עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

95 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1און נאך אן ענין וואס דער אלטער רבי איז מדגיש אין דער אגרת, וואס וויבאלד אז ס'קומט בהמשך מוז מען זאגן אז דאס האט אויך א קשר, און אט דאס איז וואס ער זאגט אז ס'איז געווען גלוי ”לעיני העמים” והשרים,

2און נאך פאר דערויף, אז דער ענין פון דעם נס איז דאס געווען הפלא והגדיל לעשות עמנו איז דאס געווען בכל הארץ.

3בפשטות איז דאך געווען דער מאסר פון די עמים והשרים, און אויך מפורסם געווארן בכל המדינה והמדינות, איז געווען דער הגדיל והפליא דערנאך אויך אין אן אופן אז ס'איז געווען דער יגיע חשכי אז די עמים ושרים און די ארץ אליין האט באפרייט,

4און ס'איז אדרבא ס'איז געווארן דער ”יתרון אור מן החושך” ו”יתרון החכמה מן הסכלות”.

5כאמור כמה פעמים, איז דאך יעדער ענין א הוראה, ובפרט לויט תורת הבעל שם טוב, אז יעדער ענין וואס א איד הערט אדער זעט, איז דאס ניט לבטלה חס ושלום,

6נאר אין דערויף איז דא א הוראה בעבודתו לקונו, על אחת כמה וכמה אין א בריוו פון א נשיא בישראל, וואס ער האט דאס מפרסם געווען און ס'איז נתפרסם געווארן לדורות, איז דאך זיכער אין דערויף א הוראה ב”עבודת האדם לקונו”,

7”אתם קרויים אדם” איז אט דא די הדגשה, וכאמור, ער חזר"ט איבער דריי מאל דער הגדיל והפליא אז דאס איז געווען 'בקרב הארץ', און אויך דערנאך וועגן העמים ועשרים וכו.'

8וואס בפשטות איז דאס, כאמור, פארבונדן אויך מיט א פסק-דין ברור אין תורה, אז פון א שליחות האדם בעולמו, וואס ”אני נבראתי לשמש את קוני” איז דער פסק-דין ברור אין הלכות מלכים פון דעם רמב אז א איד דארף טאן כל התלוי בו,

9אז כל העמים ועשרים און ”כל אפסי ארץ” צו וועלכע ער קען דערגרייכן זאלן זיך פירן ווי דער אויבערשטער וויל אין די שבע מצוות בני נח וכל המסתעף מהם,

10וואס דאס איז דאך ישובו של עולם ”לשבת יצרה”, און מיט דער הדגשה ווי דער רמב"ם ברענגט דארטן, אז זיי זאלן דאס טאן דערפאר וואס אזוי האט דאס אנגעזאגט דער אויבערשטער.

11ניט דערפאר וואס דאס איז א דבר שבשכל, און ער איז געקומען לידי החלטה אז אזוי דארף ער זיך פירן אט דעמאלט איז ער לא מחכמיהם ולא חסידי אומות העולם, ווי די אלע גירסות וואס ס'איז דארטן דא אין רמב"ם.

12דער ציווי איז, און דאס איז א ציווי בשעת מתן תורה בא מעמד הר סיני אז מ'דארף זען אז העמים והשרים און נפסי הארץ זאלן זיך פירן לויט די שבע מצוות בני נח,

13ובפרט נאך אז מ'זעט דאך בפועל אז דאס איז גאר נוגע צו מנוחת הנפש ומנוחת הגוף פון א אידן, אז ער זאל זיך קענען פירן אין קינד א תרי' מצוות ככל הדרות בשלימותו דארף ער דאך האבן מנוחת הגוף ומנוחת הנפש איז ווערט אין דערויף א סיוע גדול ועיקרי,

14בשעת די אומות צווישן וועלכע ער געפינט זיך, ביז כל העולם כולו פירן זיך לויט ווי דער אויבערשטער האט פאר זיי איינגעשטעלט און ארויסגעגעבן אין הוראות ברורות אויף וועלכע ”העולם עומד”, די ”לשבת יצרה” פון שבע מצוות בני נח וכל המסתער.

15וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק, אז דער יום וואס איז פארבונדן מיט זיין גאולה, איז אויך אז יום סגולה אויף מעורר זיין און טאן כל אחד לפי ענינו, על כל פנים בדיבור, און פועל זיין אז אויך אין די עמים סביבו, זאל אין עמים ושרים,

16ביז ”כל הארץ כולה”, זאל קומען אלץ מערער און נעענטער, ביז צו מקיים זיין כדרוש, די הנהגה מיוסדת על שבע מצוות בני נח.

17וואס לכל לראש איז דאס פארבונדן מיטן ענין השלום, היפך פון ”איש את רעהו חיים בלעו”, וואס אויף דערויף דארף מען דאך האבן און דאס איז פון תפקידים הראשיים פון א מלכות,

18וואס ”מוראה של מלכות” איז דאס שולל, און דאס ברענגט אויב די מלכות נוצט דאס אויס אז ס'זאל זיין דער היפך דערפון דער ענין השלום,

19און ביז ווי דאס גייט דאך דערנאך פאנאנדער אין שבע מצוות און אין כמה פרטים, שלשים מצוות, ביז נאכמער פרטים, ביז וואנענט אז ס'ווערט אויפגעבויט א סדר ומשתר, א הנהגה, א סדר מיוסד על הצדק והיושר, צדק ויושר מיוסדים,

20אויף תורת צדק און א טוב וישר פעלו אויף דעם אויבערשטן'ס תורה, אין וועלכע ס'איז אויך אנגעוויזן ווי אזוי ס'דארפן זיך פירן כל אומות העולם, און מ'האט דאס איבערגעגעבן דורך די ספרים, און דערנאך פון תורה שבכתב ביז דעם פסק דין אין רמב"ם, אין תורה שבעל פה, אז יעדער איד זאל טאן א תלוי בו.

21וכאמור אין א יום סגולה פארבונדן מיט דעם אגרת, איז אויך דער זמן אויף צו דערמאנען אויך אין דעם ענין.

22וואס דער ענין פון שלום איז דאך, כמדובר פארבונדן, אז וויבאלד אז ס'איז דא ”אין דיעותיהן שוות”, איז אויב ס'איז ניטא קיין זאך וואס זאל איינט-צוימען איז אט דעמאלט ”איש את רעהו חיים בלעו”

23ס'דארף אבער זיין טאקע ”מוראה של מלכות” דאס דארף אבער פועל זיין, אז ס'זאל זיין ניט נאר מצד מורה, נאר אז דערנאך זאל דאס אים דורכנעמען ביז וואנענט ער וועט ווערן און ס'וועט זיין די 'מצות הצדקה',

24וואס כדעת כמה פוסקים איז דאס אויך איינע פון די מצוות בני נח, אפילו לדעת הרמב"ם וכו איז בשעת ער זאגט אז רצתה בן נח לקבל עליו נאך א מצוה איז מקבל עליו שכר ברענגט ער גלייך די דוגמא 'מצות הצדקה',

25און לכל הדיעות איז דאך דער ענין הדינים איינע פון די פארבונדן מיט שבע מצוות בני נח, צי מ'רעכנט דאס יא צי מ'רעכנט דאס ניט, דערפאר וואס דאס איז ניט קיין לא-תעשה נאר א שקום ועשה כמבואר בארוכה אין די סוגיא אין סנהדרין.

26בהנוגע לעניננו, איז דאך דא די וועג אז ס'זאל זיך פירן בסדר ומשתת פון א צדק ויושר, דורך ”מוראה של מלכות”, אבער לולי זו איז ”איש את רעהו חיים בלעו”, און דערנאך איז דא, ווי אין בריאות הגוף, איז דאך דא צוויי וועגן אין באזארבן בריאות הגוף,

27אז בשעת ער איז רחמנא ליצלן א חלב וואס דעמאלט זוכט מען א רפואה און מ'היילט אים אויס, דערנאך איז דא א בעסערער וועג אין רפואות הגוף, אין בריאות הגוף, אז ס'זאל זיין מלכתחילה ”לא שמתי עליך” אז מ'פירט אים אין אזא הנהגה אז מלכתחילה איז ער אן איש בריא,

28און פירט זיך אין אן אופן בריא, מיוסד אויף דעם אויבערשטנ'ס אנווייזונגן אז ס'זאל זיין ”לשבת יצרה” ניט אין א הנהגה פון תוהו.

29וואס דעמאלט דארף מען ניט אנקומען צו מאורעה בגלוי ס'איז גענוג דער מאורעה אין דעם חינוך, אז מ'איז אים מחנך מלכתחילה אין אזא מין ”דרך טוב וישר”, אז מלכתחילה, ”חנוך לנער על פי דרכו” פון קטנות פון קינד ווייז אויף,

30באקומט ער אזא מין חינוך אז מלכתחילה לייגט זיך גאר ביי אים ניט אנדערש ווי צו פירן זיך אין אן אופן פון צדק ויושר.

31וכאמור, מלכתחילה ”לא שמעתי עליך”.

32וואס דאס איז, אנשטאט דערויף וואס מ'זוכט און מ'מאטערט זיך אויף געפינען גענוג געלט אויף אויסהאלטן בתי האסורים, די וואס דארפן דארטן זיצן זאלן ניט קענען מזיק זיין,

33אדער אויף אויסהאלטן א גאנצן שטורעם מיט גאנצע אלפים ורבבות פון שופטים, כדי זייער מורא זאל אפהאלטן פון ”איש את רעהו חיים בלעו”,

34ווען מ'לייגט אריין א טייל דערפון, אויף משלים זיין אז דער חינוך זאל זיין ניט נאר אויף געבן ידיעות די תלמידים ותלמידות, נאר דער עיקר אויף מחנך זיין זיי אז זיי זאלן זיין אין א צורת אדם, והנהגת בן אדם, און ניט אין א הנהגה פון ”שלי שלי ושלך שלי”,

35א הנהגה פון חיים בלעו אט דעמאלט וואלט מען מער מצליח געווען און ס'וואלט פארשפארט כמה אגמות-נפש, ווי מ'זעט דאס בפועל אין די ערטער אדער אין די שכונות וואס מ'האט זיך געפירט אין אזא מין אופן פון לייגן די הדגשה אויפן חינוך,

36אז ס'זאל זיין א חינוך הראוי לשמו, אז ער איז מחנך דעם תלמיד און תלמידה, אז זיי זאלן זיין מענטשן, ניט קיין מענטשן, א בעל חי הולך על שתים,

37אדער מיט א הנהגה פון ”פרא אדם פון ידו בכל ויד כל בו” איז אט דעמאלט האט מען מצליח געווען און מ'האט אויך איינגעשפארט אפילו אין געלט בפשטות.

38אפילו דארטן אבער זעט מען אז ס'פעלט א נקודה עיקרית בענין זה, וואס דא וועגן דעם ענין בכלל האט מען שוין גערעדט כמה פעמים, ס'איז אבער דא נאך א נקודה עיקרית בדבר.

39און וואס דאס איז אויך פארבונדן מיט שלום.

40בא יעדער מענטשן איז ”ידע אינש בנפשו”, אז פארוואס איז ביי אים העדר מנוחת הנפש, העדר השלום?

41דערפאר וואס ער איז פארבונדן מיט הנהגות הפכיות, ס'קומט די הנהגה פון שבת ויום-טוב אט דעמאלט איז ער אין א הנהגה טובה, און ער האט ניט קיין דאגות ובלבולים,

42ניטא קיין מציאות און אין א הכרח, ווי אים ווייזט זיך אויס פון השגת גבול, גניבה וגזילה וכיוצא בזה, ווארום ”כל מלאכתך עשוי” בשעת ס'קומט אבער 'ימות החול' און ”עובדין דחול” איז אט דעמאלט ווייזט זיך אים אויס,

43אז ווי אזוי קען ער פארדינען פרנסתו ווען ער וועט אנרירן פרנסת חבירו, ועל דרך זה אין כמה וכמה ענינים וואס אין כאן המקום לפורתא.

44דערנאך, אז ער קומט צו א יום מנוחה ממלאכתו אט דעמאלט דארף ער צו די אלע זאכן ניט אנקומען, כאפט ער זיך אז ביי אים דארף זיין א הנהגה הפכית, ביז ”ואהבת לרעך כמוך” ממש איז ביי אים גופא אין דעות אין שוות, און דאס שטייט אין אן אופן מקרב לי אז ס'האט א מלחמה איין הנהגה מיט דער צווייטער הנהגה, און

45דעמאלט דארף ער האבן א השתדלות מיוחדה, אז די מלחמה זאל זיין אין אן אופן פון ”פדה בשלום נפשי” על דרך זה אויך אין חינוך פון תלמידים ותלמידות,

46נוסף על הענין אז ס'מוז זיין דער דגוש אז מ'דארף מחנך זיין ”אין מדות שבין אדם לחבירו און אין מדות שבין אדם למקום”, אין אמונת ה וואס דוקא דעמאלט האלטן דאך דער גאנצער ענין החינוך על יסודו, און ס'ווערט א דבר וואס א פעולה נמשכת בלשון ההלכה,

47און ערשט דערנאך זאל קומען די הדגשה אויף געבן אים ידיעת הצריכות איז אויך דא די זאך וואס בתי ספר לאזן דאס אינגאנצן ניט סמין לב לזה, און דאס איז, אז דער תלמיד און די תלמידה געפינט זיך אין די כותלי בית הספר אדער בית החינוך, צי ביי אידן צי ביי ניט-אידן, בא יעדערן לפי ענינו,

48א חלק מסויים מהיום.

49ער געפינט זיך דארט עטלעכע שעה, מערער אדער ווייניקער, דערנאך גייט ער אריבער אין אן אנדער סביבה, אדער אין רחוב אדער בביתו, וואס אט דעמאלט האט ער ניט אט די השגחה מיט דעם חינוך און מיט דעם לימוד וואס ער באקומט אין בית ספר,

50אפילו ווען דער בית ספר איז בתכלית השלימות איז ביז איצטער ניט געווען אריינגעשטעלט אז לכל לראש איז אין חיוב פון א בית ספר אויף אויסהאדעווען, מחנך זיין, ניט אזוי א למדן אין ידיעות ווי א בעל מדות טובות און מיט א דעות ישרות,

51איז נאך לגמרי ניט געווען אט די נקודה, אז דער חיוב גמור פון א בית חינוך איז, וכאמור, קיין נפקא מינה ניט, אפילו ביי ניט-אידן אויך אזוי,

52אז זיי דארפן באווארענען, אז ביי שעות וואס דער תלמיד אדער די תלמידה געפינט זיך מחוץ לכותלי בית הספר, אדער מחוץ להשגחת

53אנשי בית הספר זאל ער דעמאלט ניט שטיין אין א מלחמה מיט די ענינים טובים וועלכע מ'האט אים געלערנט און צו וועלכע מ'האט אים מחנך געווען בשעת ער איז אין בית הספר.

54לכאורה מ'וועט פרעגן ביי די מורים און די מורות און מדריכים ומדריכות, וועלן זיי זאגן אז זיי דארפן האבן צייט אויף צוגרייטן זיך צו די לימודים, אויף מארגן אינדערפרי אדער אויף מארגן בייטאג?

55דאס איז אבער ניט קיין ענטפער פאר דער הנהלת בית הספר, אויב דאס איז א בית הספר הראוי לשמו, וואס הראוי לשמו איז, אז מ'לערנט אים אין אזא אופן דעם ספר אז ער זאל ווערן א לעבעדיקע דוגמא צו די ענינים וואס שטייט אין א ”ספר הישר”,

56איז דאס דער ערשטער חוב, צוזאמען דערמיט אויך דער זכות פון הנהלת בית הספר וואס דאס איז בית החינוך מחנך זיין אין אזא מין אופן, אז ס'זאל זיין מחשבתו עליהם, און די מחשבה זאל פועל זיין אין מעשים מסויימים,

57אז אפילו אין די שעות וואס ער געפינט זיך מחוץ לכותלו בית הספר באווארנט די הנהלת בית הספר באופן המתאים, אז ער זאל האבן א חינוך און א השפעה און א לימוד, בדרך הצדק והיושר.

58וואס ערשט דעמאלט איז ער ממלא תפקידו, און דעמאלט פארמייט ער אז ס'זאל ניט זיין קיין מלחמה בא א תלמיד און די תלמידה צווישן די ענינים ווי מ'האט אים מחנך געווען אין בית החינוך ובית הספר,

59מיט די השפעות וואס ער באקומט בביתו אדער ברחוב אדער בשער סביבה אין וועלכע ער געפינט זיך, און דערנאך דארף מען זוכן עצות ווער ס'וועט נצח זיין אין דער מלחמה,

60איז די עצה בזה איז אז ”פדה בשלום נפשי מקרב לי כי ורבים היו עמדי”, אז מ'באווארנט מלכתחילה, ווי דער מיטעלער רבי טייטשט דעם פסוק, אז מ'קומט מלכתחילה ניט לידי מלחמה, ווארום דער בית החינוך שטעלט זיך איין אין אזא אופן,

61אז השגחתו עליהם, אויך אין די שעות וואס די קינדער, תלמידי ותלמידות זיינען מחוץ לבית הספר, אז אויך דעמאלט זאלן זיי זיין אין דעם זעלבן חינוך און די זעלבע השפעה ווי בשעת זיי זיינען אין דער ישיבה אדער אין דער תלמוד תורה אדער אין א בית הספר ווי ער זאל ניט אנגערופן ווערן,

62וואס ער קען האבן אט דעם נאמען אויב ער פירט זיך לויט ”ספר הישר”, ער פילט די תלמידים ותלמידות באופן הישר אין דרך הישר.

63וואס אמאל איז געווען די כמה וכמה פעולות וואס מ'פלעגט מארגן זיין, צוזאמענקלייבן קינדער, אז אויך בשעות מחוץ לשעות בית הספר זאלן זיי זיך צוזאמענקלייבן און טאן פעולות,

64ווי יעדער א צעור איז דאך פארבונדן און קאכט זיך, אויב ער קען טאן א פעולה בפועל, און מ'האט דאס אריינגעשטעלט אין סדר היום, אז בכל יום מוז ער האבן מעשים טובים, און פארצייכענען זיי אז בשעות וואס ער איז מחוץ לבית הספר, האט ער געהאט די מעשים טובים.

65און ווי דער רמב"ם זאגט, די טענה הידועה, אז שלא לשמה וכו' זאגט דער רמב"ם בארוכה אין פירוש המשניות אין ”סנהדרין פרק חלק”, אז דאס איז דער אופן ווי אזוי מ'איז מחנך קינדער ס'זאל זיין שלא לשמה,

66אבי זאלן זיך פירן אין אזא מין אופן ביז וואנענט דאס וועט ווערן ביי אים א הרגל, דורך דערויף וואס מ'וועט פארשרייבן, און דערנאך וועט מען ביי אים מאנען, און מ'וועט מאכן א התחרות צווישן אים און א צווייטן,

67ביז וואנענט, כאמור, יעדער ענין איז פארבונדן מיט פרשת השבוע און פון שיעור חומש פון דעם טאג, זאגן חז"ל בהנוגע צו ראובן, וואס ראובן איז געווען בכור ישראל, אויפן פסוק פון דעם שיעור פון יום השלישי שהוכפל בו כי טוב,

68אז אי להי' יודע ראובן אז דער אויבערשטער וועט אריינשרייבן בתורתו להצילו מיד אחיו וואלט ער גאר געטאן באופן אחר.

69וואס עד"ז בהנוגע לעניננו.

70וכמדובר כמה פעמים, איז אפילו די וואס זוכן געלט אויף חינוך, סיי בא אידן סיי בא ניט אידן, איז לגמרי פארגעסן געווארן, אז אנשטאט דעם אז מ'זאל דאכן ווארטן ביז וואנענט די תלמידה וועט ווערן בלשון המדינה א טינעיידזשער לאחרי וואס ער האט שוין באקומען דעם חינוך שאינוי רצוא,

71און דעמאלט זוכן פאר אים א התעסקות, ווארום לולא זאת וועט ער חרוב מאכן די סביבה מיט די שכונה און מיט די אייגענע הויז, ולכל לראש זיך אליין,

72אז במקום זה, ווען מ'זוכט געלט, און זיכער קען מען געפינען געלט אויף דערויף במכל שכן וקל וחומר, אז בשעת זיי זיינען נאך געווען, איידער ס'איז געקומען אט דער גיל, און זיינען געגאנגען אין בית ספר, אבער אין בית ספר זיינען געווען א מספר מצומצום בשעת היום, און דערנאך האט מען זיי איבערגעלאזט לנפשם,

73האט מען געזוכט וועגן, און זיכער איז דא כמה וכמה דרכים, ווארום ”לא לתוהו בראו אלא לשבת יצרה”, ווי אזוי צו פארנעמען קינדער, תלמידים ותלמידות, אין שאר שעות היום,

74אין ענינים טובים ומעילים, וואלט דערנאך געווען ”גם כי יזקין” אפילו ווען זיי וועלן עלטער ווערן, וועט מען ניט דארפן זוכן פאר זיי א פרייער צעל אין בית האסורים וואו זיי אריינצושפארן ווארום ער איז געווארן א מזיק,

75אפילו ניט דארפן באווארענען ער זאל ניט ווערן קיין מזיק דוקא דורך געפינען א דזשאב, אז ניט איז ווערט ער א דבר וואס קען ווערן, קרוב לודאי, א דבר המזיק.

76וואס דאס איז אויך די נקודה הנה חדשה, אז מ'זאל זיך איינשטעלן און אריינשטעלן כל אחד טאן בזה, אז מ'זאל צוריק איינשטעלן דעם סדר וואס איז געווען אמאל, וכמדובר כמה פעמים, מ'פרעגט דאך ”מנאה הני מילי”?

77דערציילט די גמרא אויף רבא בר שילת, אז ער איז געווען א 'מלמד תינוקות' געווען א מלמד, דערנאך האט מען אים געטראפן און געפונען אז ער געפינט זיך גאר במקומו, ניט אין חדר,

78האט מען ביי אים געפרעגט, היתכן, ”מלאכת הוי'” וכו' וכו' וגומר?

79האט ער געענטפערט דעיתי הוא עליהו.

80בשעת ער געפינט זיך לאחרי הפסק כמה שנים איז ער געקומען אויף א וויילע א הור, איז זייענדיק דעמאלט האט ער בדעתו איז געווען עליהו האט ער געטראכט וואס טוט זיך מיט זיינע תלמידים און זיכער האט ער ניט געטראכט אז ס'זאל בלייבן אין אן אופן די תלמידים זאלן גארנישט ניט האבן דערפון,

81איז דאס ניט קיין ענטפער אויף ”עושה, מלאכת הוי'” דארף זיין כדבעי, האט דאס ביי אים געבראכט צו אזעלכע פעולות, וויבאלד אז דעיתי הוא עלי הוא, אז אויך דעמאלט זאלן די תלמידים, ווען ער איז ניט אין חדר אדער ווען זיי זיינען ניט אין חדר, פירן זיך אין אזא מין אופן, בשעת ווי רבו ברשילת געפינט זיך צוזאמען מיט די תלמידים.

82און מיט וואס איז דאס געווען פארבונדן איז דאך ידוע דער ראשי-תיבות וואס שטייט אין ספרים רבו איז פארשטאנדיק די שייכות דערפאר וואס ער איז געווען א מלמד,

83רב לתלמידיו. וואס איז דא די שייכות ברשילת?

84איז דאס על דרך ווי מ'זאגט בן-חורין, וואס ס'איז ניט דער טייטש ער איז א זון און זיין פאטער איז געווען א בן-חור נאר ער אליין איז א חורין, ווערט ער אנגערופן ”בן חורין רבא” איז געווען אזא מין איד, אזא מין מלמד, אזא מין רבא, וואס ער איז געווען דער בת,

85ער איז געווען אינגאנצן דורכגענומען מיט ”שויתי ה' לנגדי תמיד”, וואס דאס איז דער ראשי-תיבות שילת, אזוי שטייט אין ספרים.

86בשעת ”שויתי ה' לנגדי תמיד”, איז אז ס'קומט צו מלכת השם איז האט ער דאס א שם לנגדי תמיד, איז וואו ער זאל זיך ניט געפינען איז תיהו עליהו האט ער צוטאן מיט דעם מלכת השם.

87און וויבאלד אז מ'מאנט דאס ביי א אידן, און מ'מאנט דאס ביי א מחנך, איז א סימן, וויבאלד ”אינו מבקש אלא לפי” כוחו אז ס'איז א זיכערע זאך אז מ'גיט אים די כוחות ער זאל דאס קענען אויספירן,

88וכאמור, אויב ס'איז ניטא אויף דערויף קיין צייט קיין כוחות בא דעם מורא אדער בא די אמורה, בא דעם מדריך אדער בא די מדריכה איז לכל הדיעות מובן וגם פשוט, אז דאס איז די ערשטע אחריות פון דעתי' עלי ה פון הנהלה פון יעדער ישיבה און תלמוד-תורה און בית-חינוך, איזה שיהיה,

89באווארענען אין ווי די קינדער, וואו זיי געפינען זיך ווען זיי זיינען ניט אין כתלו בית החינוך, וואס פאר א השפעה זיי האבן דעמאלט, און פון דעתי עלי זאל אראפקומען ”אין המעשה הוא” העיקר באווארענען במעשה בפועל, אז דעמאלט זאל זיין יענע שעות, א המשך פון שעות אין חינוך הכשר,

90וואס דעמאלט שטעלט מען אויף א דור ישרים יבירך, ווארום מ'האדעוועט זיי אויף א ”ספר הישר”, ועל דרך זה ביי אומות העולם, ”חסידי אומות העולם, וואס יש להם חלק לעולם הבא”, ווי דער פסק-דין אין רמב"ם וכו.'

91וואס דעמאלט ווערט אויך די גאנצע סביבה א הכנה קרובה צו דעם ”לתקן עולם במלכות שד-י” וואס דעמאלט וועט דאך זיין דער אהפוך אל כל העמים כולם ”שכם אחד, שפה ברולה” לעבדו כולם שכם אחד,

92וואס די הכנה לזה איז אויף להעיר דעם ”החושך יכסה ארץ וערפל לאומי” דורך אריינברענגען דעם קיום פון שבע מצוות בני נח, דורך א יעדערער וואס קען אין דערויף משפיע זיין באופן ישר אדער בעקיפם וכו.'

93און ויהי רצון, אז תרבה החכמה והדעת ”בלשון הרמב"ם בכל העולם כולו”, ובקרוב ממש וועט מען זוכה זיין לקיום היעוד פון אהפוך כל העמים כולם ”שפה ברורה לעבדו כולם שכם אחד”,

94אז ס'וועט זיין כשם שאני נכתב כך אני נקרא בכל העולם כולו, אז 'שם אחד' 'ושמו אחד', במהרה בימינו ממש, ”למטה מעשרה טפחים”, ומתוך שמחה וטוב לבב.

95לחיים.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions