English
ספרייה

transcript · אידיש

טקסט

166 סעיפים

טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.

1אף על פי וואס דער אלטער רבי האט געלאזט דעם צעטל, את ”שרים רדפוני חינם ומדברך פחד לבי” ווייס מען דאך, אז ער האט אנגעזאגט כמה ענינים וואס מ'זאל טאן פעולות אין 'דרך הטבע'.

2וואס דאס איז דאך אויך א הוראה על פי תורה, אז ”אין סומכין אל הנס” און דאס וואס ס'הענגט אפ אן זיך בדרך הטבע דארף מען טאן אין א טבע'דיקן וועג, און דערנאך וועט דער אויבערשטער משלים זיין אט דאס וואס מ'דארף האבן למעלה מדרך הטבע.

3אבער אט דאס וואס מ'טוט בדרך הטבע דארף דאך דאס ניט טאן חס ושלום פון אימה ויראה און נפילת רוח וייו שחס ושלום.

4נאר מצד דעם ענין וו ס תורה ז גט, ז מ'ד רף ט ן בדרך הטבע, איז ער מקיים די הוראה פון תורה, אף על פי וו ס ער ווייס ז דער אויבערשטער איז משגיח על כל אחד ואחת 'בהשגחה פרטית',

5און ער ווייס ז כל אשר חפץ הוי' עשה און ער ווייס ז דער אויבערשטער איז ”לב מלכים ושרים ביד ה” ווארום ער איז דער מלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא,

6היו ניטא קיין סיבה פאר פחד פאר שרים על אחת כמה וכמה ענינים נאך נידעריקער פון פחד, נאר וויבאלד אז דער אויבערשטער וויל אז ער זאל טאן וואס הענגט אפ אן אים בדרך הטבע האט ער אנגעזאגט די פעולות וואס מ'האט געדארפט טאן בדרך הטבע, כמסופר אין דברי ימי המאסר והגאולה.

7וואס כאמור לעיל, וויבאלד אז דאס איז דערגאנגען צו אונז איז דאס אויך א הוראה ווי אזוי מ'דארף זיך פירן ביז בימינו אלו.

8אז אמת טאקע מ'דארף טאן בדרך הטבע, דאס דארף אבער געטאן ווערן ניט מתוך פחד, על אחת כמה וכמה ניט מתוך יוש דער איינציקער פחד איז פון ”ומדברך פחד ל בי” צי אט דאס וואס ער טוט צי דאס איז מתאים מדברך מיט דער הוראה פון דעם אויבערשטן ווי ער האט דאס איבערגעגעבן בתורתו,

9אפילו אין עשי' בדרך הטבע.

10און ווי ס'שטייט דאך אויף דערויף דער משל, אז וויבאלד דער ענין וואס ער טוט בטבע איז דאס מערניט א לבוש, א צודענק, אויף דעם ענין פון למעלה מדרך הטבע, וואס די וועלט ווערט געפירט דורך דעם אויבערשטן,

11דער אויבערשטער וויל אבער, אז ס'זאל ניט זיין הנהגה ניסית בכל יום ויום, נאר ס'זאל זיין הנהגה טבעית, און א נס זאל זיין ן ענין וואס ניט אין דרך הרגיל, וואס דאס איז דאך דער פירוש פון נס איז העכער פון די וואכעדיקע פאסירונגען, 'נס על ההרים' איז

12טוט דעקט ער צו די פעולות הקב"ה מיט לבוש פון זיין מלאכה גשמית.

13על דרך ווי מ'זאגט בהנוגע צו פרנסה, אז 'וברכך הוי'' אלקיך דארף זיין אבער בכל אשר תעשה כאטש אפילו ”ברכת ה' היא תעשיר” ווארום דער אויבערשטער וויל, אז ס'זאל זיין תעשה מצידו כדי ס'זאל דערנאך אראפקומען לרכך הוי' אלקיך אין דעם אשר תעשה.

14זאגט דאך דער צמח צדק אויף דערויף דעם משל, אז בשעת מ'מאכט לבוש א קלויד, און דאס איז ליינגער פון דעם מענטשן וואס טוט אן דעם קלויד, איז ניט נאר אז דאס העלפט אים ניט ער רעכנט אז וויבאלד ער דארף האבן א קלויד,

15מאיזו סיבה שתהי איז וואס ליינגער ער וועט דאס מאכן און וואס ברייטער ער וועט דאס מאכן איז אלץ בעסער זעט מען אין א לבוש, אין א קלויד כפשוטו, אז אויב ער מאכט דאס ליינגער אדער ברייטער פון דער מאס וואס ס'דארף זיין איז אט דעמאלט איז דאס מפריע שטערט דאס אים אין אלע זיינע ענינים, ביז אין דער ברכה וואס ער דארף באקומען.

16על דרך זה אויך אין דער פעולה טבעית, אז די גמרא זאגט אן ”אל תתגרה בגוי קטן” על אחת כמה וכמה בגוי גדול אבער בשעת ער כאפט אריבער די מאס איז דאס ווערט דאס א לבוש ”ארוך יותר מן” המדה איז ניט נאר דאס העלפט ניט, נאר דאס פלאנטערט זיך צווישן די הענט און די פיס,

17און דאס שטערט דאס אים אין אויספירן דעם ענין וואס ס'דארף זיך אויספירן דורך דער פעולה בדרך הטבע.

18וואס דאס איז דאך אויך די כללות'דיקע הוראה וואס מ'זאגט, אז בא להור גח השכם להרגל וואס לכאורה קען ער דאך טראכטן ממה נפשך.

19אויב ער דארף לעבן אריכות ימים ושנים טובות איז וואס דארף זיין דער ”השכם להרגע”?

20וועט יענער אויף אים קיין שליטה ניט האבן, און אויב חס ושלום ניט איז וואס וועט העלפן דער ”השכם להרגע”?

21איז דער פירוש אין דעם, אז דער אויבערשטער וויל אז ס'זאל זיין א פעולה טבעית, און בשעת ער דערוויסט זיך אז בא להרגע דארף ער טאן א פעולה טבעית.

22כדי אין דערויף זאל אראפקומען דער ”שומר ישראל לא ינום ולא יישן שומר ישראל”.

23און אט דעמאלט זאגט מען, וואס וועט זיך דורך דערויף אויספירן?

24ניט אז ס'וועט קומען לידי מלחמה.

25ניט אז ס'וועט קומען צו הריגות.

26אף על פי וואס יענער איז בא להרגע, ער וועט זיך דערוויסן אז ער האט זיך געפערט, 'השכם להרגאי' וועט לכתחילה ניט קומען לידי מלחמה.

27וואס דאס איז די פעולה ווי דאס ווערט אנגעטאן אויך ”אין דרך הטבע”, ווי מ'זעט דאס אפילו צווישן איין אומה מיט א צווייטע אומה, וואס אידן זיינען אין דערויף ניט אריינגעמישט.

28וכמבואר בכמה מקומות, אז ס'איז דא ענינים אין וועלט וואס בעצם האבן זיי א שייכות מערניט צו דעם פאלק וואס ער איז אתה וחרתנו, כדי ס'זאל אבער זיין דער ענין הבחירה, בחירה חפשית האט מען דאס אויך געגעבן צו אלע שבעים אומות, ווארום אניט וואלט בטל געווארן דער ענין פון בחירה חפשית,

29בדוגמא ווי ער זאגט אין מדרש, אז ה”עולם ראוי להשתמש בזהב” די זאך פון גל איז געווען מערניט ווי פארן בית-המקדש, און צוליב דערויף האט מען דאס אויך געגעבן אין וועלט.

30לכאורה, וואס איז דא דער קשר?

31וויבאלד אז די וועלט איז אינו ראוי לא אשתמש בזהב און דער בית-המקדש דארף האבן זהב האט מען געקענט געבן זהב מערניט ווי אין בית-המקדש!

32זאגט דער מדרש ניין! וויבאלד אז טאקע זהב דארף מען האבן מערניט ווי פארן בית-המ� אז מ'וועט דאס אבער געבן מערניט אין בית המקדש אליין פאלט אפ ווערט די בחירה, ניט קיין חפשית לגמרי.

33האט מען דאס געגעבן דערפאר, אין וועלט אויך.

34כדי ער זאל זיך פאנאנדערקלייבן, אז ס'איז דא זהב וואס מ'גיט דאס לבחירתו, און ס'קען זיין ”ובחרת בחיים” ער זאל דאס אפגעבן אויפן בית המקדש, ער האט אבער אויך א מעגלעכקייט אפגעבן דאס אין עניני רשות אדער נאך נידעריקער פון דעם, און אט דעמאלט איז בבחירתו חפשית וועט זיין ”ובחרת בחיים”

35על דרך זה איז בהאמור לעיל.

36וואס דאס איז דאך אויך ווי מ'זאגט, אז אין סדרי ההנהגה איז דא דער ענין פון 'נטורי כרתא' אט די וואס דארפן היטן שטעט,

37על אחת כמה וכמה אט די וואס דארפן היטן א גאנצע קבוצה פון שטעט, ביז מ'דארף היטן א גאנצן שטח פון 'ארץ הקודש', אדער א שטח אין חוץ-לארץ וואו אידן געפינען זיך.

38איז אט דעמאלט איז דא דער ענין וואס זיי זיינען שומרים, און דער דין איז, אז קהל דארף פון קופת הקהל פון כספי ציבור דארף מען נעמען אויף כל עניני ציבור, און מ'דארף אויך דינגען פון כספי ציבור א שומר על הציבור.

39כמבואר אין קלישי משפט. און אט דא שטעלט זיך רויס דער שינוי אין וואס ס'דארף שטיין דער ענין פון דעם שומר.

40אמת טאקע, ער דארף זיין א שומר בדרך הטבע, וואס דערפאר איז דאך על-פי דין, איז וועמען דינגט מען פאר א שומר אדער מ'קלייבט אויס פאר א שומר דארף ער זיין א בריא ושלם וכו ווי די דינים פון א שומר.

41בנוגע צו רכוש, עאכו"כ בנוגע צו נפש, ביחד עם זה דארף דער שומר וויסן, אז אם חס ושלום הוי' לאישמע עיר איז אט דעמאלט ווי ער איז דערנאך מסיים.

42לכאורה, וואס דארף מען האבן דעם שומר וויבאלד אז דער אויבערשטער היט די שטאט?

43איז דאך כאמור לעיל ממה נפשך, אם הוי' לאישמע עיר איז דעמאלט איז דער שומר גארנישט ניט עודשא!

44און אויב הוי' איז שומר דאירא וואס דארף מען האבן דעם שומר?

45איז דאס, כאמור לעיל, אז ס'דארף געטאן ווערן בדרך הטבע.

46דער שומר דארף אבער וויסן, אז ווער איז דער שומר איז דאס דער הוי' איש מריר און ער איז דער שליח כדי דאס זאל זיין א לבוש אין 'דרך הטבע'.

47במילא, וואס קומט דעמאלט ארויס בנוגע לפועל אין דעם שומר?

48אז אים איז נוגע צי ער פירט זיך אזוי ווי ”הוי' שומר העיר” וויל, און אט דעמאלט איז ער בטוח און אז מ'וועט אים געבן הצלחה אז ס'זאל זיין זיין שמירה אין 'דרך הטבע' דורכגיין אז מ'זאל ניט דארפן אנקומען צו ניסים גלויים.

49וואס דאס איז דאך אויך ווי בפשטות, אז בשעת מ'זאגט אז אשה ”הוי' אלקיך מתהלך בקרב מחניך להצילך ולשות יביך לפניך והי' מחניך קדוש” קומט דאס אלץ צוזאמען דער והי' מחניך קדוש מיט להצילך ולשות יביך לפניך ווארום דער שומר ווייס,

50אז דאס איז ה' ישמריר און ער האט דעם זכות, אז ער זאל זיין ט דער וו ס דורך אים וועט דורכגיין די שמירה פון דעם אויבערשטן,

51במילא ד רף ער ד ך מתאים זיין צו זיין משלח ט דער וו ס קלייבט אים אויס און שיקט אים ער זאל זיין דער שומר העיר און ער זאל זיין דער שומר הקיבוץ, און ער זאל זיין דער אמת ס'וועט חל זיין שלחה להצילך ולעשות אויביך לפניך ווארום והיו מחנך קדוש

52מ'לעבט דאך אין א חושך כפול ומכופל, ווי גערעדט פריער, און דער חושך ווערט נאך שט רקער מזמן לזמן, ווי ס'שטייט אין ספרים, אז מ'זעט בדוגמא בלילה כפשוטה, איז לפני הלות השחר איז אט דעמאלט איז די שחרות הלילה נאך שט רקער, וואס דערפאר איז אין עקבתא דמשיחא איז זאגט ער דאך די אלע סימנים אין ”סוף מסכתא סוטה”,

53אז חוץ פי ישגא וכו ביז חוץ פי וואס דאס איז כלפי שמיא איז דאס אויך ישגא.

54כדי מאכן לייכטער, פארשטאנדיק, אט דעם נסיון איז ווי געזאגט פריער האט מען דאס אריינגעשטעלט און דאס איז געווארן א שיטה מעלכת ”אפילו בין אומות” העולם.

55מיט דורות צוריק האט מען געוואוסט, אז ווער וועט מנצח זיין ווען איין צבא פארמעסט זיך מיט א צווייטער, אט די וואס ס'איז שטארקער אין כמות.

56ער האט א גרעסערע צאל חיילים, און האט א גרעסערע צאל חרבות, ווי רומחים וכיוצא בזה איז אט דעמאלט וועט ער מנצח זיין.

57במילא וועט לכתחילה וועט זיין ”טיפול עליהם אימאתו ופחד” וועט מען לכתחילה ניט גיין אין מלחמה.

58מדור לדור ומשנה לשנה האט זיך געביטן דער גאנצער יחס הכוחות.

59איצטער איז לגמרי ניט נוגע דער כמות וויפל חיילים האט דער צבא, וויפל חיילים האט דער צווייטער צבא ס'הענגט-אפ וואס פאר נשק זיי האבן.

60און אין דעם נשק איז ניט נוגע, ז ס'זאל זיין א חרב א לענגערער און א שטארקערער וכו אדרבא וואס דער נשק איז מער איידעלער, און וואס דער נשק איז מער פארבונדן מיט חכמה און מיט שכל איז אט דעמאלט וועט ער מנצח-זיין, אף על פי וואס לנגדו וועט שטיין א כמות עצומה, נאר וואס דען?

61דארט וועט פעלן די חכמה מיט די אויסגערעכנטקייט, מיט די אלע חכמות וואס ס'איז ד ווי אזוי מ'דארף אויפמאכן נשק וואס איז פארבונדן דוקא אין דורות הכי אחרונים.

62אין וואס איז דער חילוק? כמות האט דאך יענער נשק בערך א גרעסערע איז אט דא זעט מען בגלוי ווי אזוי איכות איז גובר אויף כמות אפילו ווען ס'רעדט זיך וועגן 'עולם הזה' הגשמי והחומרי.

63איז בשעת ס'קומט אן התנגדות און אן עיגוד און א מלחמה צווישן צוויי סארטן נשק, איז ניט נוגע וועלכע נשק האט אין זיך מערער רייזין אדער מערער אן אנדער ענין של חוזק, ס'איז נוגע וועלכער נשק איז געבויט געווארן מיט מערער חכמה, מיט מערער שכל און מיט מערער אויסגערעכנטקייט.

64אויב דאס איז אזוי בנוגע צו דומם נשק איז דאך ן ענין פון דומם.

65על אחת כמה וכמה, אז דאס איז נוגע בהנוגע צו די אנשי צבא אליין.

66ס'איז ניט אזוי נוגע צי איז ער גרעסער בכמות ס'איז נוגע ווי אזוי זיין מצב נפשיות.

67וואס אט דעמאלט איז ”החלש יאמר גיבור אני” און דוקא ער וועט מנצח-זיין, דערפאר וואס דער גדול בכמות איז ברפאון ידים און האט אין זיך ניט קיין חיות פאר דעם ענין אויף וועלכן ער גייט מגין-זיין, אדער פאר וועלכן ער מאכט דעם ענין של התקפה.

68אויב דאס איז אזוי, כאמור, אפילו ביי אומות העולם, אפילו אין ענינים חומרים לגמרי, וואס האבן קיין שייכות ניט לכאורה צו קיין ענין של רוחניות, ביז וואנענט אז דאס רעדט קען דאך גאר רעדן וועגן ענינים של הרת וחורבן איז אפילו רחמנא ליצלן איז אפילו דארטן ניט נוגע די כמות, ס'איז נוגע דער איכות.

69על אחת כמה וכמה ווען ס'רעדט זיך וועגן ן ענין פון בני אדם פון מן המדבר, עאכו"כ ווען ס'רעדט זיך וועגן ”גוי קדוש”, וואס ער געפינט זיך אין 'ארץ הקודש' איז אט דא דער ערשטער ענין וואס ס'דארף זיין בהנוגע צו דער שומר און דער מגין ושומרי ומגינים 'לשון רבים',

70ביז דער ענין פון ”יוצאי צבא בישראל” איז דא נוגע לכל לראש, ווי געזאגט פריער, מ'זאל וויסן זיין, אז דאס איז הוי' ישמרי און ער דארף זיין אט דער שליח, דער שקט שומר והצליח.

71פונקט אזוי ווי אן איש צבא איז ניט מספיק אט דאס וואס איין מאל א יאר ”אחת בשנה” גרייט דאך דאך זיין אן איש צבא, און כל השנה כולה פארנעמט ער זיך מיט זייטיקע זאכן זעט מען, אז אן איש צבא דארף זיין כל ענינו, כל מעינוי, איז דאס זיין אן איש צבא מוכן בכל עוז.

72מזמן לזמן, א מיעוט אין כמות, א מיעוט אין אויך פון זיין זמן, טוט ער אין עניני הרשות, און דורך דערויף ווערט ער אן איש צבא ווי ס'דארף-צו-זיין.

73על דרך זה אויך, ובמכל שכן וקל לחומר, ס'איז ניט מספיק, אז איין מאל א יאר ”אחת בשנה” יכפן און אט דעמאלט דערמאנט מען זיך, אז עד שם ישמריר נאר וויבאלד אז דאס איז דער עיקר הגנה און דער עיקר התקפה, אז ”נכנו בשם הוי' אלקינו” נדגול דארף דאס זיין ווי כל תכסיסי הצבא,

74אין דערויף דארף זיין דער עיקר גיוס און דער עיקר הכנה און דער עיקר לימוד מידי יום ביומו ס'איז מערניט וואס מזמן לזמן אויף א שעה קלה לאזט מען אים זיך פארנעמען מיט אן ענין הרשות וואס איז ניט פארבונדן באופן ישר מיט דעם ענין וואס ער איז א שומר אדער וואס ער איז אן איש צבא וכו.'

75נאך לייכטער דעם נסיון, באווייזט מען מזמן לזמן א נס גלוי, אז מצד דעם ענין פון כמות איז ניט געווען קיין הסברה פארוואס ס'זאל ניט זיין דער היפך הטוב חס ושלום לגמרי.

76ס'איז מערניט וואס מ'האט געזען בגלוי, אז מ'איז געשטאנען א צבא עצום מיט אלע כלי נשק, מיט די חכמות שבדבר וכו און האבן זיך ניט גערירט פון ארט, ביז וואנענט מ'האט ניט צוזאמענגעקליבן כמה וכמה מבני ישראל,

77און זיי האבן זיך אויסגעשטעלט בסדר ותכסיסים וכו און אט דעמאלט האט זיך אנגעהויבן דער ווייטער אמאל דער ענין פון טרעפן זיך איינער אנטקעגן דעם צווייטן.

78כאמור לעיל איז ”המעשה הוא העיקר” און הלואי אז ישמה כלי ובפרט נאך אז מ'זעט דאס בפועל און דאס קומט ממטה למעלה.

79מ'מאנט ממטה למעלה אז מ'זאל זיי געבן רוחניות.

80אז מ'זאל זיי געבן אט דאס וואס מ'האט א נאמען געגעבן וואס איז דא געווארן א מגופי בכלל איז דער ענין פון שמות איז מ'דקדיק דארטן אז ס'זאל זיין דוקא שמות פון לשון קודש,

81דערנאך איז דא א מגופי אויף כמה מונחים, ווי זיי רופן דאס דארטן אן, אז מ'דארף אויסקלייבן א ווארט דוקא פון א גוי"ש אין לשון, האט מען דאס א נאמען געגעבן מוראל מראל וואס דארף מען האבן דעם גוי' שן ווארט?

82זאגט מצב רוח זאגט תוקף רוח זאגט אמונה בה זאגט בטחון ס'זאל אנגעגעבן מרעל.

83וויבאלד אבער אז דער אהמא דברא זאגט מרעל זאגט איך אויך מרעל.

84מאנען זיי אז מ'זאל זיי געבן מרעל נשק ווייסן זיי דער ווערט פון נשק און מ'ווייס ווי אזוי מ'קען מצליח זיין מיט נשק בשעת ס'איז דא אינעווייניק דער מצב רוח כדבעי אט דעמאלט נעמט ער דעם נשק און נוצט אים אויס בכל בשלימותו.

85און אט דעמאלט, דורך דערויף וואס דער צד שכנגד ווייסט, אז יענער איז צוגעגרייט מיטן נשק גייט ער מלכתחילה ניט אין מלחמה.

86במה דברים אמורים אז ער איז אן איש שלום, אז ער איז א בריא, ער איז געזונט און האט ניט קיין ספיקות, און ער האט די מראל ווי זיי רופן דאס אן דעם בטחון אין דעם עדו שם ישמר עיר איז אט דעמאלט תעוז מצליח דער לבוש בדרך הטבע, אז דורך אים זאל גיין די הנהגה ניסית אין אן אופן שלבוש בהתלבשות.

87און בשעת מ'וועט דאס וועלן איז דאס איצטער דער שעת הכושר, דערפאר וואס כאמור ממטה מאנט מען דאס אט די וואס אין זיי הענגט אפ דער ”עיקר כל הדבר”.

88און ווי ער זאגט בארוכה אין די מאמרים הילולא, אז אף על פי וואס די אוצרות גיט מען צו די שרי הצבא, אבער דורך וועמען פירט זיך אויס דער נצחון במלחמה?

89איז דאס די אנשי הצבא די קבלת עיליניקע!

90און זיי קומט דער עיקר פון די אוצרות וכו,' ווי ער איז מבאר בארוכה אין די מאמרים פון המשך הגולה, און פאדערן מ'זאל צו זיי ניט שיקן קיין זינגערס,

91מ'זאלן זיי ניט שיקן אט די ווי זיי רופן דאס אן באדרנים וואס מערניט ווי מ'פארטומלט די קאפ כדי מ'זאל ניט טראכטן וועגן ן ענין שיש בו תוכן זאגט מען ענינים של ליצנות ענינים שאין בהם תוכן מאנען זיי אז מ'זאל זיי שיקן ענינים שיש בהם תוכן מענטשן וואס ווילן מיט זיי רעדן וועגן ענינים שיש בו ם תוכן.

92און רעדן מיט זיי אין ן אופן ”טופח על מנת להטפיח” אז בשעת אט דער וואס רעדט מיט זיי וועט דערנאך אוועקגיין צוריק וועט ער בלייבן דער וואס האט פון אים געהערט אין ן אופן וואס דאס איז פירות וואס פירות פירותיהם ער גיט איר מאטעריעל, ווי זיי רופן דאס דארטן ן חומר ער זאל קענען דערנאך מיט זיך אליין ארבעטן אויף ללכת מחיל אל חיל

93אין דערויף הויבט זיך נאך אן גלייך א שקלא-וטריא, כרגיל בהכנו בני ישראל און מ'פלעגט אמאל זאגן אין חודש פלעגט מען זאגן א דרך הצחות, אז פארוואס בשעת איינער טרעפט א צווייטן זאגט ער אים שלום עליכם ענטפערט ער אים 'עליכם שלום'.

94דערפאר וואס ער וויל זאגן ”איפכא מסתברא” דו זאגסט מיר שלום עליכם זאג איך ניין, פארקערט, 'עליכם שלום'.

95וויבאלד אז ס'איז נאר דא אזא שיטה קען מען דאך זאגן א צווייטע שיטה, און א דריטע שיטה, אין וואס דארף באשטיין דער מערל אין וואס דארף באשטיין דער חישול דער פארשטארקן אט די וואס דארפן מגין זיין, און זיינע מגין און זיינע שלוחים קען דאך זיין לכאורה בזה ששים ריבוא שיטות

96איז ווי דער סדר איז, סיי בנוגע צו תכסיסי מלחמה ושלום, סיי בהנוגע לכל שאר ענינים, אפילו ענינים גשמיים, בהנוגע צו מאכן מאשינות בהנוגע צו חכמת הרפואה וכו אז צום אלעם ערשטן הויבט מען אן חוקר ודורש זיין.

97וויבאלד אז מענטשן זיינען דאך שוין דא כמה וכמה מאות בשנים, ווי איז געווען אין א מצב דומה, אין אן ענין דומה, מיט א דור פריער, מיט צוויי דורות פריער, מיט עטלעכע דורות פריער וכו.'

98און אז מ'געפינט א מצב דומה, א ענלעכן מצב, און מ'זעט ווי מ'האט זיך דעמאלט געפירט מיט איין שיטה, ווי מ'האט זיך געפירט מיט א צווייטע שיטה, מיט א דריטע שיטה, און וואס האט מצליח געווען און וואס האט ניט מצליח געווען איז אט דעמאלט איז ניט נוגע צי ער פארשטייט דעם טעם צי ניט, אויב נאר דאס האט מצליח געווען בכל הפעמים.

99און די צווייטע שיטה איז דורכגעפ לן בכל הפעמים איז קיין נפקא מינה ניט צי פ רשטייט ער י דעם טעם צי ניט, צי ד ס איז אים געשמאק צי ס'איז אים ניט געשמאק, צי ער האט ביז איצטער זיך געפירט אויף דער שיטה צי ס'איז ב פ רקערטער שיטה, איז אויב נאר אים איז נוגע דער אמת און אים איז נוגע, ז דער חולה ז ל נתרפא ווערן וועט ער זיך ניט אקש'ענען,

100אז וויבאלד אז ביז איצטער האט ער געהאלטן פון א צווייטע שיטה, איז אף על פי וואס ער ווייס אז זיין שיטה האט מען אויסגעפרואווט צענדליקער דורות פאר דערויף און זי איז דורכגעפאלן האלט ער זיך בא זיין אלטע שיטה און וואס וועט זיין מיטן חולה איז דאס א צווייטער ענין וועט ער גלייך פארגעסן אויף זיין שיטה און זאגן,

101אז די ערשטע זאך וואס הרופא ד ניט ז זיין שיטה ז ל ניט פ רשעמט ווערן פון דעם רופא, נ ר ז דער חולה ז ל ווערן געזונט.

102און אין דערויף איז נוגע, ז אויב ס'איז געווען במשך הדורות ריבוי פעמים, צענדליקער, הונדערטער טויזנטער פאלן, און מ'ה ט געפרואווט כמה שיטות און לע זיינען דורכגעפאלן, און איינער ה ט מצליח געווען איז קיין ספק ניט אז דאס דארף ער טאן.

103און דערנאך דארף ער זיך משתדל זיין, וויבאלד ער האט א מוח בקדקדו און וויבאלד אז ער איז א רופא און דאס איז זיין מקצוע ארויסגעפינען דעם טעם פארוואס די שיטה איז מצליח און יענע פאל דורך.

104בהנוגע למעשה קען מען ניט ווארטן, ווארום דער חולה דארף מען אויסהיילן מיט א ”שעה אחת קודם”.

105איידער ער וועט ווערן דער חכם מיטן רופא מיט אלע גוטע זאכן מיט דעם בעל תשובה ביחד עם זה.

106על דרך זה זעט מען בהנוגע צו דאס וואס ווערט אנגערופן מאראל פון א אידן, האט מען געפרואווט מיט אלע-ערליי אופנים.

107גלייך אין פערציק טעג נאך מתן תורה איז געווען אידן, רחמנא ליצלן, וואס האבן געמאכט אן ”עגל הזהב”, און מ'האט גע'טענה'ט, אז אלה ”אלקיך אשר הוציאוך מארץ מצרים” דאס איז וואס ס'האט זיי ארויסגענומען פון מצרים.

108וואס איז געווארן פון די עובדי העגל?

109ניטא קיין שריד ופליט. א טייל האט חוזר בתשובה געווען, א טייל רחמנא ליצלן ווערט דערציילט אין חומש.

110על דרך זה אריינגייענדיק אין ארץ ישראל דערציילט ער אין תנך, תורה איז דאך ”תורת אמת”, איז פונקט ווי זי דערציילט די מעשים וואס רעדן בשלחם אט אזוי דערציילט מען די ענינים וואס זיינען היפך אויך, מ'זאל וויסן אז ס'איז ניט קיין דבר ”חדש כבר הי' לעולמים”.

111איז בשעת מ'האט איינגענומען 'ארץ הקודש', און מנולה של ארץ איז געווען יריחו, און מ'האט געזען יריחו האט מען איינגענומען מיט אן ”ארון הקודש” און מיט שופרות און וואס כהנים האבן געפראוועט א קפיות ארום יריכו א זיבן מאל, איז אט דעמאלט וטיפל החומה וטבקה הארץ וואס האט איינגענומען יריכו.

112און ווי ער זאגט, ווי וועט חז ל דערציילן, אז דאס איז געווען ”מנולה של ארץ ישראל” דורך דערויף האט מען איינגענומען גאנץ ארץ ישראל, ווי דער דין איז בהנוגע אין קנין, ווי די גמרא זאגט אין בבא בתרא, אז בשעת ער האט דעם מנול איז ער קונה דעם

113אף על פי כן דערציילט ער אין שופטים, אז גלייך אין א דור לאחרי זה איז שוין געווען אזוינע וואס האבן גע'טענה'ט אז זיי דארפן האבן צוטאן מיטן בעל וכו' וכו ווי ער רעכנט אויס אין שופטים בפרטי הדבר.

114וואס איז געבליבן פון אט די אלע?

115איינס פון די ביידע, אדער ס'איז געווארן בא זיי א תמיה נתבולל לו ביי א מדין ביי עמלק וכו אדער זיי האבן זיך אומגעקערט און געווארן צוריק אט די אידן וואס זיינען געגאנגען נאך די שופטים ווי ער רעכנט זיי אויס אין דעם ספר שופטים.

116ועל דרך זה ”בזמן שבית המקדש הראשון הי'” קיים בימי לכבן ולאחרי זה, על דרך ”זה בזמן שבית המקדש” שני הי' קיים על אחת כמה וכמה בזמן החורבן,

117נאכן בית ראשון נאכן בית שני.

118איז געווען צדוקים און ביסוסים און אזעלכע וואס האבן זיך געקאכט אין תנך און האבן ניט געוואלט נעמען תורה שבעל פה, אזעלכע וואס האבן זיך געקאכט אין חכמות העמים און האבן גע'טענה'ט, אז דאס איז שלימות האדם, און תורה איז אן ענין פאר אלטע אידן, אדער פאר אידן וואס געפינען זיך אין א מדבר וכו דאס איז אבער ניט קיין תרבות, ניט קיין קולטור, פאר זייער תקופה,

119וכו ווי ס'איז געווען אין ספרד און אין פארטוגאל און דערנאך בימי הביניים וכו וואס איז געווארן פון די וואס זיינען געגאנגען אין אט די אלע שיטות?

120אויס פון די ביידע, אדער כאמור פון זיי איז ניט געבליבן קיין שריד ופליט צווישן אידן, ווארום זיי זיינען נפלא געווארן, נטמע געווארן, נעבד געווארן צווישן די גויים וואס ארום זיי?

121אדער זיי האבן זיך אומגעקערט צוריק און זיינען אריין צוריק אין אים אידישן פאלק.

122וואס דערפאר איז דאך כמדובר כמה פעמים, אז מ'קוקט זיך צו אין די העכער דריי מיט א האלבן טויזנט יאר פון מעמד הר סיני וואס אידן זיינען דאך דורכגעגאנגען תקופות שונות ומשונות ניטא אזא מין פאלק וואס איז דורכגעגאנגען אזעלכע שינויים אזויינע ענדערונגען אין דברי הימים שלו.

123מוז דאך עפעס זיין ן ענין וואס דאס איז די נקודה משותפת פון די אלע דורות, וואס אין דערויף ליגט דער סוד הקיום וואס זיי האבן איבערגעלעבט אלע פעלקער וואס ארום זיי.

124און בשעת מ'קוקט זיך צו, אן וועלנדיק אריינשפארן אן אייגענע שיטה אין א לעבעדיקן גוף פון דעם אידישן פאלק, נאר וויסן ווי אזוי דער אידישער פאלק האט דאס דורכגעלעבט?

125זעט מען, אז דאס איז ניט חכמת העמים, און דאס איז ניט לשון און ניט לבוש, קיינע ענינים ניט.

126די איינציקע זאך איז דאס איז מצוות מעשיות.

127פון עשרת הדברות האט מען אנגעזאגט שמור את יום השבת לקדשו.

128התחלה פון עשרת הדברות האט מען געזאגט ”אנכי הוי' אלקיך, לא יהי' לך אלקים אחרים” ניטא קיין עבודה זרות, ביז אז מ'האט גלייך מבאר און מסביר געווען, אז ווען האט קיום לו סגנא ביז לו תחמד אויב די התחלה בזה איז פון אמונה אין הוי' אחד, אין אנכי הוי' אלקיך.

129און אט דאס איז די איינציקע זאך וואס ס'האט זיך ניט געביטן במשך פון די אלע טויזנטער יארן דער מצוות מעשיות בפועל.

130אט די תפילין וועגן וועלכע ס'ווערט דערציילט נאך אין פאר מתן תורה ווען מ'האט אנגעזאגט אידן אין מצרים, אט די ציטות פון וועלכע מ'האט אנגעזאגט אידן אין מדבר סיני,

131ועל דרך זה די שאר המצוות מעשית אין דערויף זעט מען ניט קיין שינוי, און דאס איז די איינציקע זאך וואס מ'זעט אז דאס איז געווען במציאות און זיינען געבליבן אט די וואס האבן זיך געהאלטן דערביי, און אט די וואס האבן געטאן התלוי בהם אז ס'זאל דאס איבערגעגעבן געווארן ”לבניהם אחריהם עד סוף כל הדורות”.

132וכאמור לעיל, אז ס'קומט צוגיין איינער און זאגט, אז ער האט א המצאה, און די וואס האלטן פון מצוות מעשיות האבן זיך ניט געכאפט אויף דער המצאה איז כמדובר כמה פעמים, אונז האט אפגעגליקט, ווען מ'וואלט געווען אין דעם דור המדבר אדער ”אין דור ראשון” פון כניסה לארץ האט מען דאך געדארפט מיט אים דינגען, צי זיי האט איצטער דארף מען זיך מיט אים ניט דינגען,

133מ'דארף אים אויפמישן דעם פרק וואו ס'ווערט דערציילט וועגן דברי ימי עם ישראל אין דעם און דעם דור וועט מען אים באווייזן, שחור על גבי לבן אז ס'איז דעמאלט געווען אזעלכע חכמים ווי ער איז, און האבן אויך געפאלן אויף דער המצאה, אפשר קען מען פארבייטן מצוות מעצוות מיט אט דער שיטה וואס אים ווייזט זיך אויס, ער האט דאס מחדש געווען, פון זיין קאפ, און אפשר האט ער דאס אפגעטראכט פון זיין קאפ?

134אבער ס'איז ”כבר הי' לעולמים”, און דערנאך איבערדרייען א פאר בלעטלעך וועט ער זען וואס ס'איז געווארן פון די וואס האבן זיך געהאלטן בא זיין שיטה.

135און כאמור לעיל, וואלט דאס ניט געווען א מצב וואס ס'איז דורש א פתרון גלייך קען מען פירן שקלא-וטריא'ס און מאכן וויכוחים און דערנאך באשטימען קאמיטעטן וואס וועלן מאכן חקירות ודרישות, און בינתיים מ'וועט מען גיין שפאצירן וכו און דערנאך, אין א פאר יאר ארום, וועט מען קומען לידי מסקנא.

136דאס איז אן ענין וואס דארף האבן א פתרון היינט ביינאכט, און מארגן אינדערפרי, און מארגן בייטאג, און יעדער מינוט ווי עדער רגע וואס מ'לייגט אפ דעם פתרון איז דאס אן ענין וואס איז נוגע ניט אין

137און מ'פארשפארט האבן אין דערויף חקירה ודרישה דאס איז א זאך וואס כאמור לעיל מ'פאדערט דאס מלמטה, נאר זיי ווייסן ניט וואס צו פאדערן, זיי ווייסן מערניט וואס מ'האט זיי געגעבן ביז איצטער איז ניטא אין דערויף קיין תוכן!

138ס'איז א קליפה מיט חיצוניות אן א פני און מ'האט זיי ניט געזאגט וואס זיי דארפן זוכן.

139בדוגמא ווי מ'זאגט בהנוגע אז מ'דארף קויפן נ זוכט מען ניט קויפן דאס ביי דעם וואס ער איז מיט אים געגאנגען צוזאמען שפאצירן, אדער געלעבט אונטער איין דאך וכו נאר ער זוכט א מומחה לעניני נשק גשמי על דרך זה בהנוגע צו נשק רוחני דארף מען זוכן א מומחה לנשק רוחני,

140אף על פי וואס קען זיין מיט אים קיינמאל ניט געלעבט אין דער זעלבער הויז, אין דער זעלבער גאס, אדער אין דער זעלבער שטאט.

141פארוואס דארף מען דאס באווארענען?

142ווארום מיט עטלעכע יאר צוריק איז מען געקומען לידי הכרה און מכריח געווען ברצון עצמו וכו אז מ'דארף לערנען אידישקייט, האט מען דאס איבערגעגעבן אט די מיט וועלכע מ'איז געגאנגען צוזאמען שפאצירן, געלעבט אין דער זעלבן הויז און געהערן צו דער זעלבער מפלגה.

143האט דאס געדויעט עטלעכע יאר, און מ'האט געזען אז דא� ועלט מען דאס באווארנט מיט עטלעכע יאר צוריק, אבער איצטער איז א צייט וואס אפילו בגלוי איז שוין אויך דאס ניט אויס שוה.

144וכאמור לעיל, מ'וועט זיך פרעגן קשיא וואס איז דא דער קשר צווישן לייגן תפילין און הויבן דעם אראל, צווישן טראגן ציצות און הויבן דעם אראל וכו איז ווי גערעדט פריער בהנוגע צו פיזיקע, בהנוגע צו רפואה, בהנוגע צו נשק.

145דא איז ניט נוגע דער שכל, דא איז נוגע אויב מ'האט דאס אויסגעפרואווט, און מ'האט געזען אז דאס האט מצליח געווען, און מ'האט געפרואווט אין א פריערדיקן וועגן רחמנא ליצלן, מ'האט געזען די תוצאות איז אט דעמאלט זאל ער דערנאך שטודירן אין א שף הפני שלו פארוואס דאס איז מצליח און דאס ניט,

146אבער דאס וואס ער דארף גלייך טאן, ער דארף געבן דעם וואס נויטיקט זיך אין דעם כלי נשק דעם נשק, דער אויסגעפרואווטער, במשך פון העכער דריי טויזנט יאר, וואס האט אלעמאל מצליח געווען.

147און וועט בודאי ובודאי מצליח זיין איצטער אויך.

148ווי ער זאגט, אז ”והיו מחניך קדוש” וועט זיין א ”הוי' אלקיך מתהלך בקרב מחניך להציליך ולשות אויביך לפניך” און דאס איז ניט חס ושלום מ'וויל אימעצן כאפן ביי א גרייז,

149און מ'וויל ער זאל זיך אריבערשרייבן פון איין מפלגה אין דער צווייטער מפלגה ס'איז ניט נוגע צו קיינע מפלגות, כאמור לעיל, די תורה איז געגעבן געווארן צו יעדער אידן, און דאס איז געגעבן געווארן אין אן אופן פון ”מורשה קהלת יעקב” ער באקומט דאס בירושה.

150מ'פרעגט ביי אים ניט קיין הסכמות, מ'פרעגט ביי אים ניט קיין רשותן, איז ער געבארן געווארן א איד, אדער באקומט ער גאנץ תרי' ג' ג' מצוות, מיט די שבע מצוות דרבנה, מיט אלע ענינים וואס זיינען דערמיט פארבונדן.

151במילא ווערט ער אזוי באשאפן און אזוי געבארן און אזוי אויפגעהאדעוועט, אז דאס איז חי' ואורך ימיו.

152רחמנא ליצלן בחירה חפשית קען ער זיך מזיק זיין, איז ער אויך חייב בידי שמים.

153על כל פנים מזיק זיין א צווייטן איז ער חייב בדידם.

154על אחת כמה וכמה אין אט דעם מצב, כאמור לעיל, דאס איז ניט אן ענין וואס איז שייך צו מסלגות, דאס איז ניט אן ענין וואס איז שייך אז דער האט אויסגעפירט און יענער האט אויסגעפירט, דאס איז שייך ס'איז דא אט די וואס האבן זוכה געווען, אז דער אויבערשטער האט זיי אויסגעקליבן זיי זאלן מגין זיין אויף א קיבוץ פון דריי מיליאן אידן.

155און זיי מאנען און זיי בעטן זיך און זיינען זיך מתחנם אז מ'זאל זיי געבן א תוכן מיט א נשק רוחני, א נשק כסודי ווי מ'רופט דאס איצטער אן, וואס דאס זאל זי געבן כח דורכפירן דעם אויבערשטנ'ס שליחות!

156און ניט זיי איז נוגע מפלגות, ניט זיי איז נוגע בחירות זיי איז נוגע מילוי התפקין!

157און אט ס'איז דא אט די וואס בידם אז זיי זאלן דאס זיי געבן היינט ביינאכט, מארגן אינדערפרי, מארגן בייטאג, און געבן דאס מ דעת עצמו וברצון הטוב,

158און די הסברה געבן ”לשמה שלא לשמה”, ווי גערעדט כמה פעמים בהנוגע לצדקה, בהנוגע הרפואה לחולה, בהנוגע הנשק לחייו, דער טעם פארוואס מ'גיט אים איז אים ניט נוגע, ער דארף האבן דעם נשק המתאים בגשמיות, ער דארף האבן דעם נשק רוחני וואס ער איז מתאים ברוחניות.

159און אין דערויף איז ניטא קיין חקירות, ווארום זיי אלע ווייסן וואס איז דער נשק סודי מיט וועלכן אידן האבן דורכגעלעבט די אלע דריי טויזנט יאר, און מיט וועלכן זיי וועלן איבערלעבן אלע אומות עד ביאת משיח צדקנו ולאחרי זה, וואס דעמאלט וועט זיין דער ”והיתה לה' המלוכה” ”וראו כל עמי הארץ כי שם ה' נקרא עליך ויראו ממך”.

160וכאמור לעיל, דאס איז אן ענין וואס ס'רעדט זיך וועגן פועל, אז מ'זאל נאכגעבן די דרישה מיט די תחנונים פנימיים, אין כלי דישתמיט צי כלי דלא ישתמיט פון די וואס זיי זיינען די שומרי העם, און זיי זיינען די שומרי הקדושה,

161וואס ביידע זאכן גייט צוזאמען, ווארום דאס רעדט זיך וועגן אן עם קדוש און אן 'ארץ הקדושה' זאל מען זיי געבן קדושה אמיתית, וואס דאס איז אויך אין תוכן אמיתי בחיים,

162וואס דאס גיט אים אויך א חיות פארוואס ער זאל שטיין במקומו וואו ער שטייט איצטער, און טאן תפקידו, און דעמאלט וועט זיין דער ”טיפל עליהם אמת"ה ופחד על כל” האומדים נגדם ווארום כמה ס'איז דא ניט נוגע,

163אף על פי וואס עולה בחייל עולה בכח ואלה בחיל ואלה בכח, ווארום אנחנו 'בשם השם' אלקינו נדגור קיום ברוחו אמר הוי' צבאות וואס ער פירט-אן מיטן צבא פון ביידע צדדים,

164במילא וועט ער באווארענען אט דאס אלץ וואס מ'דארף באווארענען, און מ'וועט אויפשטעלן דער ענין פון יהדות אמיתית בא די שומרים און בא די נשמרים און מתוך שמחה וטוב לבב, און ס'וועט ארויס בפועל דער ”פדה בשלום” מקרב לי אז מ'וועט ניט דארפן אנקומען צו קיינע ענינים וואס זיינען ניט ענינים של שלום,

165ביז כאמור לעיל, ווי רש י ברענגט אראפ די קדשת חז ל ”אפילו חרב של שלום” ותוך לא תוור בארצכם ושכפתם 'ואין מחריד', ווארום ”ונתתי שלום בארץ” והאולך אתכם קוממיות".

166לחיים.

דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים