עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-ff7snt44

kind
paragraph
order
Y
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
נמצא כלל ארויס בפועל, און אזוי א איי עיר מציאות אינגאנצן זאל ווערן א מציאות פון תורה, ביז וואנענט אז תורה נקראת על שמו, און זאל זיין דורכגענומען מיט אהבת ה'ויראת ה וואס דאס איז ניט קיין סתירה כלל וכלל, ואדרבא דעמאלט ערשט ווערן ביידע זאכן אין תכלית השלימות און תכלית התמימות, אויך אין תורה עצמה דער ענין פון שמים שבתורה, וואס דאס איז די יראת השם און אהבת השם, וואס אויף דערויף בויט ער און הויבט אן לערנען תורה מתוך ביטול צו דעם אויבערשטן, צו נותן התורה, דערנאך דארף מען האבן די הארעוואניע אין דער סברא פארבונדן מיט זיין שכל גשמי, אין וועלכע ער דארף אויך פארשטאנדיק ווערן אויך פון זיין נפש הבהמית, וואס דאס איז דאך דער אופן פון לימוד התורה, דארף דאך זיין פארשטאנדיק אויך צו שכל, אויך פון זיין שכל אנושי, ניט נאר פון שכל פון נפש אלקית, ואדרבא ער דארף דאס פארשטיין ניט נאר מצד אמונה אליין, נאר ער דארף פארשטיין די סברות שכלית שבדבר, און ווען ער אויבערשטער איז מצליח און מ'פירט-אויס ביידע זאכן אין אן אופן וואס יעדערער פון זיי איז משלים די צווייטע, ביז אין אן אופן פון תמימות, און תורת הוי'תמימה גאר אינגאנצן, סיי מצד דעם שכל שבתורה סיי מצד ברכה בתורה תחילה, ווי חסידות טייטשט דאס אפ, אז מ'איז ממשיך אין דעם תורה וואס ער לערנט, אין דעם שכל שבזה, ממשיך פון ברכת התורה, וואס דארט רעדט זיך וועגן נותן התורה, און מ'זאגט דארטן אשר בחר בנו מכל העמים ונתן לנו את תורתו", א נתינה מתוך ידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה, וביחד עם זה אין א נתינה אין אזא אופן, אז מ'גיט יעדערן פון אייך, בתוך כל לומדי תורה, די יכולת און די הבנה והשגה פארשטיין תורה, ביז וואנענט אז מ'ווערט איין זאך מיט דעם שכל שבתורה,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions