Paragraph
Paragraph rh-ftneccrf
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-kxvh042p
- order
- 6d
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- אף על פי וואס בכמה וברוב הענינים איז דאך שנת החמה בפני עצמה אן ענין שלם, און שנת הלבנה בפני עצמה פון י'ב'חדשים אויך אן ענין שלם, במילא זיינען זיי דאך בכמה ענינים תמימים, אף על פי כן אז תמימים בתכלית איז דאס דוקא אז ס'איז דא א דרייצנטער חודש, וואס דאס מאכט תמימות סיי אין שנת החמה און שנת הלבנה, כמובן בפשטות. וואס דאס איז אויך דער קשר מיוחד מיט די שנה זו פון שנת העיבור, וואס ענינה איז דאך, אז זי קומט בקביעות שנה מעוברת זו, לאחרי אז ס'איז שוין דא סמך און תשמח, תשמח און תשמח, און ס'איז דא הכל העם נשים הנשים והטף ווי תורה וויל, במילא איז דאך דאס א קהל אמיתי, און א קהל שלם, במילא דארף דאך דאס זיין אויך א קהל תמים אויך, אף על פי כן זאגט מען, אז אין תמימות גופא איז דא כמה וכמה דרגות, וואס דערפאר איז דאך אויך ווי געבראכט פון לקוטי תורה, אז ער שטעלט זיך אויפן פסוק פון תמים תהי'ם הוי'אלקיך און ברענגט בלייך ניט אזוי דער ביאור פון איר אין א תמימות, ווי אזוי ס'קען זיין א סיבה און א סדר אז מ'זאל דארפן אנקומען צו א העכערע דרגא פון תמים, וואס דאס קומט דוקא על ידי המצוה אז זאת לא נפלותי ולא בשמים י מיט די גאנצע אריכות וואס דאס איז ענין התשובה, וואס תשובה איז דאך מפורסם, אז עניניו איז, אז זי מאכט אויף מערער ווי ס'איז נאך געווען קודם שחטה, און ניט נאר מערער, נאר וואס דען אין אן אופן שלא בערך, כמדובר לעיל בארוכה וכמה פעמים.
- proofread
- 0