Paragraph
Paragraph rh-fqsqvx7v
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-xmpdmt2s
- order
- ub
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- דער ויקהל זאל ווערן דער אמת'ער ויקהל, ווי דערציילט אין חומש אין דער סדרה, אז דעמאלט האט משה צוזאמענגעקליבן דעם גאנצן אידישן פאלק, זאל אזוי אויך בימינו אלו, ודוקא ווי כל המקדים הרי זה משובח תיכף ומיד ממש, זאל משיח צדקנו צוזאמענקלייבן יעדער אידן און אלע אידן וואו זיי געפינען זיך, און ברענגען זיי אלע צוזאמען, כאטש אפילו זיי זיינען מפוזר ומפורד בין העמים, ברענגען זיי יעדערן באזונדער, אתם תלוקטו לאחד אחד ווי דערמאנט פריער, אז קיין איין און איינציקער גייט ניט פארלארן, חס ושלום, און אדרבא מ'קלייבט אים איינציקווייז, און מ'קלייבט די טייערסטע זאך וואס ס'קען נאר זיין און די שענסטע זאך וואס ס'קען נאר זיין, און מ'שטעלט פון זיי אלעמען צוזאמען, אז פון דער עם מפוזר וואס ער מפוזר ומפורד בין העמים וועט ווערן דער ישנו עם אחד אז מ'זעט ווי אזוי דער אידישער פאלק איז אן איין און איינציקער פאלק, און האט אן איין און איינציקע תורה און איין און איינציקע מצוות, און זיי פירן זיך אזוי אויף, ניט קוקנדיק אין וועלכן לאנד זיי געפינען זיך און אין וואס פאר א סביבה זיי געפינען זיך, פירן זיי זיך אויף אלס אן עם אחד וואס האט א תורה אחת, און מצוות וואס זיינען
- proofread
- 0