עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-far1dwrh

kind
paragraph
order
Ls
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
אויך כולל דעם כח הבלי גבול, און אט דעמאלט פארקערט ס'איז גאט דער חידוש אין דעם כח הגבול, כמדובר כמה פעמים. וואס דאס איז אויך די הסברה, אז לאחרי כל ההפלאות האמורות זאגט מען, אז ס'דארף זיין סעודת יום-טוב, און סעודת יום-טוב איז דוקא פארבונדן מיט אן ענין פון יין טוב און יין ישן, ועל דרך זה בשר שמן, און מ'פארבינדט דאס נאך, אז דאס איז פארבונדן מיט די סעודת רבייתן ושור הבר, וואס מ'וועט האבן תיכף ומיד ממש, וויבאלד אז ס'קומט גלייך די גאולה האמיתית והשלימה. איז דאך אויך רגיל אויף פארבינדן דאס מיטן אושפיז, ובפרט אז דאס איז דער אושפיז פון יום השביעי, און וואס איז כולל כל האושפיזין שלפני זה, נוסף אז מ'זאגט דאך בא יעדער אושפיז פריער דעם נאמען פון דעם אושפיז, און דערנאך זאגט פון הוא דעמו די אלע איבעריקע אושפיזין, סיי די וואס אויסגערעכנט אין זהר סיי די חסיד'ישע אושפיזין, ווי אויסגערעכנט על ידי נשיא דורנו דעם רבי'ן דעם שווער, וואס שמיני עצרת איז דאך אויף דערויף שטייט ניט דער לשון פון אושפיז דערפאר וואס דאס ווערט דאך אן ענין פון א בעל הבית, און אונזער דור, וואס דאס איז דער לעצטער דור פון גלות,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions