English
ספרייה

transcript · אידיש

טקסט

25 סעיפים

טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.

1דער רבי האט אויך דערציילט, אז תקפו טס איז געווען א גרויסער פארברענגען יו ת' כסלו, וביחוד דערפאר וואס דאס איז דאך געקומען, די יו ת' כסלו פון תקפו חס איז דאך געווען א שווערער, ווארום ס'איז דאך געווען עטלעכע טעג נאך דער הסתלקות פון דעם מיטעלן רבי'ן,

2און דערפאר איז די יו ת' כסלו אויף איבעראייר אין תקפו טס איז געווען ביצר צאת וביצר און דעמאלט האט פארבראכט דער צמח צדק,

3און האט געזאגט און מבאר געווען דעם ענין און געזאגט, אז י' טס כסלו איז דאס דער ענין פון 'שמחת תורה', און האט אין דערויף מסביר געווען, אז ס'שטייט דאך אויף לעתיד לבוא אזוי איז דאך ”טעמי תורה לא נתגלו” און לעתיד לבוא איז ישקנים מנשיקות פיהו אז דער אויבערשטער וועט מגלה-זיין טעמי תורה,

4און ווי ער זאגט אויך אין מדרש שיר השירים, אז דאס איז דער ענין פון תורתו של משיח, וואס כל תורת ”האדם לומד בעולם הזה איז הבל הוא לגבי תורתו של משיח”, וועט דאך דאס נתגלה ווערן בביאת משיח, איז פונדעסטוועגן נאכאמאל, כמתן תורה וועט ניט זיין,

5ווארום בשעת מתן תורה איז געגעבן געווארן ניט נאר נגלה דתורה, נאר אויך 'פנימיות התורה', נאר דאס שטייט אין אן אופן פון העלם, און דעמאלט וועט דאס זיין בגילוי, און אין אזא מין אופן אז מ'וועט דאס לערנען על דרך ווי מ'לערנט איצטער נגלה דתורה, און דאס וועט מען לערנען אין אזא מין אופן אז ס'וועט קענען דערגיין ניט נאר צו גדולם נאר אויך צו קטנם אויך,

6וואס דערפאר זאגט ער דאך, אז ”כולם ידעו אותו למקטנם ויד גדולם”, ביז וואנענט אז ”לא ילמדו עוד איש את רעהו”.

7און פונדעסטוועגן איז דאס ניט מצריך נאכאמאל אן ענין פון מתן תורה, וואס ווייזט אויס, דאס איז ניטא אין דעם רבי'ס שיחה, אבער ווייזט אויס, אז דאס איז געווען דער מכוון שבזה אז דערפאר איז ניט קיין סתירה דער ענין פון מתן תורתנו זאגט מען מערניט ווי שבועות, אף על פי וואס 'שמחת תורה' איז דא צוויי מאל, אי 'שמחת תורה' פון שמיני עצרת,

8און דערנאך 'שמחת תורה' פון 'פנימיות התורה' בי'ט'כסלו, ווארום די אלע ענינים זיינען נכלל געווארן אין דעם איינציקן מתן תורה, וואס דעמאלט איז געגעבן געווארן די 'פנימיות התורה', צוזאמען מיט די נגלה דתורה,

9נאר דערנאך איז מזמן לזמן ווערט נתגלה נאך אן ענין מיט נאך אן ענין, ביז וואנענט אז אין יו ט' כסלו איז דאך דעמאלט געגעבן דער נתינת רשות מלמעלה אויף הפצת ”רזין דאורייתא ורזין” דרזין אין אן אופן אז דאס זאל זיין מובן אין חבד שבנפש, ביז אין 'שכל אנושי',

10וואס דאס איז דאך מעל דרך ווי מ'לערנט נגלה דתורה, וואס ענינו איז דאך אויף פארשטיין דאס בהבנה והשגה פון דעם 'שכל אנושי' אויך, וואס דאס איז דאך דער אויפטו די הדגשה פון תורת חב"ד ביחוד, אז מ'זאל דאס לערנען אין אן אופן פון 'הבנה והשגה'.

11דערפון איז אויך פארשטאנדיק, פארוואס פון די אלע ענינים פון די יומא דיפגרא, פון די חסידים, איז מיוחד דער ענין פון יט' כסלו, ביז וואנענט אפילו אין די תקופות וואס ס'איז געווען די התוועדות מערניט ווי אין זמנים מיוחדים ביותר, איז יט' כסלו געווען איינע פון די זמנים.

12על דרך ווי מ'האט פריער גערעדט, אז מצד דערויף וואס דאס איז אן ענין פון תורה ומצוות, איז אף על פי וואס מצד מעמד ומצב אויף כדור הארץ איז חלוקים אין שעות, איז דאך דאס ”כולם מתאחדים בענין אחד”, דערפאר וואס תורה ומצוות 'מצד עצמם' מצד שרשים ומקורים זיינען העכער פון 'זמן ומקום',

13וואס דאס איז דאך אויך דער ענין וואס מ'נעמט ארויס פון גהנים און פון גשם און פון מיצר ביז אין מרחב, וואס דאס איז העכער פון זמן, איז דארט איז ער העכער ניט נאר פון זמן פון שעות, נאר אויך העכער פון זמן פון כמה שנים.

14וואס מצד דערויף איז דאך פארשטאנדיק, על פי המבואר אין תניא, אז יעדער ענין איז פון א מצוה, וואס דאס טוט זיך אויף א יחוד למעלה, איז ווי ער זאגט אין תניא ”יחוד זה למעלה הוא נצחי לעולם ועד” אט אזוי איז אויך די התוועדות'ן פון יו טס כסלו במשך כל השנים שעברו פאר די מאה וששים שנה,

15איז דאך דאס נצחי לעולם ועד זיינען זיי דאך קיימים איצטער אויך, און בשעת ס'קומט די תקופת השנה, דער יום יו טס כסלו ”בכל שנה ושנה” ווערן זיי מתעורר בתוספת כח ובתוספת עוז, און זיי זיינען זיך מתאחד מיט דער התוועדות וואס מ'מאכט בשנה זו כל ההתוועדות'ן וואס ס'איז געווען בשנים שיבל,

16ביז די התוועדות ביז די שמחה וואס ס'איז געווען אין די שנת הגאולה הראשונה, וואס דעמאלט איז געווען דער ערשטער מאל דער חידוש וואס ס'איז ”פדה בשלום נפשו” פון רבינו נשיאינו, און דאס איז געווען אין אן אופן וואס ברבים היו עמדים, ווי ער זאגט אין ירושלמי,

17אז אפילו אנשי שלום האבן אויך מתפלל געווען אז דוד זאל מנצח זיין, און זיינען געווען דערנאך שמח ווען ער האט מנצח געווען, וואס דאס איז אין פשוט"ע אותיות גערעדט דאס הייסט, אז בא יעדער פארברענגען יט' כסלו פארברענגט מען מיט די אלע דורות וואס האבן פארבראכט ביז איצטער ”בכל שנה ושנה”,

18ביז דעם ערשטן יט' כסלו מיט הונדערט און זעכציק יאר צוריק, צוזאמען מיטן בעל השמחה.

19און דאס איז דאך על דרך ווי דער רבי האט דאך איבערגערעדט עטלעכע מאל, אז ”כל האימא שמוהו מפי אומרו” יהי כאילו בעל השמוע העומד לפניו, איז דאס אין דעם ענין וואס ס'איז בנוגע צו א ניגון מיט א סיפור מיט א תורה,

20איז דאס דער בעל השמוע עומד לפניו, און מ'איז זיך מיט אים מתוועד בשמחתו ומשתתף בשמחתו, וואס דורך דערויף נעמט ער ארויס מן הגהנים ומן הגשם ”ומן המיצר”,

21און שטעלט דאס אריבער אין רוח און אין מרחב, ביז אין 'מרחב העצמי', וואס דארט פאראיינציקט זיך דער גליא וששון שבנשמה, על ידי גליא וששון שבתורה, מיט די גליא'ן וששון דקוב ה, אז דאס אלץ ווערט 'כולא חד', ניט נאר אין ”עולם האחדות”, נאר ביז דא ”למטה מעשרה טפחים, אין” דעם עולם גשמי,

22אויף מאכן פון אים א דירה לו יתברך אז מ'זאל זען עצמות ומהות בגלוי, מיום תורתו של משיח, וואס דאס איז דאך דער טועמי החיים זכו ערב שבת לאחרי חצות, מיום אט דאס וואס ס'וועט זיין ”ביום שכולו שבת ומנוחה לחיי העולמים”, אז מ'זאל דאס האבן יעדערער לפי ענינו ומעמדו ומצבו במשך כל השנה,

23און נעמען דאס פון דעם ראש השנה לתורת החסידות ולדרכי החסידות, די כתיבה והחתימה על כל השנה כולה, אז מ'זאל שטיין מיטן בעל השמוע ביחד,

24על ידי לימוד תורתו והליכה בהדרכותיו והנהגותיו, און ווי ער זאגט אין אגרת הקודש, מסיים אויף דערויף ”נצח סלה ועד” וואס אויף דערויף זאגט דאך די גמרא אין עירוב אין ה”כל מקום שנאמר בו נצח סלה ועיד איז אין לו הפסק”.

25לחיים.

דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים