English
ספרייה
kind
paragraph
order
C
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
אין צוגאב צו די פריערדיקע ברכות, וואס זיכער איז דאך יעדערער פון אייך אויך אין דערויף נכלל בתוך כלל ישראל קומט דאך אויך צו א ברכה מיוחדה אין צוזאמענהאנג דערמיט וואס דער אויבערשטער האט מצליח געווען און מזכה געווען אויף ווערן א בר מצוה אדער א בת מצוה, און מזכה געווען אויך די עלטערן וואס האבן זיי געהאט און מחנך געווען און מגדל געווען אין דעם וועג אויף האבן אט דעם נחת וואס ווערט דערנאך א נחת על כל השנים כולם אויפן גאנצן לעבן, א נחת וואס ברענגט פירות ופירי-פירות, זעענדיק ווי אזוי יעדערער פון די בר-מצוה אדער בת-מצוה האט אויך וואס זיי אליין זיינען דאך פירות, און זיי האבן פירי מצוות וואס זיי האבן דערגרייכט דעם גיל פון בר-מצוה אדער בת-מצוה, איז דאך דאס מוסיף נאכמער שמחה בא דעם בר-מצוה און בת-מצוה, על אחת כמה וכמה אז ס'איז מוסיף נאכמער שמחה בא די וואס האבן זיי ערצויגן, ועל אחת כמה וכמה אז כביכול איז דאס מוסיף נאכמער בשמחה גדולה פון ישמחי הוי'במעשיו, וואס דער אויבערשטער האט א שמחה גדולה, זעענדיק ווי אזוי פון זיינע קינדער, סיי בר מצוה און שר בת מצוה, האבן דערגרייכט דעם גיל פון מחוייב במצות אדער מחוייב שדבת במצוות, וואס באמת דאס איז ניט אן ענין פון א חיוב, דאס איז אן ענין פון א זכות, און א זכות הכי גדולה, ביז וואנענט אז דאס ווערט אויך א זכות אויף כל העולם כולו, וויבאלד אז ווי ידוע דער פסק-דין הרמב אז בשעת ס'קומט צו א מצוה אחת, מעשה אפילו דיבור, אפילו במחשבה,
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים