transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1פותחין בברכה איז דאך א כלל אויף יעדער ענין פארבונדן מיט אידן, ובמיוחד ענינים פון טעג, וואס יעדער טאג איז יום-טוב, וואס אפילו חול המועד איז דאך דאס דער חול פארבונדן מיטן מועד, וואס דאס איז דער פירוש פון יום-טוב, עאכו כמה וכמה לת-לית זה, וואס התחלתו איז בלילה זו, במילא אויך אין שמחת השואבה שבו, וואס דארף זיך דאך אנהויבן יעדער רגע פון דערנאכט איז דאך אן ענין מתאים ומסוגל און מסייע, אז די שמחה זאל זיין ביתר שאת וביתר עוז,
¶2שוין רובו ככולו, וואס היינט איז דאך דער יום הרביעי פון די אושפיזין, און יום הרביעי אנהויבנדיק פון קיימא סיהרא באשלמותא בחמשה עשר בחודש תשרי, וואס דאס איז דאך די התחלה און נוגע לכל השנה כולה, און גלייך נאך חמשה עשר האט מען ששה עשר, כמדובר כמה פעמים דער המשך שבזה, און די מאטריאות שבזה, און דערנאך גלייך דער ענין פון שבעה עשר בחודש בגימטריא טוב, און דערנאך שטייט מען ביום הרביעי בגימטריא חי מיט אלע פירושים וואס ס'איז דא אין דעם ווארט, ביז דעם פירוש הכי ראשון, במעלה ובמדריגה, וואס דאס גייט דאך אויף דעם חי עולמים אויפן אויבערשטן, און אין אויבערשטן עצמו ווי דרגות שלו כביכול, דרגא למעלה מדרגא, ביז דער עצמות ומהות, וואס דאס איז דאך נוחחר פון כל העניני דרגות, און דערנאך איז דאך אויך ווי די תורת הבעל שם טוב, כמוזכר כמה פעמים, ווערט דאך דערנאך נמשך אין יעדער ענין בעולם הזה הנברא והנעשה
¶3והנוצה והנעשה, איז דאך די התהוות שלו, ווי תורת הבעל שם טוב, בכל רגע ממש, ניט נאר בכל יום, נאר בכל רגע פון יעדער טאג ממש, ווערט דאס אין אן אופן פון ממשי התהוות מעין ליש בפועל, ווי ס'איז געווען בפעם הראשונה, כמבואר בארוכה אין די שיחות קודש פון רבינו נשיאינו רבותינו נשיאינו, ובא ביאורים שבזה, אנגעוויזן אויך די מרי'מקומות. וואס דאס האט דאך א מעלה, אז מ'פארלאזט זיך ניט אויף דערויף וואס מ'הערט בעל פה, נאר בשעת מ'גיט א קוק אינעווייניק איז דארט זיך דאך שוין אפגעדרוקט די מרי'מקומות, האט מען גלייך די מעגלעכקייט, נוסף וואס מ'האט אייגענע ענינים וביאורים, ובפרט נאך די וואס געדענקען פון די שעברים שעברו, קומט נאך צו, בשעת מ'קוקט אריין אין די אותיות מחקימות פון די געדרוקטע ספרים און די געדרוקטע שיחות, זעט מען דארטן, על ידי המארע מקומות גיט מען א קוק אין דעם מקום וואו די זאך איז געדרוקט געווארן, איז דעמאלט איז אותיות מחקימות קומט צו אלץ מערער און מערער, מידי שנה בשנה
¶4ובשנה זו עצמה קומט אויך צו אלץ מערער און מערער, מיום ליום. ובפרט נאך אז מ'האט און מ'שטייט אין דעם יום הרביעי, וואס דעמאלט איז דאך רובו ככולו איז דאך אט דעמאלט איז יש לומר, אז אויך בפשטות אין שכל האט מען שוין א הכנה און אן אמרי מקום און א נתינת מקום און א סיוע, אז מ'זאל שוין האבן די אלע ענינים אף על פי וואס זיי זיינען פארבונדן במיוחד מיט יום חמשה פון ימי הסוכות, ויום הששי פון ימי הסוכות, און יום השביעי פון ימי הסוכות, ביז אפילו אויך שמיני עצרת, וואס ס'ווערט דאך אנגערופן בשם שמיני עצרת דערפאר וואס אין אים זיינען נצר ונקלטים די אלע ענינים פון די שנינא ימים, און וויבאלד אז רובא איז ככולו איז דאך יש לומר, אז ככולו איז אויך כולל אף על פי וואס רובא איז דאך דאס דערפאר וואס דאס איז
¶5תשבעה ימי אושפיזין, און דא איז מען אויך מצרף דעם יום השמיני, איז דאך לכאורה איז דאך דאס שוה בשוה, איז נוסף על זה וואס שוה בשוה אין אן ענין וואס איז פארבונדן וואס ענינו ועיקרו גאר מן התורה, איז שוה בשוה דארף מען דאך טאן אין אן אופן אז דאס האט אין זיך דעם ענין פון ככולו נאר וואס דען? ס'איז אדרבא ס'קומט נאך צו אן אכטער טאג. ועוד והוא העיקר, ווי דערמאנט כמה פעמים, אז אכט שמונה איז אויך פון לשון שמונה פון פעט-קייט און אנגעזעטיקט-קייט, וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט גאולה האמיתית והשלימה, וואס דעמאלט וועט זיין דער עיקר שמונה, דער עיקר שמיני, ובפרט נאך אז שמיני איז פארבונדן מיט גאולה, כמוסקד לעיל. ס'איז דאך אלעמאל רגיל אויך אויף מקשר-זיין מיט די אושפיזין במיוחד, די אושפיזין ווי זיי ווערן גערעכנט אין זהר פון די חסיד'ישע אושפיזין, ווי שוין אפגעדרוקט און איבערגע'חזר'ט כמה פעמים, און אויך דערמאנט אין די רייד מיט א טאג פאר דעם, און לפני זה און נאך מער ווי שלשה פעמים, כמוזכר לעיל. האט מען דאך אויך אין די אושפיזין, און מ'זאגט דאך בא יעדער אושפיזא דעימו
¶6אז מיט אים קומען נאך די אלע איבעריקע אושפיזין, האט מען דאך אויך, צוזאמען מיט דעם אושפיז פון יום זה, וואס דאס איז משה, ועל דרך זה בהנוגע צום חסיד'ישן אושפיז, איז אויך דער פערטער, וואס דאס איז דער רבי מהרש, און דער פערטער, וואס דאס איז דאך אויך דער מלכתחילה אריבער, און דער רבי מהרש, וכמדובר כמה פעמים, אדער אז מ'רעכנט אויך דעם בעל שם טוב און דעם מגיד, איז דאך אט דעמאלט דער אלטער רבי דער דריטער קומט דאך אויס, דער מיטעלער רבי דער פערטער, ווערט ער צוזאמען מיט משה דער חסיד'ישער אושפיז פון יום זה מתלעת זה אנהויבנדיק פון לילה זו, וכבדובר כמה פעמים די שייכות שביניהם, בפשטות, ווי מ'זעט דאס אויך בגלוי, אז ביים מיטן רבי'ן, איז דאך געווען רחובות הנהר, וואס דאס איז דאך דער ענין פון משה'ן, משה קיבל תורה מסיני ביז כל מה שתלניד ותיק עתיד לחדש, ובפשטות איז דאך דער עיקר חידיש אין משה, וואס די ענינים וואס זיי זיינען שוין געווען, האט מען שוין געוואוסט וועגן אז ס'האט א שייכות צו משה'ן, וויבאלד אז זיי זיינען שוין געווען, און דא איז מען אויך מכריז, אז דאס וואס עתיד לחדש מיט די
¶7הדגשה בזה, אז דאס דארף ערשט קומען, און אפילו דער וואס זאגט דאס ווייס נאך ניט, וואס דער תלמיד ותיק וועט נאך חדש זיין, דערפאר וואס דער תלמיד ותיק ווייס נאר די כללים און די יסודות, אבער ביי אים אליין איז אויך דער לשון עתיד לחדש, ובפרט נאך אפילו בנוגע צו חידושים פון יום זה עצמו, האט מען דאך נאך כמה שעות ביום זה, וואס דארף מען ערשט קומען, און בשעת מ'פילט זיי אן מיט תורה, וואס דער ענין התורה איז דאך דוקא אין אן אופן פון לאפשו לה דארף דאך צוקומען א חידוש, און דער חיוב פון לאפשו לה איז דאך א חיוב תמידי, ניט נאר בהתחלת היום אדער באמצע היום אדער בסוף היום, אדער אויב ער האט דאס שוין געהאט אפילו דריי מאל ביום, עם זה עצמו, איז בשעת ס'קומט נאך א רגע, איז יעדער רגע באזונדער האט דעם חיוב אין לימוד התורה, און דוקא אין אן אופן פון לפשו לה, ועד כדי כך, אז צוליב דערויף וועט קריאת מגילה, אף על פי וואס דאס איז פארבונדן מיט גאולה, מיט ניסים, און ניסים גדולים, ביז ווי די נס פון פורים, וואס דאס איז נאך מערער ווי התלבשות אין דרך ה אין
¶8אז דאס איז נאך מערער פון ענינים פון למעלה מדרך הטבע, נאר ס'איז דוקא ניסים שמתלבשים בדרך הטבע, על דרך פון את דפורים, איז דאס איז נאך מערער, און אויך נאך מערער בהדגשה, אז דאס איז עיקרו גאר בכל עניני, ביז דער גאנצער ענין המגילה איז דאך פארבונדן דוקא מיטן מצב פון אכתי עבדי אחשורוש אנן אפילו מרדכי הצדיק איז געווען מערניט ווי א משנה למלך, וכמדובר כמה פעמים, אויך און אפגעדרוקט שוין א טייל דערפון, מיט די מהרה מקומות, וואס דארטן וועט מען זען די אלע אין וואס דארטן קען מען זען אויך הוספות, וואס דארטן קען יעדערער מחדש זיין, וואס יעדערער פון דורנו זה איז דאך אין כלל פון תלמיד ותיק, וויבאלד אז מ'שטייט אין א דור וואס ס'איז דורכגעגאנגען מעשינו ועבודתינו פון דורות שלפני זה, ובפרט נאך וויבאלד אז מ'האט שוין דער מרובר שבזה, האט מען דאך אויך די ימים און תלמידים ותיקים שבאים לאחרי זה, זיינען זיי דאך שוין דא אין דעם אושפיז פון היינטיקן טאג, וואס דאס איז משה רבינו,
¶9ועד דרך זה אויך ווערן דאך אלץ נתגלה נייעכע ענינים פון דעם מיטעלן רבי'ן, שעדיין לא נדפתו, במילא האבן זיי נאך ניט געהאט ביז איצטער, און זיי וועלן האבן ערשט לאחרי שיהתפיסה אותם אויך די מעלה וואס דפוס איז דאס לדורות און אן ענין נצחי. און במיוחד איז זיך משתתף און מ'זאגט אויך צו די אמו אז לכל לראש קומען די אושפיזין פון דעם טאג וואס דאס איז משה, און אויך דער מיטעלער רבי, רחובות הנהר, און צו אלעם ערשטן לערנען אן ענין חדש פון תורת משה, וואס ער האט נאך ניט געלערנט, סיידן ער איז שוין א דעה וואס האט שוין אפגעלערנט כל התורה כולה, פון כל התורה כולה ממש, ווארום אין תורת משה איז דאך אויך נכלל די פלפולי דאורייתא, ואדרבא דאס איז גאר אן ענין וואס ווערט אנגערופן נתן מלחמי אז ער האט אויך געגעבן פלפולי דאורייתא, וואס פלפולי דאורייתא אפילו אז מ'האט זיי שוין, און מ'האט זיי שוין איינגע'חזר'ט, און מ'האט זיי שוין מתעמא געווען בזה כמה וכמה פעמים, וויבאלד אז דאס איז אן ענין של פלפול,
¶10איז וויפל מ'איז אין דערויף מפלפל איז טבע פון פלפול איז, אז אדרבא, מי שיש לו מנה איז ביכלתו ער זאל האבן גלייך מסיים, ניט נאר וועלן נאר אויך האבן, ומי שיש לו כמה פעמים ככה איז דאך אין דערויף גופא גיט דאס אים נאכמער כח, אז אין דעם פלפול וואס ער וועט האבן אין א רגע שלאחרי זה, וועט אין אים זיין אויך א הרחבה ביז רחובת הנהר, און אף על פי וואס דאס איז דאך אויך נכלל אין תורת משה, ש קיבל מסיני ומסרה איז דאך כמדובר כמה פעמים, מ'פרעגט דאך אין דערויף די שאלה ווי אזוי זאגט מען אז דאס איז א חידוש פון דעם תלמיד ותיק, ועד כדי כך, אז על ידי חידוש אין תורה ברענגט ער א חידוש אין עולם, ביז א חידוש הכי עיקרי, דער חידוש פון גאולה האמיתית והשלימה, וואס דעמאלט וועט דאך ווערן אן עולם חדש מיט ארץ חדשה מיט שמים חדשים, כולל אויך דער ענין פון תורה חדשה מאיתי תצא, אף על פי כן זאגט מען דאך, אז דאס איז אויך נכלל אין משה, אין תורת משה, אף על פי וואס דארט איז דאס געשטאנען אין אן אופן פון כלל, ביז כלל דכלל, און נאך העכער, ביז למעלה מכללות ופרטיות,
¶11ביחד עם זה איז דאס אויך נכלל וואס משה קיבל, און דערנאך אויך גלייך פארבונדן דאס מיט רחובות הנהר, מיט די חסידות פון דעם מיטעלן רבי'ן, וכמוזכר לעיל, ווי מ'זעט אויך בטבע, אז וואו איז לייכטער און שנעלער און ברייטער צוקומען צו מחייב זיין את ההבנה וההשגה-איז דאס מערער אין די מאמרים פון דעם מיטעלן רבי'ן, ווי לגבי די מאמרים פון דעם אלטן רבי'ן, אף על פי וואס תורת פון דעם אלטן רבי'ן איז דאך דאס בדוגמא פון תורת משה, פון תורה שבכתב, פון וועלכן ס'איז דא די הגבלה פון לא תגרעו ולא תוסיפו, איז דאך אבער דאך אלץ בנוגע צו אותיות הרב, וואס מ'דארף זיי אפהייטן קיצורתם ובכמה וכמה ענינים, וכמדובר כמה פעמים בארוכה. ס'בלייבט אבער דער ענין העיקר אין פלפול איז דאך, אז ס'זאל צוקומען אלץ מערער און מערער, וואס אזוי איז אויך אפילו במשך יום זה, און אפילו אט די וואס פראווען שמחת בית השואבה ביום זה כמה פעמים, איז דארף אויך צוקומען די שמחת בית השואבה וואס ער פראוועט היינטיקן טאג צום צו דעם צווייטן
¶12מאל, אפילו צום דריטן מאל, וואס ס'ווערט שוין אן ענין של חזקה, אף על פי כן האט דאס אויך אן ענין של חידוש, ביז א חידוש אמיתי, ווען ער רעדט אין דעם ענין א פערטן מאל, וואס דאס איז דאך אויך דער פערטער אושפיז, אז ס'דארף צוקומען אן אמת'ער חידוש, ביז דעם ענין פון חידוש, אז דער וואס זאגט א דבר חדש, און דערנאך זאגט מען דאס איבער בשם אומרו, איז מביא גאולה לעולם, וואס דאס איז אויך די רובו ככולו, כמוזכר לעיל, אז מביא גאולה לעולם גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, ותיכף ומיד ממש, הנה זה בה. און ס'ווערט דעמאלט די אמת'ע רחבות, און די רחבות שוין למעלה הימנה, און די אמת'ע אמיתית, און די אמיתית שוין למעלה הימנה, ביז דער ענין פון רחובות הנהר די מעלה פון בינה, אפילו לגבי חכמה, כמוזכר לעיל, ועוד והוא עיקר איז דאך פארבונדן במיוחד מיט שנה זו, וואס ס'איז צוגעקומען נאכן נוען, שטייט אנשטאט אן אלף אר בי'ת, וואס דאס איז דאך אויך ראשי תיבות בינה, כמדובר כמה פעמים, און אויך ראשי תיבות בקול, און וואס בי'ת ווערט דאך אויס א שימוש ווערט דאס נמשך פון בקול מקול קול, די פי מצריא הכללית שלהם
¶13איז דאך כמוזכר לעיל קבץ, וואו ס'ווערט דער קבץ אין ענין הכי עיקרי, פון קבץ ניט דאך איינער מארבע קנפס הארץ, און אויך אין יעדער קנפס הארץ פראוועט מען די אידן וואס זיינען נאך דערוויילע דארטן די שמחת בית השואבה אין אן אופן אז ס'ווערט א שמחה המקור לכל השנה כולה ולכל השנים כולם, וכמדובר כמה פעמים, און ס'ווערט על-דרך ווי מ'זאגט בנוגע צו משה רבינו וואס משה קיבל תורה מסיני ומסרה, וואס מסרה איז דאך דא דער דיוק דוקא מסרה, אז ער האט איר אינגאנצן איבערגעגעבן, אף על פי כן איז דאך אויך די יוספה בזה העמידי תלמידים הרבה, אמת'ע תלמידים, און וואס יעדער תלמיד זעט זיך אן, אז ער אליין איז שוין הרבה, דורך דערויף וואס אין אים אליין קומט-צו מיום ליום, ואפילו מרגע לרגע ביום זה עצמו, און ס'ווערט די אמת'ע רחובות הנהר, כמוזכר לעיל שאין למעלה הימנה, וואס דאס איז לאחרי הגאולה האמיתית והשלימה, אין די רגע שני וועט דאך דעמאלט זיין די אמת'ע רחובות הנהר, און זיין די אמת'ע נפלאות בה, וואס דאס איז דאך אויך פון היו תהי שנת נפלאות בה,
¶14בנוגע צו שנת ה'תשנ'און בי'אין וועלכע מ'געפינט זיך איצטער, און מ'גייט אין איר עצמה מחיל אל חיל ביז יראה אלא אלקים בציון בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו האט מען די נחמת הנהר אין דער לאנד וואס זי איז אן ארץ טובה ורחבה, וואס דאס איז דאך ארץ ישראל בפשטות, על דרך זה איז ארץ ישראל עצמה גופא האט מען דאס אין עיר הבירה, וואס זי איז דאך די עיר הבירה לכל הענינים שבה, און דארטן גופא אין דעם בית המקדש, ובפרט אז די עזרה שבבית המקדש, איז דאך געווען דער מקום מוכשר ומסוגל ומסייע לכל שמחת בית השואבה, דורך דערויף וואס מ'דערציילט און מ'חזר'ט איבער, און דאס גופא אפילו אז ס'איז נאך ניט איבערגע'חזר'ט, איז דאס שוין אבער שוין אפגעדרוקט געווארן, איז דאס אן ענין לדורות, אז לכל הדורות כולם, אט דאס וואס די גמרא דערציילט אין די ברייתא מרחיב בזה דעם דיבור ווי אזוי ס'איז געווען דער ענין פון שמחת בית השואבה בימים ההם בזמן הזה, ווערט דאס בזמן הזה ממש, בשנה זו, אז ס'ווערט אין אידער חזקה פון היו תהי און די שנה ווערט אין
¶15צן וואס נפלאות אראנו ווי שוין געווען בשנה שעברו, און ס'ווערט נאכמערער, נפלאות בא און אין בא גופא ווערט אלץ מערער און מערער, ביז בא-למקול-אויף בכל רגע ורגע פון דעם שמחת בית השואבה פון שנת הית ה שנת נפלאות בא ווערט אין יעדער רגע אן ענין נפלא, ביז ס'קומט דער ענין הכי נפלא, פון אראנו נפלאות כימי צאתך ארץ מצרים, בגאולה האמיתית והשלימה, און משה רבינו גואל ראשון וגואל אחרון, בראשונו, און צוזאמען מיט משה רבינו שבדורנו, וואס דאס איז דער רבי דער שווער, און צוזאמען מיט דעם משה וואס געפינט זיך אין יעדער אידן, ופועל פעולתו, כמדובר כמה פעמים, און מ'האט והוא העיקר די כל הענינים המזומן, און פון דעם מזומן איז מען מוסיף פלפול, און אין דעם פלפול גופא איז מען מוסיף פלפול על הפלפול, און ס'ווערט דער אמת'ער חובות הנהר, ביז אין אן אופן אז ס'פועל'ט אויך אין ירושלים, ורחבה, כמדובר כמה פעמים בענין זה, ביז ס'ווערט די רחבות אמיתית בכל העולם כולו, אז תוכף ומיד לאחרי רגע זה קומט די רגע פון רחובות הנהר בפשטות בכל
¶16העולם כולו, ובפרט נאך אז מ'איז דאס מקשר אויך נוסף אויף די שליחות אויף צו טאן אין שמחת בית השואבה פון לילה לזרע הלוך והותי ואור אויך גיט מען מיט אויך אן ענין לצדקה, און דערנאך איז יעדערער מוסיף מדילי, און ס'ווערט גלייך מקויים, אז פונקט אזוי ווי צדקה עשה הקב",ה עם ישראל שפיזרן בין האומות ווערט פון דעם פיזוק קבץ בזורנו מכל הארץ", און תיכף ומיד דער כבי שופט גדול לחירותנו, ותיכף ומיד, והוא העיקר, גאולה האמיתית והשלימה, תיכף ומיד ממש.