עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

8 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1ס'איז דער סדר בכל יו טעת כסלו, אז מ'מאכט חלוקות השס א סיום אויף דעם שס וואס מ'האט פאנאנדערגעטיילט פאראיארן יו טעת כסלו, און התחלת החלוקה השנה הבאה לעיני ועל כל ישראל לטובה, אז יעדערער זאל זיך משתתף זיין אין דעם, נאר דורך דערויף וואס ער וועט נעמען א מסכתא און לערנען איר על מנת לסיימה לא יאוכר פון יו טעת כסלו הבעל.

2און כמבואר באחרונים, איז אט דעמאלט, דורך די השתתפות אין חלוקות השעת הכללית, איז דאס דעמאלט כאילו למד כולו כל השעת כולו במשך שנה זו.

3מסתמא וועט מען פאנאנדערטיילן דא די קטלון, וועט מען אראפקומען אין אן ענין של כתיבה בפועל, איז כמבואר בנוגע צו כמה ענינים, ביז וואנענט אז אזוי איז דאך געווען אפילו בנוגע לדבר ה' על ידי עבדיו הנביאים,

4שטייט דאך אין ראשונים, אז אט דאס וואס ס'איז געווען בכמה נבואות האט דער אויבערשטער געהייסן, אז דער נביא זאל טאן א פעולה בגשמיות, און דערנאך זאל ער איר מבאר זיין, אויף וואס זי איז מורה ומרמז אויף די מאורעות הבאות לאחרי זה,

5איז דער ביאור אין דעם, אז דורך דערויף וואס מ'האט דאס פארבונדן מיט א פעולה גשמית האט מען פארזיכערט, אז ניט קוקנדיק אויף כמה הרפדקאות זאל דאס אראפקומען דערנאך בפועל דער ענין כפשוטו.

6וואס על דרך זה אויך בכל ענין של תורה ומצוות, מ'פארבינדט דאס גלייך בשעת מעשה מיט אן ענין של פועל, איז גיט דאס מער כח אויף איבערקומען די שוועריקייטן און די פיתויעי פון ”אל זר אשר בקרבך” זה יצר הרע,

7און לערנען בתוך שמחה וטוב לבב, און מסיים זיין בעתו ובזמנו, און דורך דעם מסיים זיין כללות השס עם כל המשתתפים בחלוקה זו.

8חיים בנגע, יע במושים הברית במילא.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions