English
ספרייה
kind
paragraph
order
nw
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
וואס דאס איז אויך פארבונדן מיט לילה השלישי, יום שהוכפל בו כי טוב, ועל דרך זה איז דאך כולל ביידע זאכן צוזאמען ווערט דאס אויך דער אפטייטש פון גד, כמדובר כמה פעמים, וואס דאס איז דאך דער אפטייטש, מזל, בפשטות, ווי דער פירוש הפשוט, וואס דערפאר האט מען אים געגעבן גד דערפאר וואס ס'איז געווען גד, איז געקומען דער מזל, אז א איד האט בגלוי נוסף וואס ער האט כל הענינים ווי ס'איז ביי אים, אין חמשה שמות נקרא לו, ביז אויך דער נאמען פון יחידה, לייחדה, און אויך דער לב וואס דאס גייט אויף עצם הנשמה, האט ער אויך דער מזל שבנשמה, דער גד שבנשמה, און ער האט דאס אויך און ממשיך דאס אין די אלע זיבן טעג, איז דאך דער גימטריא פון ג'ד'גו'דלין, וואס דורך דערויף וואס מ'האט די שלימות, אז דער וואס איז גומל און דער וואס איז דער מקבל איז די הסתרפות פון דעם ג'מיטן דלת, פון דעם נותן מיט דעם מקבל, איז דאס כולל כל שבעת ימי הבנין, און כולל כל שבעת הענינים, וואס דאס איז כולל כל סדר ההשתלשלות, על אחת כמה וכמה
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים