עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

125 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1איז דאך אויך דער מנהג הידוע אויף יט' כסלו מאכן א סיום, און אויך צוזאמען דערמיט חלוקת השס במילא איז דאך אויך א סיום אויף א מסכתא בשס ס'איז דאך אן ענין וואס בקביעות שנה זו, ווי ס'איז געווען די קביעות בפעם הראשונה אין דער גאולה פון דעם אלטן רבי'ן, איז דאך דאס ביום שהוכפל בו כי טוב,

2ובשנה זו איז דאך אויך די קביעות וויבאלד אז ס'איז ניטא קיין אדר שני, איז אויך ל' בעומר, וואס ס'איז דאך פארבונדן מיט תורת הנסתר, הילולא פון רשבי, איז אויך ביום שהוכפל בו כי טוב, און אויך דער פורים פון ”מסמך גאולה לגאולה”, גאולת פורים, איז אויך ביום שהוכפל בו כי טוב.

3און מ'זוכט דאך אלץ ענינים פון חידושים, ווארום אני טענה דער עולם אז מ'האט דאס שוין געהערט פאראיארן און פאר צוויי יארן, ו”מאי קא משמע לן וכו” וועט מען אויך מאכן א סיום אויף די מצוות.

4סיום אויף א מסכתא איז דאך א סיום אין תורה, און דערנאך איז דא אין תורה איז דא דער ענין פון מצוות, און לימוד ”שמביא לידי מעשה” איז גאר דער מעשה איז דער תכלית צו וועלכן מ'קומט על ידי הלימוד, וואס דער מעשה איז דא דער ענין המצוות, איז דאך דא כמה וכמה מצוות, זיי שטייען בתורה אין א סדר מסויים,

5וואס סדר אין תורה איז דאך אויך א חלק פון תורה און א חלק פון הלכה, וואס דערפאר איז דאך דא כמה ענינים וואס מ'לערנט אפ בתורה, ביז אין הלכה בפועל, פון דערויף וואס ס'שטייט פריער און וואס ס'שטייט נאכדעם.

6איז דאך אויך דא אין דער סדר המצוות די התחלה שבהם און אויך דער סיום שלהם, וואס דער סיום אין דער סדר המצוות איז, כלרוב מוני המצוות ככולם איז דא די מצוה פון ”ועתה כתבו לכם את התורה הזאת”.

7וואס דאס איז אויך בהמשך צו דערויף וואס ס'האט זיך גערעדט פאר דערויף, צו דער ספר תורה פאר בר-מצוה ובת-מצוה, וואס כל ספרי תורה הנכתבים זיינען דאך אלע פארבונדן מיטן ציווי פון דעם פסוק וואס דאס איז בסיום מנין המצות, פון ואתם ”כתבו לכם את התורה הזאת” און דערנאך זאל זיין,

8ללמדה זאל זיין דער ענין העשי,' ”גדול לימוד שמביא לידי מעשה” לימוד און דער למדה דער לימוד וואס דערנאך איז ער מביא 'לידי מעשה' לעת הדי התורה הזאת ס'איז דא אזוינע וואס רעכענען אויך דער ענין פון 'שם הוי'' גודל ב”שם הוי' אקרא הבו גודל” דער ענין פון ברכת התורה,

9וואס דאס איז דאך אבער אויך אן ענין אין 'לימוד התורה' וואס קומט לאחרי כתיבת הספר תורה, און דערנאך איז דאך דער עיקר, אז ב”שם הוי' עקראו הבו גודל” איז דאך דאס מערניט ווי לדעת מקצת מוני המצוות,

10און לדעת רובם ככולם, איז דער סיום פון די מצוות ווי זיי שטייען במנינם אין תורה, איז דאס די מצוה פון ”ועתה כתבו לכם דיבור השירה הזאת”,

11וכמדובר כמה פעמים אין דערויף איז דא א תמי' הכי גדולה.

12די תמי' הכי גדולה איז דאך א הלכה ברורה אין שולחן-ערוך, און פאר אין דערויף אין רמב ם, וברוב מוני המצוות, אז ס'איז א מצות-עשה מן התורה על כל אחד אדער ”על כל איש ואיש מישראל אויף לכתוב וספר התורה”,

13דערפאר וואס ס'שטייט ואתה כתבו לכם און די תורה איז אינה נכתבת מגילים.

14מגילות, און בפועל זעט מען ניט אז מ'זאל דאס מקיים זיין.

15ס'איז דאך דא דער המשך, ווי ער זאגט אין שולחן-ערוך והאידנא אז איצטער איז דאס דא דורך דערויף וואס ס'איז נא די ספרים חומש און משנה און גמרא וכו וואס פון דארטן לערנט מען למדה ו”לעשות את דברי התורה הזאת” איז דאך אויך אין דערויף ידועה איז דעת כמה,

16אז דאס איז א הוספה, ווי דער תש זאגט, אז ניט די מצות-עשה ”לכתוב את דברי השירה הזאת” איז בטל געווארן, נאר ס'איז אויך דא דער באידנא איז דער עיקר פון לימוד דארף זיין פון די ספרים, אבער די מצוה איז געבליבן בתקפה.

17אפילו לדעת השך וכו וואס מ'וויל זאגן, אז איצטער איז דער ענין פון לכתוב ספרים, חומש ומשנה וגמרא וכו זעט מען אויך ניט, אז מ'זאל אין דערויף מקפיט זיין,

18אז גלייך ווי ער ווערט חייו אין 'קיום המצוות' זאל ער קויפן, אדער מ'זאל אים שענקען, על כל פנים איז דאס דעמאלט איז דאס אבער ניט בשלימות, דארף ער קויפן אדער שרייבן אן ענין פון חומש, אדער פון משנה, אדער פון שעס וכו.'

19והפלא גדול עוד יותר, אז מ'האט געזען בא גדולי ישראל וואס האבן מקפיט געווען על קלה כבחמורה, און דאס האט בא זיי גאר קיין חידוש ניט געווען האט מען ניט געזען אז זיי זאלן מקפיט זיין בהקדם הכי אפשרי אין שרייבן א ספר-תורה, אפילו ניט זיך משתתף זיין אדער מגי' זיין אן אות אחד בתורה,

20ועל דרך זה אויך בהנוגע צו קויפן ספרים, אדער צו שרייבן ספרים, ווארום אז קיינער ספר ווערט ווייטער א שקלא וטריא צי דאס איז 'קיום המצוה' בשלימותה.

21די פלא איז נאך גדול, מ'געפינט בא גדולי ישראל, וואס האבן געמאכט א גאנצן פאראד, א חגיגה, ווען זיי האבן געשריבן א ספר-תורה און מסיים געווען בתרועה וכחצוצץ וקול שופר מיט א גאנצן שטורעם, ווען האבן זיי דאס אבער געמאכט?

22בשעת ס'איז שוין דורכגעגאנגען צענדליקער יארן נאך זייער בר-מצוה, מצד דעם ענין פון ואתם כתבו לכם און ווי דער פסוק אליין איז מבאר און מפורש, אז דאס איז נוגע צו 'קיום המצוות', אז דאס איז פארבונדן מיט ללמדה ער זאל וויסן זיין וואס ער דארף מקיים-זיין במצוות, וואס ווען ווערט ער אין דערויף מחוייב?

23ווערט ער מחוייב ווען ער ווערט א בר-מצוה אדער בת-מצוה, במילא איז ער מחוייב, אז צו דעמאלט זאל ער שוין האבן דעם ואתם ”כתבו לכם את השירה הזאת” ואדרבא, כדי אז בשעת ער וועט ווערן א בן י' ג' אדער בת-י' ב' זאלן זיי שוין וויסן, אז ס'איז א מעשה אשר יעשון ללמדיו דארפן זיי האבן פון וואנענט דאס צו לערנען,

24דארף שוין צו דעמאלט זיין פארטיק די ספר-תורה!

25איי וואס ער איז ניט מחוייב דעמאלט במצוות איז דאך ידוע אין דערויף בנוגע צו לימוד תורה לעכו מ, ווי איז דער דין בנוגע צו א גר צי מעג מען מיט אים לערנען די תרי' מצוות, נוסף אויף די ”שבעה מצוות דידהו” איז דאך לדעת כמה פוסקים מוז מען מיט זיי לערנען,

26אדער מ'האט קיין ברירה ניט, גלייך ווי ער ווערט נתגייר איז בא ברגע איז ער שוין מחוייב, און ווי מ'געפינט דאך דארט וואו מ'לערנט אפ הלכות גורות בעיקר פון מעשה נעמי ורות דערציילט דאך די מדרשי חזל,

27אז נעמי האט געלערנט מיט רות'ן די דינים פון ד' מצוות און דער חילוק שביניהם מיט כמה פרטי ענינים וואס זיי זיינען קיין שייכות ניט צו דעם ענין פון שבע מצוות בני-נח, און האט דאס מיט איר געלערנט קודם שנתגיירם.

28און נאך מערער דעמאלט האט זי זיך משתדל געווען, אז זי זאל זיך ניט מתגייר זיין, און האט גערעכנט ווי ס'איז משמע פון פשטות הכתובים, אז פונקט ווי זי האט דאס גע'פועל'ט בא ערפה אזוי וועט זי דאס פועל זיין בא ערפה שוועסטער, און אף על פי כן האט זי דאס שוין געלערנט,

29ווארום מ'האט קיין ברירה ניט, ולמדים אותו כלות ו”חמורות קודם שנתגייר”!

30וואס על דרך זה איז דאך אויך וואס מ'זאגט, אז חיוב הקטן 'בלימוד התורה' שרייבט דער רמב ם אן אנדער לשון, משיגדיל ניט ווען ער וועט ווערן בר-מצוה בנוגע צו 'לימוד התורה',

31ווי דער צמח צדק טייטשט דאס אפ אין פסקי דינים, אז 'לימוד התורה' איז לויט דעת הרמב ם, ווי משמע פון דעם דיוק הלשון איז ער מחוייב נאך איידער ער ווערט א בר-מצוה, א חידוש גדול ביותר, ווארום דאס איז א הכרח, גלייך ווי ער ווערט א בר-מצוה דארף ער שוין מקיים זיין א מצוה,

32יראת ה' אמונת ה' אחדת ה די אלע ”שש שרי מקלט תהיינו לכם”, ווי ער זאגט אין הקדמה פון ספר החינוך, וואס האדם מחוייב בהם 'בכל רגע' ורגע.

33גלייך פון דער ערשטער רגע ווי ער בעט א בר-מצוה.

34וכאמור, ”ידע אינש בנפשי” דער טאטע איז געווען א מדייק בקלה ובחמורה קיינמאל פון אים ניט געהערט, ניט נאר נאך בר-מצוה, יארן נאך בר-מצוה, וועגן דעם ענין אז איך זאל זיך משתתף זיין זיין אין א ספר-תורה, מגי' זיין התאחת וכיוצא בזה,

35ועד"ז געפינט מען דאך אויך די סיפורי רבותינו נשיאינו, און סיפורי אין גדולי ישראל בכלל, וואו זיי דערציילן וועגן דברי ימי חייהם געפינט מען ניט, אז זיי האבן מחנך געווען בניהם על כל פנים,

36אז מ'זאל זאגן כדעת הרוב אז דאס איז א מצות מצוה על האנשים, אז מ'זאל זיי מחנך זיין, אז גלייך ווי ער ווערט דרייצן יאר דארף ער שוין טראכטן וועגן דעם ענין פון ”קיום המצוה ועתה כתבו לכם”.

37וואס יש וואס ס'איז לכאורה דא אזוי וואס האבן געוואלט מטרז זיין אז מ'געפינט על דרך זה בהנוגע צו מצות מילה, וואס מצות מילה איז דאך גלייך ווי ער ווערט ”בן שמונת ימים” איז דאס דארף זיין ימול, און דערנאך ווען ער ווערט א בן י' גמול איז אט דעמאלט ווערט דאס מוטל עליו,

38איז דאך דא די ביידע פירושים עד דעמאלט, צי דאס איז מותר על הבן, וויבאלד ער איז א קטן האט מען דאס איבערגעגעבן דעם פאטער, אדער דאס איז מלכתחילה דעם פאטערס החיוב, אבער לאחרי כשנעשה בן יו ד ג' איז לכל איז דער דארף ער זיך אליין מאל זיין, ביז דעמאלט איז דאס ניט געווען מאיזו סיבה שתהי.'

39אף על פי כן פסק'נט אפ דער רמב אז דער חיוב קרות רחמנא ליצלן איז ער מחוייב איז ער מחוייב נאך כל משך ימי חייו, ווען איז דער חיוב קרות?

40ווען ער זעט ער קען דאס שוין ניט מקיים זיין.

41דאס האט אבער קיין שייכות ניט צו דער מצוה, ווארום די מצוה פון ואתם כתבו לכם שטייט בפירוש, אז דער תכלית בזה איז ללמדיו כדי ער זאל קענען מקיים זיין מצוות, און מצוות דארף ער מקיים זיין בכל יום 'ובכל רגע'.

42וואס ויש לומר בזה, מ'דארף דאך האבן א הסברה, נוסף על האמור, און מ'וועט דאס געלט זאגן בדרך ”קא סלקא דעתך”, אז אין דערויף איז גענוג אז ער וועט מגי' זיין אן אות בתורה, אפילו אינו מותר,

43וכמדובר כמה פעמים באריכות, אז ס'איז דא אין דערויף דער לשון וואס ער שטייט אין רמאו, איז דוקא אז ספר מותר דער האט מגי' געווען, דערנאך איז דא דער דין ביי אל תשכן בעליך אפילו ווי דאס איז לדעת כמה בני יונה וכמה גדולי הפוסקים, אז ער דארף דאס מגי' זיין, אפילו אז דערנאך ווייזט זיך ארויס,

44אז אין דארט איז ניטא קיין גרייז האט ער מקיים געווען און האט מבטל געווען דעם תשכון אהבה עולה בעליך ניט ווי לדעת הפוסקים, אז דאס איז דוקא ווען אל תשכון לאהבה ווען דאס איז א ספר מותר.

45איז דער זעלבער אבער בני יונה שרייבט, אז בנוגע צו ואתם כתבו לכם, אז ס'איז יוצא מיט א הגהה אות אחת איז דאס דוקא אויב דאס איז א ספר תורה מוטב,

46אבער דא כמה וואס משמע מלשונם, אנהויבנדיק פון דעם טור וכיוצא בזה, וואס ס'איז ניט זאגט דעם ווארט מוטב אז אפילו ווען דאס איז מגיע אין א ספר שאינה מוטב,

47אבער כאמור, מ'האט ניט געזען בא גדולי ישראל אפילו מקפידים ומחמירים בקלה כבחמורה, אז זיי זאלן מחנך זיין א זון גלייך ווי ער איז געווארן בר-מצוה זאל ער גלייך מגי' זיין א ספר-תורה.

48דערנאך קומט-צו, כאמור כמה פעמים, די קלאץ-קשיא, בשעת משה רבינו האט געזאגט דעם ואתם כתבו לכם ”את דברי השירה הזאת” איז דאך דאס געווען בשנת הארבעים, אין חודש אדר, קרוב לשבעה באדר,

49”אלה הדברים” האט ער געזאגט בראש חודש אדר, דערנאך איז דורכגעגאנגען כמה טעג, ביז וילך איז געווען בשבעה באדר, און דעמאלט איז געווען אדער בסמיכות לזה די מצוה, או אתם ”כתבו לכם את דברי השירה הזאת” איז דאס געווארן א מצוה חדשה,

50וואס האט דעמאלט געדארפט טרעפן געטאן ווערן?

51האבן אלע ששים ריבוא מישראל גדולים געדארפט לויפן און שרייבן א ספר-תורה, מ'געפינט ניט אין קיין ארט א רמז.

52פשוטם של ענינים איז א זאך וואס איז געווען אוממעגלעך, ווארום גלייך שבעה בדר איז דערנאך געווען דער רוביל משה און דערנאך איז געווען די הכנה צו מעובר זיין את הירדן,

53ס'איז ניט שייך קיין מציאות אז יעדערער זאל מקיים-זיין די מצוות-עשה מן התורה, ו אתם כתבו לכם במשך הזמן צווישן שבעה באדר אדער ששה באדר ביז אויף מארגן אדער ביז אויף איבערמארגן, אדער אפילו ביז עשירי בניסן, שעבר את הירדים, נוסף אויף דעם ענין וואס מ'האט געדארפט האבן דעם קלף כשר,

54און דיו כשר, און א ספר וואס ס'קען דער שרייבן מיטן גאנצן שטורעם ושטופ הכנה לזה, א דבר וואס בדרך הטבע איז די וועלט בלתי אפשר איז 'לא קיים'.

55די קשיא איז אבער מלכתחילה קיין קשיא ניט, ווארום ביז דעמאלט איז דאך אויך געווען דער ענין פון כתיבת התורה, און ס'איז געווען אויך דער ציווי ה”דברים שבכתב אין אתה רשעי לומרן בעל פה” איז שוין געזאגט געווארן בא מתן תורה, ווי ס'שטייט בפירוש אין תורה שבכתב אין ספר שמות,

56במילא, אז דעמאלט האט מען געהערט א מצוה פון משה רבינו, אדער א פסוק אין תורה פון משה רבינו, און משה רבינו האט דאס געזאגט אז דאס איז א חלק פון תורה שבכתב, ניט תורה בפירושה ניתנה, די פירושים וואס ער האט דערנאך געזאגט אויפן פסוק, ער האט געזאגט אז דאס איז תורה שבכתב,

57איז גלייך אויף דערויף חל געווען דער חיוב אז מ'מוז דאס פארשרייבן, ווארום אין ”אתה רשעי לומרם בעל פה” זיי דארפן דאך דערנאך חזר'ן די תורה וואס זיי הערן פון משה'ן,

58ביז וואנענט אז דאס וועט ווערן בא זיי ותימה בפיהם, האבן זיי דאס געמוזט פארשרייבן בהקדם הכי אפשרי, כדי זיי זאלן דאס קענען לערנען מן הכתב, במילא איז כל עניני תורה שבכתב ביז דעם פסוק ”ועתה כתבו לכם” איז שוין ביי זיי געווען אנגעשריבן וואס האט מען דעמאלט געדארפט מוסיף זיין?

59ערשט פון דעם פסוק ולהלן.

60וואס דאס איז געווען בגדר האפשרי מ'זאל דאס קענען מסיים זיין כל אחד ואחד, וויבאלד אז מ'האט דאס געדארפט מוסיף זיין די ספר-תורה וואס זיי האבן שוין געהאט בכתתיו בכתב,

61און געשריבן ווי דאס איז ווי דער אויבערשטער האט אנגעזאגט אז דאס זאל ווערן ”כתב לך את הדברים האלה” אין אן אופן אז אין ”אתה רשעי לאומרן בעל פה”.

62וואס על פי זה בלייבט דאך אבער נאך אלץ די קשיא העיקרית, וואס מ'זעט דאך ”מנהג ישראל בכל” הדורות, און מ'קען ניט וויסן און טראכטן, אפשר איז געווען אמאל א הנהגה אחרת,

63אבער ס'וואלט דאך אבער געווען, אויב ס'וואלט געווען א שינוי פסומי אדער ניט פסומי וואלט ערגעץ וואו געווען אנגעשריבן און דערציילט, אז דעמאלט האט מען אויפגעהערט, אדער דעמאלט האט מען אנגעהויבן, און ס'איז געווארן א שינוי ”בקיום מצות עשה” זו.

64לויט די לשונות פון דעם סימן אין שולחן ערוך אין ירודי וואו ס'רעדט זיך וועגן דער מצוה פון תתבו לכם ספר התורה, ונוסק להם ועל דרך זה איז רמב ”בם ונוסק אליו” איז משמע אז אין דערויף איז ניט געווען קיין שינו ג פתונים.

65וואס יש לומר בזה, על כל פנים אויף פארענטפערן א קשיא איז דאך ידוע דער חילוק אין דרכי הלימוד, אז אויף פרעגן א קשיא דארף מען האבן א סברא וואס זאל זיין אויסגעהאלטן מכל צד ופינה, ווארום אז ניט איז קיין קשיא ניט כדבעי,

66אויף פארענטפערן א תירוץ, ובלשון המשנה ”לקיים דברי חכמים” איז אפילו א סברא כל דהו וויבאלד אז דאס איז לקיים ”מנהג ישראל”, און ”מנהג ישראל” אפילו פון גדולי ישראל איז א סברא איזו שתהי' איז שוין כדאי.

67ובפרט נאך אז קרוב לומר אז דאס איז גאר א גוטע סברא וואס זי איז אויסגעהאלטן אויך.

68און דאס איז וואס מ'געפינט על דרך זה, בשעת מ'זאגט א סברא אין מי יאמר א סברא איז גענומען פון הלכה, און ס'האט א שייכות צו הלכה, און על יסוד זה פירט מען זיך איז די סברא איז דאס דא בהנוגע צו א צווייטער מצוה בתורה,

69און די הנהגה ווי דאס איז דארטן קען מען אפלערנען בהנוגע צו די הנהגה בספר תורה זה.

70וואס וואס איז די הסברה אין דעם ספר תורה?

71אז ס'איז דאך דא בכל הדורות איז געווען, פונקט ווי ס'איז געווען א ספר-תורה דיחיד אזוי איז געווען א ספר-תורה דרבים, ווי ס'איז משמע אויך פון לשון דיני המשנה און דיני הגמרא און דיני הפוסקים, ווי מ'זעט דאס אויך בפועל,

72ביז ווי ס'דערציילט אויך בהנוגע צו די ערשטע ספרי-תורה, איז געווען א ספר-תורה וואס משה רבינו האט געגעבן איין ספר-תורה אויף א גאנצן שבט איז געווען זיכער א ספר-תורה דרבים, צוזאמען דערמיט איז געווען דער ”ועתה כתבו לכם” מצוה ”על כל איש מישראל לכתוב” התורה איז זיכער געווען א ספר-תורה דיחיד,

73אויף א ספר-תורה דרבים איז בית-דין בעל-הבית, און בית-דין קען טאן מיט דעם ספר-תורה ווי בית-דין מתנה עליהם.

74בשעת דער בית דין איז מתנה אויף א ספר תורה דרבים, אז דאס זאל זיין א שייכות ”לכל יחיד ויחיד” פון אט דעם שבט איז אט דעמאלט ווערט דאס אינגאנצן דעם יחיד,

75דאס איז ניט דער פירוש אז דאס איז א ספר תורה דרבים וואס דער יחיד קען אהינצו לייענען בה וכו,' נאר ”לב בית דין מתנה עליהם” קען אויך מתנה זיין, אז דאס ווערט א נכסיו של ”כל יחיד ויחיד בפני עצמו”.

76אפילו שולל זיין דעם ענין אז דאס איז ניט דאס ווערט אן ענין פון שותפין, וואס לדעת כמה וכמה ולרוב הפוסקים קען מען ניט יוצא-זיין א ספר-תורה דשותפין די מצוה פון מצוה על כל איש לכתוב ספר-תורה,

77וויבאלד אבער אז בית-דין איז מתנה, און ס'איז ניטא קיין הגבלות וואס א לב בית-דין קען מתנה זיין, וויבאלד אז דאס איז בית-דין של ישראל על פי התורה, ביז ווי דאס ווערט דערנאך נמשך לכל בית-דין של שלשה,

78הסמוכים וואס האבן סמיכות און פסק'ענען שאלות כהלכה, קענען זיי מתנה זיין אויף נכסי ציבור, וואו זיי זיינען דער בית-דין ווי זיי געפינען פאר נויטיק לתקן ולשאפר און אויפטאן ענינים בתורה ומצוותי קען בית-דין מתנה זיין ניט נאר אן ענין של שותפות, נאר נאכמערער דאס ווערט א ספר-תורה דיחיד.

79וואס דאס פארענטפערט אויך, לכאורה מ'דארף דאך האבן אין דערויף אן ענין פון ללמדה זעט מען דאך אבער בפועל, א ”לב בית דין מתנה” אז יעדער יחיד האט די רשות הבית דין, ער זאל עולה לתורה זיין, און זיך משתמש זיין מיט אט דער ספר-תורה דרבים,

80און ער מאכט א ברכה לפני' ולאחרי' אלס א יחיד וואס ער איז מברך אויף די פסוקים אין תורה וואס מ'לייענט פאר אים.

81און תורה איז דאך ניט מגילות מגילות, גיט דאס אים בעה'שקייט אויף דער גאנצער תורה.

82איי ווערט דאך די שאלה, דאס געהערט דאך אבער צו דעם וואס איז עולה לפניו און עולה לאחריו צו אלע שבעה קרויים, און צו די קרויים וואס זיינען געווען מיט א וואך צוריק און מיט צוויי וואכן צוריק, אדער מיט צוויי טעג צוריק, ביום שני וחמישי איז דאס אבער קיין סתירה ניט, בשעת ”לב בית דין מתנה” קען ער אויסנעמען א תנאי,

83בשעת מ'גיט דער הית דעם סופר, שרייבן די ספר-תורה דרבים, אז ער זאל דאס שרייבן מלכתחילה לשם אין אזא אופן, אז כל יחיד ויחיד, ווען ער וועט דאס דארפן, ללמדה זאל דאס ווערן זיין ספר תורה דיחיד.

84דערנאך איז דאך דא אין דערויף די שאלה הידועה, אז וואו איז אבער דא דא דער ענין פון כתבו לכם?

85וכמבואר אין די שקלא-וטריא פון אחרונים אין דער מצוה, אז איינע פון די טעמים פארוואס א קונה ספר-תורה איז דאס ניט לדעת כמה כדבעי דערפאר וואס ער האט טאקע א ספר-תורה, ער האט אבער ניט מקיים-געווען דעם וכתבו, קען ער מקיים-זיין דעם ללמדה ער האט אבער ניט מקיים-געווען דעם כתבו לכם,

86על דרך זה לכאורה איז אויך ווען ער איז עולה לתורה איז ער מקיים דעם ללמדה וואו איז אבער דא דער קיום פון דעם כתבי לכם.

87וואס אט דא קומט-צו נאך אן ענין וואס איז גאר גענומען פון חושן משפט.

88ס'איז דא דער דין בהנוגע צו מיצרים פון עשדה.

89עשדה האט דאך גבולים ומיצרים, דערנאך קען זיין א מחלוקת צווישן איינעם מיט א צווייטן א חלק אין דעם שדה וואו ענדיקט זיך דער מיצר פון איינעם און ס'הויבט זיך אן דער מיצר פון א צווייטן.

90און דעמאלט איז דא כמה תנאים וענינים ווי אזוי איז דאס צו מברר זיין.

91איינע פון די בירורים איז, אז אויב דער וואס קומט ב טענה אז דער חלק השדה געהערט צו אים דערפאר וואס דער מיצר פון דער שדה געפינט זיך ווייטער, און ס'ווייזט זיך ארויס אז

92שטר בשעת ער האט געדארפט שרייבן סימנים פון א שדה, האט ער דערמאנט אין יענעם שטר, אז דעם מיצר פון דער שדה איז דאס לויט ווי דעם דעת התן כנגדו,

93איז אט דאס איז שוין מכיח, אז ער האט מודה-געווען, אז די מיצרים פון דעם שדה איז לויט ווי דעת התן כנגדו והראי ער האט אזוי געשריבן אין זיין שטר.

94ס'איז ”מנהג ישראל תורה” הוא, ובפרט בקשר צו בר-מצוה, אז בשעת ער ווערט א בר-מצוה איז ער עולה לתורה.

95בשעת ער איז עולה לתורה און מאכט א ברכה לפני' ולאחרי' זאגט ער עדות, אז דאס איז א ספר תורה כשרה, וואס דאס איז נאך מערער פון מגי' זיין.

96מגי' זיין איז ער מערניט ווי מגי ע, דא איז אבער ניטא דער ענין פון א ברכה לבטלה וואס לדעת כמה איז דאס א ”מצות מן התורה, לא תשא שם הוי' אלקיך” לשב ובפרט נאך וואס דאס איז ברכת התורה, וואס כאמור לעיל, לדעת כמה איז דאס א מצות עשה מן התורה, א ברכה מן התורה,

97און בקרוב, אדער ביום הברמצוה עצמו, אדער בקרוב לזה, איז ער עולה לתורה און מאכט א ברכה לפני' לאחרי,"' וואס דורך דערויף איז ער מאשר די מיצרים פון דער ספר-תורה, אז דאס איז א ספר-תורה כשרה, און מאשר ניט נאר במחשבה,

98ניט נאר בקני' בממון ער איז דאס מאשר במעשה זוטה, בהקימת שפתיו, על ידי דיבור, און הקימת שפתיו אין צוויי ברכות פארבונדן מיט ברכת התורה.

99וואס על פי זה ווערט פארענטפערט די אלע ענינים האמורים, און ביז וואנענט אז דאס ווערט אן ענין וואס ער איז מקיים א מצות-עשה מן התורה על פי המבואר לעיל.

100כמדובר לעיל, איז דאך דאס א חידוש גדול האט דער אויבערשטער געהאלפן און ס'איז דא דוגמתו אין מצות-עשה מן התורה, איינער פון די מצות-עשה מן התורה איז ”ולקחתם לכם ביום הראשון” די ד' מינים.

101זעט מען, אז ”מנהג ישראל בכל” מקום, אז נוסף וואס ס'איז דא יחידי וואס זיי האבן ד' מינים שלהם איז דא א ד' מינים של הקהל.

102ובזמן פון צר ומצוק פון גלות, איז ברוב עיירות ישראל איז געווען גאר דער רוב הציבור, מצד מעמד הכספי והגשמי והחומרי, האט מען געדארפט אנקומען צו ”לקחתם לכם” מיטן ד' מינים מיטן אסרוג ובולון די ד' מינים וואס קהל האט געקויפט.

103וואס ביום ראשון של סוכות איז דער דין, אז ס'דארף זיין ”ולקחתם לכם” ס'טאר ניט זיין של ציבור ס'טאר ניט זיין לרוב הפוסקים, לויט תוספות ”ולדעת הרוב הפוסקים, אפילו” ניט קיין אתרוג השותפים ביום ראשון טאר דאס ניט זיין אפילו קיין שאל,

104אפילו ער האט דאס אים געליען, אבער בדרך שאלה ניט בדרך מתנה איז אט דעמאלט איז ער ניט יוצא במצות-עשה.

105וואס פארענטפערט ער דעם, היתכן, אז מ'מאכט א ברכה און ס'איז א ”מנהג ישראל בכל” מקור, און ניט ס'טועט נאר אזוי צווישן גדולי ישראל איז ניט אלע האבן אויסגעפירט בפועל אויף האבן ד' מינים שלהם,

106כאמור, מפני עמיותא, און מ'האט געבענטשט מדעת הקהל.

107נאכמערער איז געווען גדולי ישראל, און ס'האבן אויסגעפירט ד' מינים שלהם, און דערנאך, מצד דערויף וואס קהל האט ניט געהאט קיין ד' מינים האט מען מזכה געווען ביום הראשון לכל אנשי הקהילה זיי זאלן בענטשן מיט זייער אתרוג ולולא, וואס ווי אזוי האט מען זיי מזכה געווען, ווי דער דין אין שולחן ערוך,

108אז וויבאלד ער גיט אים בענטשן איז דאס אליין איז א הוכחה, אז ער גיט אים אין אן אופן אז יענער מעג בענטשן, דאס הייסט ער גיט אים אפ א מתנה, איי וואס דאס איז ”על מנת להחזיר” איז דאס איז ניט מבטל די מתנה, דאס איז נאך אן ענין, אבער בשעת מעשה איז דאס שלכם, איז דאס ”לכם, ולקחתם לכם”.

109זעט מען ”בכל שנה ושנה”, אין א מצוה וואס זי איז בפשטות אנגענומען אין אופן הקיום שלה, אז מ'בענטשט מיט א ד' מינים של קהל ביום ראשון, בברכה, צוזאמען מיט שהחיינו און פארוואס טוט מען דאס?

110דערפאר וואס בשעת ער בענטשט האט דער קהל דאס אים אפגעגעבן דורך דעם שמש אדער דורכן גבי, וואס זייער תוקף נעמט זיך מצד ”שבעה טובה העיר” מצד דעם בית-דין, אז דאס זאל ווערן שלא לגמרי, אויף דער צייט ווען ער דארף בענטשן,

111דערנאך נעמט דאס א צווייטער, און בשעת ער בענטשט ווייס ער, ווארום ס'שטייט לעבן אים א צווייטער, אז נאך דערויף וועט דאס ווערן דעם צווייטנ'ס, אויך מיטן גאנצן שטורעם, און פאר אים איז דאס אויך געווען א צווייטנ'ס מיטן גאנצן שטורעם.

112מיט וואס ווערט דאס זיינע?

113דורך ”לב בית דין מתנה עליהם”, דערנאך מאכט ער די ברכה, און עס ווערט א 'קיום מצות' עשה מן התורה ”ביום הראשון, ולקחתם לכם ביום הראשון” די אלע ד' מינים.

114וואס על פי זה קומט אויס פארענטפערט דער כל ענין האמור, און דערביי איז אויך דער שעת הכושר צו דערמאנען נאכאמאל, בדוגמא ווי ס'האט זיך גערעדט בנוגע צו ספר-תורה, וואס איז מאחד כל ילדות ישראל פאר בר ובת מצוה,

115על דרך זה אויך ארויסברענגען דעם ”פדה בשלום” אז אלע אידן שטייען בשלום דורך ”דרכיה דרכי נועם וכל נשיבותי' שלום” וואס מ'האט אן אות אין דער תורה, איז ניט נאר דער פירוש אז מ'האט איין אות אין א ספר תורה דרבים אדער של 'כלל ישראל' אט דער איין אות אין תורה, בדוגמא פון מגי איין אות אין תורה,

116האט ער אויך די ספר-תורה אלס א ספר-תורה דיחיד, און ס'איז קי סתירה ניט ווארום לב בית-דין מתנה עליהם קען אויספירן אז דאס זאל ווערן א מציאות אמיתי שלו, און דערנאך א רגע לפני זה און א רגע לאחרי זה א מציאות אמיתית פון א צווייטן, בא יעדערן פון זיי אין ביידע אופנים,

117סיי אין אן אופן פון א ספר-תורה דיחיד, ואתם ”כתבו לכם את השירה הזאת” סיי די מצוה וואס מ'האט אין א ספר-תורה דרבים, וואס דאס איז א מצוה בפני עצמה דאס פאראיינציקט אלע אידן אין איין ספר-תורה.

118ניט ער האט א ספר-תורה פאר זיך, נאר דאס ווערט אן ענין כללי פון 'כלל ישראל'.

119און יהי רצון, אז פון דעם שלום וואס איז פארבונדן מיט וכל דרכי' שלום זאל דאס ארויס אויך אין פועל, אז יעדער איד זאל האבן אן אות אין איינע פון די ספרי-תורה הכלליים, וכמדובר, פונקט אזוי ווי בא משה רבינו, בשעת ס'איז געווען דעם ערשטן מאל דער ציווי ”ועתה כתבו לכם”, האט ער געגעבן יעדער שבט א באזונדער ספר-תורה,

120נוסף אויפן ספר-תורה הי"ג וואס דאס איז געווען בעזרה וכו ווי דער פירוש בזה איז, על דרך זה איז דאך אויך איצטער איז דאך דא שינוי נוסחאות בהנוגע צו צורת האותיות, שינוי נוסחאות בהנוגע צו חסר ויאתיר וכיוצא בזה,

121וואס מצד דערויף איז דאך יעדער האט דאך זיך זיין ספר-תורה, נעמען זיי דאך אבער אלע צוזאמען פון דער איין און איינציקער ספר-תורה הי' שכתב משה,

122און פון איר איז מען מגי' כל ספרי תורה שבעולם, און די אחדות אמיתי, דער שלום אמיתי, וואס ווערט דורך תורת שלום צווישן ”גדול השלום” דער בורך וואס דער ענין פון וישן לך שלום וואס דער אויבערשטער זאגט אויף יעדער אידן,

123אז הייסט ער כהנים אז זיי זאלן זיי בענטשן באהבה, וישן ”וישים לך שלום” ביז וואנענט אז דאס ווערט אויך דער סיום פון כל ששה סדרי משנה, דער ענין השלום, אויך דער סיום פון מסכתא ראשונה שבתורה שבעל פה,

124פון מסכתא ברכות, זאל דאס ברענגען כאמור לעיל צו ו”נתתי שלום בעולם” בגאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, ובמהרה בימינו ממש.

125לחיים.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions