יעדערער פון זיי איז דאך געווען די מציאות פון א יובל שנים לאחרי החתונה, אויך בא די וואס ס'איז יא געווען די מציאות ווייס מען דאך ניט ווי ס'איז געווען הנהגתם אין אן אופן פרטי,

36און ווי נשיא דורנו האט מגלה געווען כמה וכמה הנהגות וואס זיינען געווען מדור לדור בבית רבינו, און מ'האט זיי ניט מפרסם געווען מאיזו סיבה שיהי' ערשט בזמנו, און ווי ער זאגט ווען ס'איז געקומען דער זמן המתאים לזה, האט ער זיי מפרסם געווען.

37וואס דער רמז בזה בתורה, איז אט דאס וואס ער זאגט אין מדרש, און חסידות ברענגט דאס אראפ בכמה מקומות, עשית לקרתא אזל בנימותא.

38און מ'זאגט דאס, אז דאס איז דא אין ביידע אופנים, סיי דאס איז אין אן אופן ממטה למעלה, אז ער קומט אין א העכערן קרתא, וואס דעמאלט איז דאך דא לכאורה די הוראה, אז ס'איז א זאך וואס איז העכער פון אים, איז ניט אן יעדער הידור ומנהג דארף ער זיך אנכאפן,

39וכמבואר בארוכה די סיבות וטעמים שבדבר אין די שיחות וואס רעדן וועגן דעם, איז אף על פי כן, ווען משה עלה להר ווי ער לערנט אפ אין מדרש, איז 'לחם לאכול' ומים לשסה זאגט דער מדרש דעם טעם, עשית לקרשו אזעל בנימותו.

40על דרך זה אויך ווען דאס קומט מלמעלה לא מטה קען ער זיך טענה'ן און טראכטן אז דאס איז א ירידה, איז דאך דא לכאורה אויף דערויף אז ס'דארף זיין ”חומרי המקום שהלך משם” אפילו אז ער קומט אין אן אנדער ארט,

41ברענגט מען דאך אויך די ראי' פון מלאכים באברהם'ן ויכלו וישתו ווארום מעשית לקרתא אזל בנימותא.

42וואס מ'זעט דאך דער מנהג פון בני ישראל, במדינה זו, און אויך בכמה מדינות, אז ס'קומט דער יום החתונה, ובפרט אין יום החתונה וואס איז פארבונדן מיט א מספר שנים מסויים, איז אט דעמאלט מאכט מען א צוזאמען קלייבט מען זיך צוזאמען א משפחה ידידים ואוהים וכו

43און מ'איז דעמאלט אן ענין וואס מ'איז משמח ומאודד ”איש את רעהו ואשה את רעיותה בכל” די ענינים ווי מ'זעט דאך אין דעם מנהג המדינה.

44אז ס'קומט אבער צו א אידן וואס ער געדענקט זיך אלעמאל, אדער דארף געדענקען אלעמאל, אז דער פסק דין אין שולחן-ערוך, אז ”כל מעשיך לשם שמים” ו”בכל דרכיך דעהו” עאכו"כ אין אן ענין וואס איז זיך משתתף אין אן אופן וואס א ”שכינתא שריא”,

45און א שכינתא אין אן אופן הכי נפלא, ווי דער אלטער רבי זאגט אין אגרת הקודש, עאכו"כ ווען דאס איז אין א בית הכנסת און אין א בית המדרש,

46בית גדול ”שמגדלין בו תפילה” ובית גדול ”שמגדלין בו תורה” וואס דאס איז דאך א ענין פון בית הכנסת ובית המדרש, ובמיוחד ווען דאס איז פארבונדן מיט א נשיא, נשיא דורינו, מיטן רבי'ן דעם שווער, וואס עשר שנים בחיים חיותו בעלמא דין,

47איז דאס איז געווען זיינע ד' אמות, וכמדובר לעיל אין די פרידיקע התוועדות, וואס דער מיטעלער רבי און אלטער רבי אז אין ד' אמות של אדם איז דוקא דארטן איז דא די 'יחידה שבנפש',

48אפילו ווי זי איז ניטא אין לב און אין מוח וכו ווי ער איז דארט מבאר בארוכה, איז דאך א זיכערע זאך אז דאס דארף זיין פארבונדן מיט אן ענין פון לשם שמים ביז אין אן אופן פון דעהו און ווי דער אלטער רבי איז מסביר ענין הדעת אין ספר תניא קדישא בפרק שלישי,

49אז דאס איז א התחזקות און א התקשרות בחוזק, ביז אז ס'קומט ארויס א הולדה פון ”אהבה וענפי ויראה וענפי” וואס ווי ער איז דערנאך ממשיך איז אהבה איז דאס א שורש ומקור על ”כל מצוות עשה”,

50און יראה איז דאס אשרש ומקור על כל מצות ל-תעשה, וואס דאס איז דאך כולל כל חיי האדם לכל ”פרטיהם ופרטי פרטיהם” איז אט דעמאלט ווערט דאס א מנהג וואס ער ברענגט דערנאך אז דער ”מנהג ישראל תורה” הוא אויך צו תורה כפשוטה,

51א הוספה אין 'לימוד התורה' און אין לימוד ”מביא לידי מעשה”, אין הידור בקיום המצוות.

52ויהי רצון, אז מ'זאל זוכה זיין אז אויך פון דער התוועדות, און ווי דער נשיא דורנו דערציילט דעם נוסח הידוע שיפל בי ובהשמים אז יעדערער זאל טראכטן בא זיך, אז ער בעט און טוט כל התלוי בו, דאס זאל פועל זיין ביי אים, און דאס זאל פועל זיין ביי השמים, וישמע הוי

53ויקסף ”בספר זכרון לפניו” זאל דאס אויך פועל זיין למעלה ולמטה, און למעלה ולמטה גם יחד, ו”המעשה הוא העיקר”.

54און דאס זאל מוסיף זיין אויך אין דער הכנה מתאימה צו דעם חג הגאולה פון י'ט'קיצלו, דער ראש השנה לתורת החסידות און צו דרכי החסידות, וכל הענינים הקשורים בזה, ומתוך שמחה וטוב לבב.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions