פסקה
פסקה rh-f9dah25w
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-5g34hcwp
- order
- HM
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ווי מ'זעט דאס אויך אין דער זמן פון סדר און די התחלה פון סדר, אז גלייך התחלה הויבט זיך אן נאך דערויף ווי מ'לאדט-איין אלע קינדער ארום זיך, און אלע עלטערער ארום זיך, און מ'זעט זיך אלע אויס ביים זעלבן טיש, אט דעמאלט הויבן אן די קינדער, זיי הויבן אן צו רעדן, און הויבן אן צו רעדן, אז מ'זאל וויסן זיין, אז ס'איז דא א גאנצער יאר, מ'דארף אבער וויסן זיין, אז איצטער קומט א ספעציעלע צייט וואס נשתנה הלילה הזה מכל הלבות און פארשידן ארטיק, אין פיר פארשידענע זאכן מיט די אלע רמזים וואס אין דערויף איז, און דאס ווערט דערנאך פון דער ערשטער נאכט פון פסח ניט גענומען אויפן גאנצן יאר, און דעם גאנצן יאר איז דאס ניכר, אז דאס איז אונטער דער השפעה וואס די קינדער האבן נאכמער צוגעגעבן, נאך מערער וויפל די פא טערס מיט די מוטערס מיט די באבעס מיט די זיידעס האבן געטאן, האבן די קינדער נאכמער צוגעגעבן, און גלייך ביים אנהויבס, און גלייך מיט א לעבעדיקייט און מיט א פריילעכקייט און מיט א חיות, און אין אן אופן אז דאס איז דערנאך באאינפלוסט דעם גאנצן מהלך, דעם גאנצן רעדן און די פארענטפערן פון דער הגדה מיטן סדר,
- proofread
- 0