Paragraph
Paragraph rh-fcqsahjk
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-8spsvgmy
- order
- X
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- אז יעדער איד ווערט בעל-הבית אויך אויף שבת, על אחת כמה וכמה אויף יום שכולו שבת ומנוחו לחיי העולמים, און מ'האט גלייך נאך דערויף דעם המשך, ניט ער דארף ווארטן א גאנצע מעת-לעת, נאר דאס קומט גלייך נאך דערויף דער המשך פון יום אחד, ווי דער לשון הכתוב, ווי ס'שטייט אויפן ערשטן טאג בשבוע, ובפרט אז ס'איז דאך דאס א שייכות צו ראש השנה, וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט ש שליש השנה דער מזמור פון יום אחד, וואס דאס איז דער יום ראשון, און דאס ווערט אנגערופן בשם שיר און גלייך נאך דערויף האט מען דעם יום השני, מחלוקת שהיא לשם שמים, וואס דאס איז דאך דער ענין פון שני, אז מ'האט סיי דעם ענין פון שמאו און סיי דער ענין פון הלל, און סיי דער ענין פון משה וואס איז זיי מחבר, וואס דערפאר איז דאך אויך משה הראשי-תיבות משה און שמאו און הלל, ועל דרך זה אויך אין די ראשי-תיבות'ן וואס איז נוגע במיוחד צו חסידי חב ד, און דורך זיי צו כלל ישראל בכל הדורות כולם, וואס מיד הן נגאלין, אז מיד איז דער ראשי-תיבות, ווי דערמאנט משה, און ישראל בעל שם טוב, און דוד מלכא משיחא, און דאס שטייט אין אן איין און איינציקן ווארט, אזוי קומען די אלע ענינים האמורים אין אן איין און איינציקע רגע, און די רגע איז תיכף למיד ממש,
- proofread
- 0