transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1און אזוי ווי ס'הויבט זיך דאך אן יו טעת כסלו, ולכל לראש איז דאך דא דער דברי הרב, און מיטן דיוק בלשון יחיד, אויף וואס מ'זאגט יעדערן, און יעדערער זאגט צו יעדערן און הערט פון יעדערן לשנה טובה בתורת החסידות, ובדרכי החסידות תכתב ותכתב.
¶2און יהי רצון, אז דאס איז דאך א וואונטש, אז דערנאך טוט זיכער יעדערער, כל התלוי בו, אז דאס זאל אראפקומען בדוגמא פון ראש-השנה בכלל, איז דאך די ראש-השנה שטייען ענינים בכללות, און דערנאך נעמט מען דאס פאנאנדער בכל יום ויום השייך ליום זה,
¶3על דרך זה פארשטאנדיק אויך בהנוגע צו ראש-השנה פון תורת החסידות ובדרכי החסידות.
¶4און וואס איז תורת החסידות און דרכה החסידות איז דאך דא א ריבוי ביאורים און ענינים פון נשיא דורנו, און אויך איבערגעזעצט בכמה לשונות, איז דאך דאס בהישג ”יד של כל אחד ואחד”,
¶5ובפרט אז אין דעמאלט האט מען דאך זיכער געלערנט כמה וכמה ענינים אין וועלכע ס'ווערט נתבאר אויך פרטים פון די ענינים, ווערט דאך דאס נאך לייכטער,
¶6דערנאך איז דאך דא הפצת המעיינות חוצה, איז דאך א זיכערע זאך אז ס'ליגט א חוף קדוש, אז ”איש את סחרוב יעזורו” אז יעדערער זאל ארויסהעלפן א צווייטן, אויב אים ווייזט זיך אויס אז ער קען אים מוסיף זיין א 'הבנה והשגה' ”אין חכמה בינה” דעת פון כל הענינים, און אויך אין די ענינים פארבונדן מיט יו ט כסלו בהתחלה,
¶7איז וועט ער דאך זיכער דאס טאן, ועל דרך זה אויך, אויב ער פילט אז ער דארף האבן אדער קען נוצן נאך א תוספת הסברה, וועט ער זיכער זיך ניט שעמען הביישן למד, און פרעגן בא וועמען ס'קער נאר זיין א מעגלעכקייט, אז ער קען באקומען דער הוספת ביאור בזה.
¶8און דערנאך דאס אין אן אופן אויף וואס זאל אראפקומען ביז אין א מעשה בפועל.
¶9ובהתחלה בזה איז דאך אויך ווי ס'איז דא אין צוזאמענהאנג מיט י' טס כסלו דער פתגם הידוע וואס נשיא דורנו האט פארשריבן און איבערגעגעבן בשם אביו, וואס ער איז געווען דער בן יחיד שלו וממלא מקומו,
¶10אז י' טס כסלו איז ניט נאר אן ענין אז דעמאלט איז מען בכל הענינים בעצמותם, נאר אויך אין זייער התפשטות וכו', און ווי ס'איז שוין אפגעדרוקט בדיוק דער לשון הרב אין די התחלה פון יום יום, וואס דאס איז דאך געדרוקט געווארן בחיי פון נשיא דורנו, און געווען נגד עיניו בפרטי פרטים שלו,
¶11של פון דעם ספרו, עאכו"כ די התחלה פון היום יום און דער אריינפירן, וואס דאס איז דאך אט דער פתגם פון דעם רבי'ן נשמתו עדן, אריבערגעגעבן דורך בני מעלה מקומי נשיא דורינו.
¶12וואס דאס איז דאך אויך בשעת מ'טראכט פון וואס קען מען אנהויבן דעם לערנען אין יו טס כסלו?
¶13איז דאך לכל לראש קומט דאך אן ענין שהזמן גרמא, און דער ענין שהזמן גרבן וואס דאס איז די הלכה פון דעם טאג, און אין וועלכן ס'ווערט נתבאר דער ענין פון דעם טאג אין אן אופן וואס ”תן לחכם ויחכם עוד”,
¶14נוסף אויף דברי הרב האט מען דאך אויף ארטיקע התחלה וואס ס'איז געדרוקט און ס'איז בהישג יד של כל אחד ואחת, סיי פון אנשים סיי פון נשים סיי פון טף.
¶15און ויהי רצון, אז מ'זינט דעמאלט איז שוין דורכגעגאנגען א ריבוי שנים אין וועלכע מ'האט ממלא געווען הוראות פון נשיא דורנו, אין וועלכע ער האט זיך כולל געווען די הוראות פון דעם אביו,
¶16וואס ער איז געווען זיין ממלא מקום, און דער דיוק ממלא מקום, ער האט אויסגעפילט דעם גאנצן ארט זיינעם, און במילא איז אויך פארשטאנדיק, אז דאס איז געווען על פי קדושה, במילא דארף דאך זיין מיט א הוספה, ביז א הוספה שלא בערך, האט מען אויך, בפרט נאך אז דער היום יום, איז 'בהשגחה פרטית' אויך אויסגעשטעלט אויף א 'שנה מעוברת',
¶17האט מען דאך אויך אויף כל השנה כולה, אויף יעדער טאג, א פתגם המתאים לו וואס איז געווען לעיני פון נשיא דורינו, און האט אויך געזען די פתגמים ווי זיי זיינען פארבונדן מיט דעם טאג המתאים לו, אף על פי וואס דעמאלט איז די טעג אין ימי השבוע געווען ניט אזוי ווי היינטיקן יאר,
¶18אבער בכל אופן קען מען דאך געפינען א התמה אדער א שייכות וכו והי רצון, אז מ'זאל אין דערויף זיך אריינלייגן וועט דאס אנקומען א שייך לייכטער ווי מ'שטעלט זיך פאר.
¶19און ס'וועט זיין היום יום, ווי נשיא דורנו האט דאס מסביר געווען, אז יעדער טאג זאל זיין א טאג ווי א טאג דארף זיין, במילא וועט דאך זיין זיכער אז יעדער איד און אלע אידן וועלן זיין בעים בימים, אז זיי זאלן קומען שטיין און קומען גאנצערהייט מיט אלע זייערע טעג,
¶20ווארום על ידי התשובה האט מען דאך זיכער משלים געווען, אויך פון לשון שלימות, די טעג וואס זיינען שוין דורכגעגאנגען פון דעם יאר, עאכו"כ דעם טאג, אנהויבנדיק פון ראש השנה, פון תורת החסידות און דרכיה, וואס דאס איז יט"ס כסלו, און הלוך והוסיף ואור,
¶21און איז זיכער, איז דער אויבערשטער ממלא זיין התלוי בו פון מדה כנגד מדה, אז מ'דארף גאר ניט אנקומען צו א הוספה, ס'איז גענוג ער וועט געבן מדה כנגד מדה וועט ער זיכער געבן, אז דער יום פון יו טס כסלו זאל זיין טאג אז מ'גייט ארויס פון מעשה, און מ'גייט אריין אין גאולה האמיתית והשלימה, וויבאלד אז אין דעמאלט איז שוין דורכגעגאנגען א ריבוי ימים,
¶22און עמדו הכן כ איז די אלע ענינים וואס מ'האט אויפגעטאן בינתיים איז דאך א זיכערע זאך, אז היום יום, אנהויבנדיק פון דעם טאג, פון דעם יום טס כסלו, שנת תשמוד ידיך דאל זיין תשמוד ידיך דער לוי גלות, און הויבט זיך גלייך אן די גאולה האמיתית והשלימה, און מ'איז הולך ומוסיף ואור מיום ליום, ביז אז מ'געפינט זיך אלע צוזאמען נאך אין טאג פון יום טס כסלו,
¶23אז דאס ווערט אויך די גאולה האמיתית והשלימה בפשטות, די גאולה פון דעם גלות אין אן אופן אז תיכף ומיד האט מען די גאולה האמיתית והשלימה בכל השלימות שלו, מיטן בית המקדש השלישי, וואס דערפאר איז מען דאס אויך מקשר מיט צדקה אין אן אופן שלשה פעמים, בדוגמא ווי ”פדה בשלום נפשי” אויך רעכנט ער דאך אויס דריי ענינים,
¶24פון ”פדה בשלום נפשי” און ורבים היו עמדי, און מקרב אלי כי ורבים היו עמדי און ווי ער טייטשט דאס אויך אפ אין גמרא, און דערמיט אין מסכתא ברכות,
¶25און דאס איז אויך די התחלה פון א ריבוי מאמרים פארבונדן מיט י ט' כסלו זאל דאס זיין בפשטות אז ”פדה ושלום נפשי מקרב אלי כי ורבים היו עמדי” תיכף ומיד ממש צו יעדערן פון אנשים און נשים אין טף,
¶26איז דאך גאולה האמיתית והשלימה, און די צדקה וואס מ'וועט איצטער טיילן בשליחות אויך א משולשת, כדי מ'זאל נאך מוסיף זיין חד וחד לפון שיעורי דילי זאל מען נאכמערער צוהאבן אז ס'זאל זיין בפשטות ובדיוק, ”לא ייכבום אפילו כהרף עין”, נאר תיכף ומיד גאולה האמיתית והשלימה מיטן בית המקדש השלישי,
¶27און נשיא דורנו בראשנו בפשטות ”למטה מעשרה טפחים”, און נשמות בגופים, און כל הנשמות פון כל הדורות, בפשטות, כאמור, 'בשמחה ובטוב' לבב.