עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

127 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1צום אלעם ערשטן איז דאך ”פותחין בברכה” אויף אפדאנקען אט די אלע וואס האבן געוואונט שוין אלע גוטע זאכן, אין צוזאמענהאנג מיט פארשידענע געלעגנהייטן, ובמיוחד אין צוזאמענהאנג מיט דערמיט וואס זיי זיינען דא די שלוחים און זיי האבן אין זיך אויך געבראכט, כמה מהם, בריוו פון אנדערע אידן, וואס זיי האבן ניט געקענט אליין קומען, האבן דורך זיי איבערגעגעבן,

2אז ”כל המברך מתברך” בברכתו של הקב"ה, וואס זי איז ”תוספתיו מרובה על העיקר”, און זאל זיין בתוקף ומיד ממש, בטוב הנראה והנגלה בכל המצטרך, און נאך מערער וויפל זיי וואינטשן זיך אליין, כמוזכר ומדובר לעיל, מידו ”המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה”.

3דערביי דארף מען אויך גלייך באווארענען וועגן א מנהג משונה וואס איז געווארן, אז מ'האט זיך איינגערעדט, אז יעדערער, ווער ס'זאל ניט זיין און וועגן וואס ס'זאל ניט זיין און ווי ס'זאל ניט זיין זיין מעמד ומצב, איז צום אלעם ערשטן דארף ער זיך משתדל זיין שרייבן איר בריוו לך, און וואס מערער בריוו לך ”כל המרבה הרי זה משובח”.

4און מ'זעט, אז א מענטש כמה מהם מאטערן זיך אויף געפינען זאכן וועגן וואס צו שרייבן, און ווייזט אויס, אז אזוי ווי ער האט זיי איינגערעדט, אז אין וואס באשטייט א פארבונדנהייט צווישן איין שווער-שחסיד מיט א צווייטן שווער-שחסיד וכיוצא בזה?

5איז דאס דוקא דורך דעם אז ער וועט אים שרייבן וועגן אלע-ערליי זאכן וועגן וואס נאר ער קען שרייבן, וכל המאריך הרי זה משובח, און דערנאך גלייך פארלאנגען אז ס'איז ביי אים א זיכערע זאך אז ס'איז גאר ניט שייך טראכטן אנדערש,

6אז ס'איז גאר קיין ספק ניט אז מ'וועט אפלעגן אלע איבעריקע זאכן אן א זייט, און מ'וועט אים ענטפערן בפרטיות הכי גדולה אויף כל הענינים וועגן וועלכע ער שרייבט.

7איז צום אלעם ערשטן ווערט דער פשוט א שאלה, ס'איז דא א דין אין שולחן ערוך אויף וויפל מ'דארף זיין אפגעהיט אויף אויסנוצן די צייט אויף וואס מ'דארף איר אויסנוצן, און ניט אויף ענינים בטלים.

8ענינים בטלים איז ניט דער טייטש, אז דאס איז א דבר העשו, על אחת כמה וכמה אז ס'איז ניט א זאך וואס איז ניט שייך צו קיין ברכה, אדער א היפך פון א ברכה דברים בטלים איז דער טייטש, ווי דער פשוט'ער אפטייטשט,

9אז דאס איז א זאך וואס לולי ווען ס'וואלט ניט געווען א ענין משונה וואלט דאס ביי אים אינגאנצן ניט געווען בסדר חייו, אזוי ווי מ'האט אים איינגערעגט, אז ווי אזוי ווערט ער פארבונדן מיט א צווייטן אידן, איז דאס דוקא דארף ער ווען שרייבן וואס מער אריכות און וואס מער פרטים וכו' וכו,' און דערנאך זעט ער נאך, אז א צווייטער טוט אויך אזוי, איז דאך א סימן אז דאס איז גאר א מנהג,

10וואס דאס איז גאר א מקובל מדורי דורות, איז דאס קיינמ� אפילו ניט געווען מקובל בדורנו זה, און וואס נאכמערער דאס איז א דבר, וויבאלד אז דאס איז דברים בטלים,

11נוצט ער אויס די צייט וואס ער האט געקענט אויסנוצן אויף לערנען תורה און מקיים זיין מצוות, און טאן אין ”תורה עבודה וגמילות חסדים” אויף א זאך וואס דאס איז ביי אים אליין א דבר בטל, און אימעצער האט אים איינגערעדט א מנהג משונה, וואס קיינער האט גאר ניט געטראכט וועגן אזא זאך,

12און דערנאך קומט נאך סיום הי' מיט א ווייסער בארד, און זעט אז ער שרייבט א ליינגע בריוו, קלאפט ער אים אויפן פלייצע און זאגט אז דאס איז א ראי' אז דו האסט זיך געהאדעוועט אין תומכי קנימים, און דו פירסט זיך אויף ווי א חסיד דארף זיך אויפפירן.

13והא ראי' דו גיסט אוועק דיין צייט, וואס דו קענסט זיצן און לערנען תניא, אדער נגלה דתורה וכיוצא בזה, און גיסט דאס אפ אויף שרייבן בריוולאך, פארנעמען דיין סייט, פארנעמען דעם צווייטן סייט, און באווייזן א ביישפיל אויך פאר א צווייטן אידן, אז ער זאל זיך אויך נוהג זיין אין דעם ווילדער זאך.

14אזוי ווי אין להאריך אין א דבר וואס אין לכל ממשות, מערניט וואס ער איז כמדובר, מברכן צייט, במילא, אז ס'איז מבטל צייט, ווערט דאך די שאלה פון 'ביטול תורה' מיט אלע שווערע זאכן וואס אין להאריך בזה,

15במילא וועט מען דאך ניט אפנעמען די צייט, אז איז אין דערויף גופא מאריך זיין, על כל פנים אז מ'זאל נאכאמאל זיך באטראכטן, אז איידער מ'שרייבט א בריוו וועמען ס'זאל ניט זיין, אפילו אז ס'זאל זיין אנשים נשים וטף,

16איז דאך דאס א זאך וואס מ'נעמט צו בא-סיך צייט, מ'נעמט צו בא דעם צו וועמען דער בריוו קומט אן צייער, און דערנאך ווערט די שאלה, צי האט ער דאס געהאט א רשות צי האט ער ניט געהאט א רשות?

17און אויב ס'איז א ספק, איז וואס דארף ער אריינגיין אין ספיקות, און אויף דערויף אפגעבן זיין שימת לב און זיין טרחה וכו ס'איז דאך די גלייכסטע זאך, אנשטאט פון ליגן אין ספיקות זאל ער טאן א דבר ודאי, זאל ער ארויסנעמען א ספר, און זעצן זיך לערנ

18און טאמער האט ער שוין אלץ אפגעלערנט, און ווי שוין אלץ זאל ער זיך זוכן א זאך אויף צו טאן אין הפצת המעיינות חוצה, אדער צו טאן אין שאר עניני תורה ומצוותי', און טאן די אלע ענינים מתוך שמחה וטוב לבב,

19וועט ער זיך ניט דארפן מאטערן אויפטראכטן זאכן וואס זיינען זיי ניטא קיין מציאות, און ער דארף מאכן א מציאות כדי ס'זאל הייסן אז ער איז א בריוו שרייבער, במילא איז ער א יד שבדם, במילא איז ער אן אדם הכי חשוב, און דער עיקר ער פירט זיך, ווי תומכות פנימים האט געהאדעוועט, ותומכות פנימים האט קיינמאל אזוי ניט געהאדעוועט,

20בית רבקה האט קיינמאל אזוי ניט געהאדעוועט, דאס איז א ווילדע זאך וואס ס'איז פארבונדן מיט הבלי העולם הזה, און מ'האט אנגעטאן די הבלים, וואס הייסט הבלים, אז חייב א לן נ העבלע איז דא טאקע ס'איז א זאך וואס אין בוי' ממש ות.

21און אויף דעם עודות כאילו שתהי' האט ער דאך צוגעטראכט, אז ער מוז אויפטראכטן א זאך און אויפבלאזן א זאך, און אז ס'איז ניטא קיין דבר וואס אויפצובלאזן בעט ער ביי א צווייטן, אפשר קען ער אים קעבן אן עצה וועגן וואס קען ער שרייבן א בריול, ווארום ער אליין ווייס ניט וואס צו ברייבן אין בריול.

22וכמדובר, אין להא� ובפרט נאך אז קיין דובר האט דאך שוין גערעדט וועגן מיט דערויף כמה וכמה פעמים, זעלבסטפארשטענדלעך אז דערוויילע האט דאס מיר ניט געהאלפן, איך ווייס ניט אויף וויפל דאס וועט מיר העלפן איצטער, אבער עכ"פ איך קען דאך טאן מערניט ווי די זאך, אז פרומה זיך נאכאמאל וכולי האי ואולי וועט זיין אן עת רצון מלמעלה און מבנות רצון מלמטה,

23און מ'וועט אויסנוצן די טייטש אויף וואס מ'דארף דאס אויסנוצן, צום אלעם ערשטן אויף 'לימוד התורה', דערנאך אויף 'קיום המצוות', ווארום תלמא תורה איז דאך כנגד כולם און קודם לכולם, און דערנאך אויף כל הענינים טובים, על אחת כמה וכמה בנוגע צו הפצת היהדות בכלל און הפצת המעיינות חוצה במיוחד.

24וואס אנד כאן איז די ניט-געשמאקע זאך אדער די איבעריקע זאך וואס מ'האט דאס געקענט פארליידן לגמרי, און אף על פי וואס כמדובר, מ'האט דאס שוין געפרואווט כמה פעמים, פרואווען זיך נאכאמאל וכולא היו ואולו וועט זיין אן עת רצון.

25לאחרי ההקדמה וואס מ'האט זיי געקענט זייער לייכט פארמיידן, און אומקערן לעיקר הענין, וואס מ'געפינט זיך דאך אין א סיום פון א כינוס פון שלוחים עולמי, און כמדובר שוין פריער,

26אז מ'האט דאס מוסיף געווען אדער מדגיש געווען על כל פנים דעם ווארט עולמי וואס דאס איז מעורר יעדער אידן, בתוך 'כלל ישראל', על אחת כמה וכמה די וואס האבן באקומען דעם חינוך דורך די שיחות און דורך די מאמרים פון נשיא דורנו פון רבי'ן דעם שווער,

27אז העולם נתן בלבו אז בשעת א איד טראכט וועגן זיך, און מ'זאגט אים אן די אלע ענינים וועגן דערויף פון ”ונפשי כעפר לכל תהי'” ווי ער זאגט דריי מאל א טאג פאר דעם אויבערשטן בתפילתו, איז דאך פארשטאנדיק אז ס'איז א זיכערע זאך אז ער מיינט דאס, במילא דארף דאך דאס משפיע זיין דערנאך לאחרי זה,

28לאחרי כל זה, במילא איז דאך פארשטאנדיק, אז צו אים איז געווען די כל הענינים פון ”מורשה קהלת יעקב”, וואס דאס גייט דאך אויף תורת משה, אויף כל הענינים וואס שטייען אין תורה, וואס איינע פון די הענינים וואס שטייט אין תורה אן ענין עיקרי,

29אז ני ”נבראתי אלא לשמש את קוני”, און דערנאך זאגט מען אויף דערויף דעם ביאור, אז אין וואס באשטייט ”לשמש את קוני”?

30איז דאס ”לתקן העולם”, אז ס'זאל זיין דירה לו יתברך בתחתונים, וואס דאס ווערט דורך דערויף וואס א איד נעמט אויף זיך א שליחות אז דאס וואס די נשמה איז אראפגעקומען למטה איז דאס א שליחות מלמעלה, אז זי זאל מאכן א דירה לו יתברך בתחתונים.

31וואס דאס איז גלייך מדגיש, אז ”נשמה שנתת בי טהורה היא און אתה בראתה ביז אתה משמרה בקרבי” זאגט גלייך ”תורת אמת”, וואס זי איז אויך תורת חיים, הוראה בחיים, אז צוליב וואס איז ירדה למטה אז לעשות ”לו יתברך דירה בתחתונים” 'לשון רבים',

32אז דאס מיינט מען ניט נאר אים אליין, אדער זיינע נכסים, אדער זיינע בני-בית וכו נאר תחתונים 'לשון רבים', און ווי אפגעטייטשט אין תניא, אז דאס מיינט מען כל העולם כולו, אז ער דארף זיך פירן אין אזא מין אופן וואס תורה איז אים מסביר,

33אז אויב ער וועט זיך פירן אין אזא מין אופן מאכט ער דורך דערויף א דירה לו יתברך אין כל העולם הזה התחתון, ביז אין אלע פרטים ופרטי פרטים.

34וואס ווי ערקלערט אין תורה, און ערקלערט בארוכה ובפשטות, איז א פשוט'ער איד.

35אז וויפל א איד קען זיין פשוט, און נאכמערער אנשים נשים, אפילו טף, אז זיי פירן זיך אויף ווי ס'שטייט אין שולחן-ערוך דורך דערויף מאכן זיי א דירה לו יתברך בכל 'עולם הזה' התחתון,

36אז ס'רעדט זיך אפילו וועגן א איד, א מענטשן וואס ער איז ניט קיין עסקן ציבורי, און בכלל א מענטש וואס ער לעבט זיך פאר זיך, מאיזה סיבה שתהי', ביז וואנענט אז ס'רעדט זיך אפילו וועגן א קליין קינד וואס איז נאך פאר בר-מצוה, אדער פאר בת-מצוה,

37זאגט מען אים, אז ער האט אויך די שליחות אויף פארנעמען זיך, אז בכל יום ויום, אפילו אין יום החול, קען ער טאן זיין טייל ”לפי הכחות שלו”, אבער כל הכחות שלו, קען ער טאן מיט זיינע כחות וואס ער האט שוין במזומן,

38נשמה בגוף, אין די נשמה אין דעם גוף ווי זי שטייט אין דעם יום מסויים אויף מאכן, דורך דערויף, אז דער אויבערשטער זאל זיין שוכן בכל 'עולם הזה' התחתון, אזוי האט דער אויבערשטער איינגעשטעלט.

39וכמדובר, אפילו דאס רעדט זיך וועגן א קליין קינד בפשטות, אפילו אז דאס רעדט זיך וועגן א קליין קינד וואס אין יארן איז ער שוין מיט א ווייסער בארד, אבער ער איז א קליין קינד אין 'הבנה והשגה', אף על פי כן האט ער ביכולת, אז דורך דערויף וואס ער וועט טאן איין און איינציקע מעשה פסק'נט אפ דער רמב אז די מעשה,

40וואס אפילו ביי א קטן איז אויך דא דער ענין המעשה, קען ער מכריע זיין ”כל העולם כולו לכף זכות” ומביא ישועה והצלה פאר דער גאנצער וועלט.

41וואס דאס איז דער ביאור בפשטות, ווי אזוי קען מען זאגן אז א קליין קינד קען ברענגען א דירה לו יתברך בתחתונים?

42איז דאס א דין אין רמב"ם, און ניט אן ענין של גזירה, נאר פארשטאנדיק אין א שכל הפשוט, ס'איז פארשטאנדיק אין שכל הפשוט ווי אזוי א קליין קינד וועט די מעשה שלא קען 'תופס מקום' זיין,

43ס'איז אויך פארשטאנדיק אין שכל הפשוט, ווי אזוי בשעת ס'איז דא א משקלת המזניים, א וואג, וואס זי איז שאקול, מאכט זיי אזוי און מאכט זיי אזוי, פארשטייט אפילו א קליין קינד, אז איין און איינציקע נקודה, אז מ'וועט מוסיף זיין לצד אחד וועט דאס מכריע זיין די גאנצע וואג,

44במילא איז פארשטאנדיק אויך פארוואס וויבאלד אז ”הכל הולך אחר” הרוב, וואס דאס איז דאך אויך פארשטאנדיק אין שכל, ווי אזוי דאס וועט ברענגען ישועה והצלה צו כל העולם כולו.

45וואס דאס גיט אויך א פארשטאנד ווי אזוי יעדער איד קען זיין א שליח, ווארום כמדובר, יעדער איד, אפילו א קטן שבקטנים, האט דעם כח אויף צו טאן א מעשה וואס האט א ווירקונג לכל העולם כולו, און ”תורת אמת” האט געזאגט, אז ”לעולם יראה אדם עצמו שקול וכל העולם כולו” שקול.

46במילא איז פארשטאנדיק בשכל, אז איין און איינציקע נקודות קען מכריע זיין כל העולם כולו, ביז אז דאס זאל ברענגען ישועה והצלה.

47וכמדובר, ניט אז דאס איז א ”גזירה גזרתי” דאס איז א זאך וואס איז פארשטאנדיק אין 'שכל אנושי', אפילו פון א שכל פון א ניט-אידן להבדיל.

48עאכו"כ פון א אידן וואס האט דאס באקומען, אט די הודעה פון ”תורת אמת”, וואס זי איז דבר הוי וואס גיט דאס אפ, און דורך דעם חלק אלוקה 'ממעל ממש' ווערט דאס א ”יחוד נפלא” די הודעה מיט יעדער אידן, ביז אז דאס איז א ”יחוד נפלא שאין יחוד כמוה” נמצא כלל, כמדובר כמה פעמים.

49אזוי ווי אין אלע ענינים אנהויבנדיק פון תורה, איז דאך ”כללות ופרטות נאמרה” אזוי איז אויך, פונקט ווי אזוי ווי יעדער איד, על אחת כמה וכמה 'כלל ישראל',

50האבן זיי אויף זיך די ענין השליחות אויף לעשות ”לו יתברך דירה בתחתונים” אזוי ווי דאס איז דא אין פרטי פרטיות, אזוי איז דאס דא אויסגעקליבן, און צווישן אידן עצמם,

51אז זיי זיינען נאכמער בהדגשה און נאכמער בגלוי דער ענין השליחה שבהם, ביז וואנענט אז ס'איז דא אזוינע אידן וואס 'בהשגחה פרטית' האט מען זיי אויסגעקליבן אז זיי זאלן נתמנה ווערן 'בהשגחה פרטית' אלס א שליח צו נאך א קבוצה אידן, אדער צו גאר א קבוצה אידן,

52אדער צו א גאנצע שטאט, אדער צו א גאנצע מדינה וכיוצא בזה, און מ'האט זיי זיכער געגעבן כחות זיי זאלן דאס קענען דורכפירן, דורכפירן בשלימות, על אחת כמה וכמה, וואס דאס איז כולל אין זיך אן ענין עיקרי,

53אז זיי זאלן מעורר זיין צו די אלע צו וועלכע זיי קומען אלס א שליח כללי, אויף אין זיי מעורר זיין אויפוועקן אין זיי אז זיי זאלן וויסן דערמאנען זיך און אויפוועקן אין זיי די כחות דורך וועלכע זיי קענען דורכפירן זייער שליחות,

54אנהויבנדיק טאקע פון זיך אליין און פון בני-ביתו, אבער דערנאך איז 'מי שיש לו מנה רוצה מאתים' ער זאל גיין אלץ מערער מוסיף זיין, און מוסיף זיין אלץ מערער און מערער.

55וואס יש להאריך בכגן זה, וכמדובר מיט דער הדגשה, אז דאס רעדט זיך אז דאס איז א כינוס עולמי, אז אמת טאקע ”קשוט עצמך תחילה” אבער דערנאך דארף ער טראכטן וועגן דער גאנצער וועלט,

56על אחת כמה וכמה אז מ'האט אים צוזאמענגעקליבן אין א כינוס און מ'האט אים מודיע געווען אז דאס איז א כינוס עולמי, אז דאס נעמט ארום די גאנצע וועלט,

57איז דאס ניט דער פשט אז ער איז א טייל פון דער וועלט און האט א שייכות מערניט מיט אט דער טיילכל פון דער וועלט, נאך דורך דערויף וואס ער איז א טייל פון דער וועלט באקומט ער א שייכות צו כל העולם כולו, ניט נאר א שייכות אז ער האט דעם זכות אין דערויף וואס די וועלט ווערט א דירה לו יתברך בתחתונים, נאר ער האט אויך א טייל אין די פעולות,

58ביז א טייל ממש, א השתתפות אין די פעולה דורך וועלכע ס'ווערט אויפגעטאן אין אידישקייט, אין א פינה ניט דחת, אין א פינה רחוקה פון דער וועלט אין וועלכע ער האט קיינמאל ניט געווען,

59קיינמאל ניט געשיקט אהינצו קיין בריוולאך, אבער דורך דערויף וואס ער האט גערעדט מיט א אידן במקומו הוא, וואס דער איד האט דערנאך איבערגעזאגט זיינעם אבארט צו א צווייטן אידן, איז דאס דערנאך סוף כל סוף אנגעקומען צו א אידן אין דער פינה ניט דחת, און האט אויף אים געהאט א ווירקונג.

60וואס וועמעס ווארט איז דאס?

61איז דאס אט דער ווארט פון אט דעם ערשטן אידן וואס האט מגלה געווען אט דעם ענין וואס ווערט נכלל אין דעם ווארט, וואס דורך דערויף האט ער בפשטות א חלק און א חלק ממשיק בגשמיות, ביז בחומריות אין דער הפצת היהדות,

62אין דערויף וואס אין יענער פינה ווערט א דירה לו יתברך.

63וואס מצד דערויף וואס דער אויבערשטער איז דאך ניט שייך זאגן דארט א התחלקות אמיתית, נאך דורך דערויף וואס אתה תופס במקצתו איז אתה תופס בכולו באקומט ער בפשטות אויך א חלק אין דער דירה אין יענער פינה נידחת וואס ווערט אויפגעטאן דורך דעם ווארט וואס ער האט געזאגט וויסנדיק אפילו,

64אפילו ניט האבנדיק קיין השרה, אז סוף-כל-סוף וועט דאס אהינצו אנקומען, דאס איז דאך אבער א ווארט וואס איז גענומען געווארן פון תורה, אדער פון פירושי התורה,

65אדער אין פרטיות בתורה וכו' וכו במילא איז דאך פארשטאנדיק, אז סוף-כל-סוף איז דאס פועל פעולתו וואס די פעולה פון דעם ווארט איז מתאים צו דעם פון וועמען דער ווארט שטמט, וואס דאס איז דער אויבערשטער אליין, וואס ער איז דער ראשון און דער מקור אויף אט דעם ווארט, דערנאך איז דאס איבערגעזאגט געווארן דורך תנאים און אמוראים,

66און גדולי ישראל ”בכל דור ודור”, ביז דאס ווערט איבערגעזאגט דורך א מלמד פון א ”בן חמש למקרא”, א מלמד דרדיקע וואס זאגט איבער אט דעם ווארט, א קליין קים, אן אינגעלע אדער א מיידעלע, ער זאגט דאך אבער איבער דעם ווארט וואס שטאמט פון דעם אויבערשטן אליין איז דאס פועל פעולתו,

67אפילו אז דאס גייט-דורך דורך א פיצל קינד, וויבאלד אז דאס רעדט זיך דורך א פיצל קינד, אבער א אידישער קינד, האט ער דעם חלק אלוקה ממעל, און דאס איז א חלק אלוקה 'ממעל ממש' איז דאך פארשטאנדיק, אז דאס פועל"ט אויף מיטן גאנצן שטורעם.

68וואס דאס איז דער ענין, ווי געזאגט פריער, אז אף על פי וואס לכאורה איז דאך דאס א גוזמה הכי גדולה, אז ס'קומט צו פארן אינגערמאן אדער א פרוי אדער א מיידל אדער אן אינגל,

69וואס ער איז א שליח במקום מסויים, און מ'זאגט, אז דורך דערויף וואס ער וועט זאגן א ווארט במקום מסויים וועט ער איבערקערן א וועלט, און וועט מכריע זיין ”מביא כל העולם כולו” ליהושע והצלה.

70איז דאס פארשטאנדיק אין ביאור הפשוט, אין שכל הפשוט, כמדובר, אפילו בא הניט-אידן, פארשטאנדיק, על אחת כמה וכמה בא ”עם חכם ונבון”, כמדובר כמה פעמים.

71וואס דאס האט אויך א שייכות מיוחדה, כמדובר ווי יעדער זאך, אויף לעבן מיט דער צייט, ווי דער פרשת השבוע, און אין דער פרשה גופא מיט דעם חלק אין דער פרשה,

72וואס האט א שייכות צו דעם טאג אין וואך, וואס דאס איז דאך בנוגע יום זה, דער יום השני פון פרשה תולדות, וואס דארט זאגט מען דעם סיום פון דעם שיעור חומש פון יום השני, אז ויזרא אויף יצחק'ן, אז ער האט געזעט ”בארץ ההיא ובשנה ההיא”,

73”ויברכיהו הוי” ביז וואנענט אז ער האט געהאט 'מאה שערים'.

74וואס יצחק איז דאך איינער פון די דריי אבות, און צווישן דריי אבות, ווי ער זאגט אין מדרש, איז ער געווען דער וואס געהאט די מצוה פון מילה און נימול לשמונה משא"כ אברהם אבינו איז געווען דורכגעגאנגען זיין,

75רוב עבודתו איז גאר געווען קודם שנימל, ווארום ער איז נימל בשעת ס'איז געווען רוב ימי שני חייו איז שוין דורכגעגאנגען, משא"כ בא יצחק'ן האט דאך זיין עבודה אנגעהויבן לאחרי המילה,

76ווי ער זאגט אין רמב"ם ”מבאר, אין מורה” נבוכים אז דאס וואס די מילה איז אפגעלייגט געווארן אויפן אכטן טאג איז דאס ניט וואס אפגעלייגט מצד הסיבה צדדית,

77אזוי ווי א אידישער נפש איז דאך א דבר הכי יקר, וואס דאס קען מען ניט אומקערן צוריק, לייגט מען אפ די מילה צו דער צייט, וואס ס'איז א זיכערע זאך אז ס'וועט אים ניט שאדטן,

78במילא זאגט דעמאלט תורה, אז דעמאלט הויבט זיך אן זיין חיים בפשטות, א נשמה בגוף, נאך איידער ער ווערט אים מחוייב בכל המצוות,

79בשעת ”כניסת נפש הקדושה”, ווי ער זאגט דעם אלטן רבי'ס, שולחן ערוך, וואס אט דעמאלט איז די גמר כניסא פון דער נשמה, איז תוקף אז די נשמה איז אינגאנצן נכנס ווערט דעמאלט תוקף דער ענין המילה,

80און אט דעמאלט הויבט זיך גלייך אן דער קשר זיין אין ”ברית בבשרכם” וואס דאס איז בדוגמא פון דירה לו יתברך בתחתונים אזוי כביכול איז דאס אויך בא יעדער אידן, ווי אזוי ווערט בא אים די דירה,

81און די כניסה פון זיין נשמה אין זיין פסרכם איז דאס אויך על ידי מצות המילה, בנוגע צו נשים זאגט דאך די גמרא, אז איצטעא כמאן דמהילא דמיא ווערט בא זיי דאס אויך, כמאן דמהילא דמיא איז בא זיי אויך על דרך זה פונקט ווי דאס ווערט בא א זכר.

82וכמדובר כמה פעמים דער ביאור הדבר בזה, וואס אין כאן המקום להאריך בזה.

83און אויף דערויף זאגט מען, אז דער וואס דער ערשטער וואס האט באקומען די מילה לשמונה, וואס דעמאלט האט זיך אנגעהויבן זיין עבודה אין אן אופן פון דיר לו יתברך בתחתונים אין אן אופן אז דאס ווערט א ”ברית עולם” און א קישור,

84ביז וואנענט אז דאס ווערט איין זאך, משא' כן אין שאר ענינים, א חוץ מילה ווי ס'איז געווען קודם מתן תורה, איז דאס ניט געווען פארבונדן מיט גשמיות הענינים, כמדובר כמה פעמים נקיטת חפץ איז געווען מערניט ווי על ידי ענין המילה,

85און ווען האט זיך דאס אנגעהויבן גלייך בתחילת בגמר כניסת 'נפש האלקית', נפש דקדושה, איז דאס געווען בנוגע צו יצחק'ן.

86זאגט מען גלייך בנוגע צו יצחק'ן, אז וואס ס'זאל ניט זיין פאר אן ארץ, און וואס ס'זאל ניט זיין פאר א שנה, אפילו בארץ א איד, און אפילו בשנה א איד, איז א זיכערע זאך אז ברכי הוי,"'

87ס'איז א זיכערע זאך אז דער אויבערשטער וועט אים בענטשן, אז ס'איז ניט סתם אז דער אויבערשטער זאגט דו דארפסט טאן, און וואס וועט זיין דערנאך איז דיר ניט נוגע, איז בנוגע צו פעולה עצמה דארף ער ניט מאכן קיינע חשבונות, צי וועט ער זיכער מצליח זיין אדער א ספק מצליח זיין אדער א ספק-ספיק ומצליח זיין וכו ער דארף וויסן זיין, אז ס'שטייט אזוי אין שולחן-ערוך דארף ער אזוי טאן,

88אבער דערנאך דערציילט אים תורה, ער זאל וויסן זיין, אז דער אויבערשטער איז אים מבטיח, אז אויב ס'וועט זיין דער 'ויזרע יצחק' אז ער וועט דאס און וועט דאס פארזייען אין אן אופן פון ”כל השומע יצחק לי” אז מ'גיט אויף אים א קוק האט מען הנאה,

89ווארום מ'זעט אז דאס איז א קינד וואס דער אויבערשטער האט אים באשאפן און האט אים אראפגעשיקט, על ידי ה”נשמה שנתת בי” האט ער אראפגעשיקט סיי דעם גוף און סיי די נשמה דא למטה, אז מ'זאל מאכן א צחוק לו יתברך בתחתונים,

90ובסגנון אחר א דירה לו יתברך בתחתונים, האט ער גלייך די הבטחה, אז ס'איז א זיכערע זאך, אז ניט קוקנדיק וואס פאר א שנה ס'זאל ניט זיין, ניט קוקנדיק וואס פאר

91ארץ ס'זאל ניט זיין, איז דאס א זיכערע זאך, אז דער אויבערשטער בענטשט אים, און ס'איז אויך נאכמערער זיכער, אז ס'איז ניט סתם א ברכה, נאר דאס איז א ברכה וואס איז כולל און נעמט אין זיך אריין אלע ברכות, וואס כללות כל הברכות איז דאך מאה ברכות,

92וואס דערפאר איז דאך אויך דער דין אין שולחן ערוך, אז יעדער איד דארף זיך משתדל זיין, אז ”בכל יום, אפילו ביום” השבת ”וביום הכיפורים וכיוצא” בזה, זאל ער מאכן לכל הפחות מאה ברכות, דערפאר וואס דאס איז כולל כל הברכות כולם.

93און דערנאך זאגט רש"י ברענגט אראפ דעם פירוש, וואס אז רש"י ברענגט דאס אראפ איז דאס א הוכחה אז דאס איז פארבונדן מיט פשוטו של מקרא אז יש אומרים, אז דאס וואס מ'זאגט אז דאס איז מאישרים איז דאס מערניט ווי למאסרות, אבער בפועל איז דאס צען מאל אזויפיל.

94וואס דעמאלט ווערט דאס דער ענין פון אלף, וואס בשעת מ'האט אלף איז אט דעמאלט איז נאכאמאל חוזר לקדמותו, פון א נייער סדר אין א נייער וועלט, ווארום מ'האט איבערגעמאכט די גאנצע וועלט בתחילתה, וואס דערפאר שטייט דאך אויך,

95אז אלף איז אויך פון אפטייטש אז דאס איז אלף, דאס איז אן ערשטע זאך, ווארום איצטער האט זיך געענדיקט טויזנט האט זיך געענדיקט א סדר שלום אין אן אופן פון הנהגת העולם דורך די אויפטו פון אט דעם אידן, פון פלוני בן פלוני,

96וואס דאס איז אויך כולל אין זיך סיי אנשים סיי נשים סיי טף, כמדובר לעיל, און ס'הויבט זיך אן נאכאמאל א נייער סדר, און די כל הענינים וואס ער האט אויפגעטאן ביז דעמאלט, איז ניט חס ושלום ס'איז לא יחשלו,

97נאר אדרבא דאס ווערט א יסוד און א קומה תחתונה אויף וועלכע ס'ווערט געבויט א קומה על גבי,

98און אט אזוי, בשעת ער טוט זיך שוין דעם צווייטן מאל, ווערט דאס א קומה שלישית און א קומה רביעית, ביז וואנענט א קומת אין סוף, וואס זיי אלע ווערן נכלל אין די ד' ענינים אדער אין די ד' עונות אז מ'הויבט טאקע אן פון עשי', אבער דערנאך דערגרייכן מ'איז משלים אין עשי', פומט דערנאך אויך די פעולה אין יצירה,

99און דערנאך אין בריאה, ביז אין די פעולה אין אצילות, און דערנאך בשעת ער האט דעם ערשטן 'סדר השתלשלות' פון אבי' בשלימות אט דעמאלט הויבט זיך אן דער ”עולם חדש ראה”, אז ער האט דעם סדר פון עצי' און יצירה און בריאה און אצילות שלמעלה פון דעם סדר רבי' שלפני זה, כמדובר כמה פעמים.

100און די אלע ענינים, נשמות בגופים, און די אלע ענינים מתוך בריאת הנכונה בגשמיות, על אחת כמה וכמה בריאת הנכונה ברוחניות, וואס דאס איז אויך כולל אין זיך אלע ברכות והצלחות,

101סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, אין ”תורה עבודה וגמילות חסדים”, וואס ס'איז בכללות נכלל אין גמילות חסדים, און אין צדקה, וואס דאס איז דער ג' קביא, שעליהם ”העולם עומד”, און ער גייט אזוי מחיל אל כל נשמות בגופים, ביז וואנענט אז דאס ברענגט אראפ די גאולה האמיתית והשלימה,

102פון ”לתקן עולם במלכות שד-י”, און ערשט דעמאלט הויבט זיך אן אן עבודה חדשה מיט א סדר חדש, און אויך אין א סדר פון אביה כמדובר כמה פעמים, לאחרי גאולה האמיתית והשלימה,

103און וואס דעמאלט הויבט זיך ערשט אן דער ”ילכו מחיל אל חיל” ביז צו ”יראה אל אלקים בציון” ו”הוא יכיליני'ע עליון” וכמדובר כמה פעמים, אז לאחרי גאולה האמיתית והשלימה, ערשט דעמאלט באווייזט א איד וואס ער האט אויפגעטאן בעולם הזה,

104קודם הגאולה וואס דאס האט אים צוגעהאלפן און דאס האט אים געבראכט צו דער גאולה האמיתית והשלימה, וואס דעמאלט הויבט ער ערשט אן שטייגן מחיל אל חיל ביז אין אן אופן פון אין סוף, כמדובר כמה פעמים.

105וואס דאס איז אויך וואס מ'וועט דאס מאנען אויך וואס אין דער סדרה רעדט זיך אויך וועגן א תוספת בריבוי ברכות וואס ווערט אונטערשטראכן, ווי אזוי אונטערשטרייכט מען אז דאס איז א ריבוי ברכות אז מ'הערט גלייך אן מיט דער צווייטער ברכה, וואס דאס איז די ברכה פון ”ואיתן לך האלקים” טייטשט גלייך רש"י אפ, וכדובר,

106אז דאס באווייזט אז דאס איז פשוטו של מקרא, אז די ערשטע ברכה וואס מ'גיט א אידן איז, אז ער הויבט גלייך אן פון דער צווייטער ברכה, ווארום מ'גיט אים מלכתחילה כפליים לתושי איז גלייך מיט א ו' המוסיף ”ויתן לך” און דאס זאגט מען אויך גלייך,

107אז גלייך די הוספה איז ”שוין כולל כל” 'סדר השתלשלות' כולו, סיי שמים און סיי ווי תאמרי ועצות תחת וכו.'

108ועד כדי כך ווערט דאס אן ענין כללי, אז ס'איז איינגעשטעלט געווארן אין ”מנהג ישראל תורה” הוא אין תפילות ישראל, אז ווי אזוי הויבט מען אן די פעולות אין יעדער וואך, אין די וואכעדיקע פעולות?

109הויבט מען אן דערמיט וואס מ'זאגט לאחרי ווי אפגעטאן דער דבר וואס ס'איז מצד ציווי דער ענין ההבדלה, מיט די ברכה אחרונה, אדער פאר די ברכה אחרונה, זאגט ער גלייך לאחרי דערויף וואס ער האט מקיים געווען די אלע ענינים וואס איז אויך פארבונדן מיט די ד' עולמות,

110וואס דאס איז דאך דער ענין פון דער יין און נר און הבדלה און כסמים וכו', כנגד די ד' עולמות, כמדובר כמה פעמים,

111זאגט ער גלייך נאך דערויף ווי ער האט דאס מקיים געווען אין מעשה בפועל, הויבט ער גלייך אן זאגן, און גלייך מיט א ו' המוסיף ווי ”איתן לך אלקים מטל השמים ומשמני ארץ” ודוב דגם ותהוריך און מיט כל הענינים וכל הברכות, כמדובר כמה פעמים.

112און מ'איז אויך מסיים דערנאך, ווי לויט דעם נוסח פון דעם אלטן רבי'ן, וואס ער האט אריינגעשטעלט בסידורו, וואס דאס איז א ספר השוה לכל נפש, אז מ'איז מסיים דערביי מיטן ענין פון שלום, וואס 'שלום כאן' איז 'הכל כאן', אויך דערמאנט גלייך בהנוגע צו דוד המלך,

113נוסף וואס מ'דערמאנט נאך פאר דערויף וועגן דעם ענין הגאולה כמה פעמים, במשך פון דעם נוסח פון ויתלך איז מען אויך מסיים במיוחד מיטן ”ענין השלום, וכמה” פעמים שלום, און פארבונדן דוקא מיט דוד'ן לדוד, און דאס ווערט דערנאך א ”שלום בכל העולם כולו”,

114אנהויבנדיק פון דעם שלום אמיתי, וואס דאס איז גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, דורך דוד מלכא משיחא, וואס דעמאלט איז דערנאך נאך ”ויתן לך” איז דאך אויך דא די ”סוצה דוד מלכא” משיחא.

115ועוד הזה העיקר, אז ס'קומט גלייך נאך פאר שבת' נאכט און פאר שבת, און פאר פרייטיק, און פאר אפילו מיטוואך, און אפילו נאך פאר דינסטיק, ווארום מ'האלט זיך דאך ערשט אין סיום פון יום השני, מ'האט שוין אבער דעם ענין, ווי דערמאנט פריער,

116אז ”ויברכיהו הוי” און ”ויברכיהו הוי'” 'מאה שערים' און ווי דער צווייטער אפטייטש אין דעם, און לאחרי דעם נאכן ערשטן אפטייטש, אז דאס איז צען מאל אזויפיל פון מאה, און ס'ווערט דערנאך אויך ווי די המשך הסדרה פון ”ויתן לך יחזר ויטן ויחזור ויטן” נאך פאר שבתו נאך,

117כמדובר, נאך פאר אפילו פון יום השלישי שהוכפל בו כי טוב האט מען שוין ביום השני שלפני זה דעם גאנצן שטורעם פון דעם מי' שערים ויברכי הוי,"' ותיכף ומיד ממש, ומתוך שמחה וטוב לבב.

118וואס דערפאר וועט מען אויך מסיים-זיין, כמדובר כמה פעמים, מיט כפליים לתושי וואס יעדער ענין פון כפליים איז דאך פארבונדן, כידוע דער מאמר הידוע פון מלכתחילה הריבור, פון רבי מהרש, וואס ער שטעלט זיך אין עניני הגאולה זיינען פארבונדן דוקא מיטן ענין פון אותיות כפולות,

119אנהויבנדיק אויך פון דעם אות וואס איז פארבונדן צמח שמו, וואס דאס גייט דאך דער נאמען פון משיח'ן, וואס אז מ'דערמאנט דעם נאמען איז דאך אט דעמאלט איז מען זיך מעורר און ס'ווערט געבראכט אט דעם וועמען מ'האט אים דערמאנט, ווען וואס מ'האט אים דערמאנט,

120וויבאלד אז מ'דערמאנט אים, מיוסד על פי התורה, וואס זי איז ”תורת אמת”, און אויך תורת חיים, הוראה בחיים, איז מען נאכמער מזרז ביז מ'ברענגט אראפ בפועל די גאולה על ידי צמח שמו, תיכף ומיד ממש,

121און מ'גייט צוזאמען מיט משיח און צוזאמען מיט נשיא דורנו וכל בני ובנות ישראל ”האנשים והנשים והטף”, און אין אן אופן פון שמח און תשמח און הקהל, און אין אן אופן פון א ”שנה תמימה” און א שנת העיבור, מיט אלע פירושים שבדבר,

122אננעמדיק פון דעם פירוש בפשטות, אז ס'ווערט א גאנצקייט בא יעדער אידן אין זיין לעבן, סיי בגשמיות סיי ברוחניות, א גאנצקייט אין זיין לעבן בנוגע הוא ובני ביתו, מיט זיין גאנצע קהילה, מיטן גאנצן עם ישראל,

123און א גאנצקייט אין דער גאנצער וועלט, פון ”לתקן עולם במלכות שד-י” אז ס'ווערט א גאנצע וועלט, ווארום ס'איז גאנץ צוזאמען מיטן אויבערשטן, מיט בורא עולם ומנהיגו, און אלע ענינים אין אן אופן פון תמים,

124מיט אלע פירושים שבדבר, עאכו' כמה אז דאס איז כולל אין זיך די אלע פירושים וואס נשיא דורנו, וואס ער איז דאך געווען דער מנעל פועלים פון די מייסדים וכו', בנוגע צו תומכי תמימים און בנוגע צו כל עניני תמימות,

125אנהויבנדיק פון תמימות בפשטות, א גאנצקייט אין בריאות הגשמיות, א גאנצקייט אין בריאות הרוחניות, און א גאנצקייט אויך אין נכסים, און גיין גאנצערהייט, ותיכף ומיד ”ממש, אנשים נשים” וטף, בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו ”קהל גדול ישובו הנה”, און ווי דערמאנט פריער א קינוס עולמי,

126אז מ'קלייבט צוזאמען די גאנצע וועלט מיט זיך, האט דאס בכח יעדער איד, צוזאמענקלייבן די גאנצע וועלט צו זיך, און דערנאך גיין מיט דער גאנצער וועלט, ותיכף ומיד ממש, אין א אויסגעלייזטע וועלט, אין אן אופן ”הכי שלם והכי” תמים, כמוזכר לעיל.

127וכמדובר, ”ואברכיהו הוי'” 'ומאה שערים' ”ויטן ויחזור ויטן, ותיכף ומיד” ממש.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions