Paragraph
Paragraph rh-fj36gcn4
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-32paftpq
- order
- 1f
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- דאס אט דער סדר בא אידן איז דאך א פותחין בברכה, און מ'ברענגט אויף דערויף אויך א סמוכין לדבר, אדער א ראי' לדבר, וואס אסתכל באורייתא, איז אזוי דארף דאך א איד משתדל זיין בכל עניניו, וואס ער טוט אפילו לכאורה אין זאכן וואס האבן ניט קיין שייכות צו לימוד התורה, מ'זאל אבער אויך אויף דערויף געפינען א ראי'אדער א רמז אין תורה ווי אזוי ער דארף זיך פירן בענין מסויים, על דרך זה איז אויך בנוגע אלינו, אז מ'געפינט זיך אין קיימא סיהרא באשלמותא פון חודש אלול, וואס חודש אלול איז דאך דאס א חודש החשבון, א סך-הכל פון די שנה אין וועלכן מ'האלט שוין קרוב לסיום השנה, און אויך דער חודש ההכנה צו דער שנה הבאה.
- proofread
- 0