עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

45 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1ס'איז דאך דער יום הילולא פון דעם מיטעלן רבי'ן וואס הויבט זיך איצטער אן, צוזאמען דערמיט איז דאס אויך דער יום הולדת פון דעם מיטעלן רבי'ן,

2וואס אט דא זעט מען דאך בגלוי ובפשטות ווי אזוי ס'איז מקויים געווארן אז הקב"ה ”ממלא ימיהם ושנותיהם של צדיקים מיום ליום” אז ביום שנולד איז אויך געווען דער טאג פון יום הילולא.

3וואס דאס איז קיין סתירה ניט וואס בהרוב הצדיקים, וואס מ'ווייס גינוי דער טאג פון זייער יום הולדת און יום הסתלקות איז ניט אזוי, אף על פי וואס בכמה וואס מ'ווייס ניט דעם טאג פון יום הולדת, מ'איז דאך ניט אזוי מפורסם ווי דער יום ההסתלקות,

4וואס דעמאלט איז דאך דער גאנצער ענין מיטן פרסום הכי גורל וכו משא' כביום ההולדת.

5און לערנט מען אפ, אז וויבאלד אז מ'ווייס ניט, ס'שטעלט ניט על החזקה, אז מסתמא איז דאס איז אין דעם יום ההסתלקות שלו, וויבאלד אז הקב"ה ”ממלא ימיהם ושנותיהם”,

6אבער כמדובר, איז רוב הצדיקים וואס מ'ווייס גינויים סיי דעם יום הולדת און סיי דעם יום ההסתלקות איז דאס ניט אזוי, ובפרט בנוגע צו רבותינו נשיאינו, וואס פון זיי אלעמען געפינט מען מערניט ווי בנוגע צו דעם מיטעלן רבי'ן, איז דאס קיין סתירה ניט ווי מ'געפינט בא כמה ענינים על דרך זה,

7אז ס'איז א זאך וואס איז פארבונדן מיט א קביעות בחודש און אויך מיט א קביעות בשבוע וכיוצא בזה, איז דא אמאל אז ס'ווערט בתכלית השלימות די התאמה, אז דאס איז מתאים סיי ביום החודש סיי ביום השבוע, און ס'איז דא אזוינע וואס איז מתאים מערניט ווי אין עיקר היום,

8און וויבאלד אז רוב וואס דער עיקר איז דער יום בחודש איז דאס מתאים ווי דער יום בחודש, וואס דערמיט איז דאך אויך פארבונדן די קביעות פון די ימים טובים.

9ביז וואנענט אז מ'געפינט, אז אפילו אין די ענינים וואס ס'קען זיין ניט מתאים, איז אויך דארטן זאגט מען, אז אויב ס'איז דא א קביעות וואס איז מתאים סיי דער יום בשבוע און סיי דער יום החודש איז דאס דעמאלט א שלימות נוספת, ווי מ'זאגט בהנוגע צו שבועות, צו ”שבעה שבועות תספר לך”, זאל זיין שבעה שבועות תמימות,

10אז ווען ווערט דאס תמימות בשלימות?

11ווי ער זאגט אין מדרש איז דאס דעמאלט אז דאס איז מתאים סיי ביום החודש און סיי ביום השבוע, וכמדובר כמה פעמים.

12וואס אזוי איז אויך בהנוגע לעניננו, וואס דערפון גופא איז פארשטאנדיק, אז אף על פי וואס ביי אנדערע, אדער ביי רוב, כאמור, איז דאס ניט דער זעלבער טאג, בחודש ובשבוע,

13איז בשעת מ'געפינט ביי איינעם פון זיי, אז דאס איז מתאים סיי ביום החודש סיי ביום השבוע איז דאס א שלימות נוספת, נאר דערנאך לערנט מען דערפון אפ על כל שאר הנשיאים, אז זיי האבן אויך אין זיך אט דעם ענין, כמדובר בארוכה כמה פעמים.

14ס'איז דאך אבער אינו דומה ביי אט דעם בא וועלכן דער ענין שטייט בגלוי, וואס דאס איז כאמור בנוגע צו דעם מיטעלן רבי'ן.

15דערביי האט דאס אויך אין קביעות פון שנה זו, וואס דאס איז אן ערב שבת, במילא איז דאך פארשטאנדיק, אז וויבאלד אז דער נאמען איז ערב שבת, אפילו בנוגע צו דעם יום תשיעי בכסלו פון שנה זו, האט ער דאך דעם נאמען ערב שבת,

16אז ער האט אין זיך אויך, און דאס איז ביי אים אן ענין חשוב ועיקרי, אט דאס וואס ער גרייט-צו דעם שבת.

17איז דאך פארשטאנדיק, אז דאס איז ”ביתר שאת וביתר עוז” וואס דאס איז ערב שבת, וכמדובר בארוכה אין די טעג שלפני זה, אז מ'זאל אויסנוצן די טעג פון התחלת כסלו והמשכים גאנץ חודש כסלו, אז ס'זאל זיין א חסיד'ישער חודש,

18בכל יום ויום שבו, לכל לראש ע לידי 'לימוד התורה' פון די נשיאים.

19עד"ז בנוגע דער ענין זה בנוגע צו דעם מיטעלן רבי'ן, וכמדובר בארוכה.

20האט דאך דאס א שייכות נוספת, אז דאס איז דער ערב שבת און גלייך נאך דערויף איז עשירה עשירי בכסלו דער יום הגאולה שלו, וואס דאס ווערט דאך דערנאך ”בתור ראשי גופא אזיל” אז דאס איז א גאולה פון אלע חסידים ”עד סוף כל הדורות”, וכמדובר כמה פעמים,

21אז דאס איז אן ענין וואס באווייזט אז דער טאג פון יו' כסלו איז א יום זכאי, איז דאס אויך א יום זכאי נאך איידער ס'איז געווען די מעשה בפועל האט דאס שוין אין זיך אן ענין מיוחד וואס דערפאר ווערט דאס א יום זכאי,

22און דאס איז אויך איינער פון די טעמים וואס מ'האט מזמין געווען די גאולה צו דעם יום וואס ער איז נאך זכאי מצד אויך אנדערע ענינים, כמדובר בארוכה כמה פעמים.

23וואס דאס איז אויך די שייכות מיוחדה צו זאגן די פאר ווערטער, כדי נאכאמאל צו מעורר זיין אויף עיקר הענינים, וועגן נאכאמאל דערמאנען אויף מוסיף זיין אין לימוד תורה בכלל, און לימוד 'פנימיות התורה' במיוחד, במשך כל חודש זה,

24וואס דאס איז א חודש פארבונדן מיט שמן כסלו, וואס דאס באווייזט דאך דאס אויף 'פנימיות התורה', וואס דאס איז דאך מתפרנס'ן מיני' דוקא אין תורת חסידות חב ד, וכמדובר בארוכה כמה פעמים במשך הימים, למאות התחלת החודש.

25וואס עד"ז בנוגע לעניננו, וואס המעשה איז דאך הוא העיקר אויף דערמאנען נאכאמאל, אז די וואס האבן געטאן דאס בלאו הכי איז א זיכערע זאך אז ער וועט ממשיך זיין אויך שפעטער, צוזאמען מיטן קיום פון ”מעלין בקודש” וועלן זיי נאך מוסיף זיין בזה,

26אט די וואס מאיזו סיבה שתהי' האבן זיי דאס ניט געטאן ביז איצטער, אויסנוצן אויף די די ענינים, די טעג פון ימי כסלו, וועלן זיי דאס איצטער משלים זיין, ובאופן המתאים, כמדובר כמה פעמים, ולכל לראש, ”המעשה הוא העיקר”.

27ובפרט נאך אז מ'פארבינדט דאס אויך לויט די פסקם הידוע, אז אלע גאולות זיינען 'חד הוא' און זיי האבן פארבונדן איינע מיט די צווייטע איז דאך דאס אויך פארבונדן מיט די גאולה האמיתית והשלימה,

28ואדרבא ס'ווערט גאר אן עיקר בזה, וואס אין יעדער גאולה דארף מען זיך דערמאנען בהנוגע צו גאולה האמיתית והשלימה, ובפרט בהנוגע צו גאולה פון דעם מיטעלן רבי'ן,

29וואס ער איז דאך מאריך פון דעם פדה ושלום נפשי ווי אזוי דאס איז בעיקר אין די גאולה האמיתית והשלימה דוקא, כמדובר בארוכה בכמה פעמים במשך ימי החודש עד עתה, און מסתמא אויך גערעדט וועגן דערויף אפקא בקיצור אין די שנים שלפני זה.

30און דער עיקר בנוגע למעשה בפועל, וואס ”המעשה הוא העיקר” בנוגע צו 'לימוד התורה' וכל הענינים וואס זיי זיינען ממהר און מזרז אויך די מקדים דער ענין פון גאולה האמיתית והשלימה,

31וואס דאס איז דאך אויך די שייכות מיוחדה צו מאכן איצטער יעדערן פאר א שליח אין דעם ענין פון צדקה, וואס דאס איז דאך מזרזת ומקדימה די גאולה האמיתית והשלימה.

32און וויבאלד אז דאס איז ביום הששי, וואס דאס איז דאך אויך 'בהשגחה פרטית', און מ'דארף דאך לעבן מיט דער צייט אויך דערמיט וואס דאס איז יום הששי, וואס דעמאלט איז דאך דער ענין פון 'לחם משנה', וואס איינער דערפאר איז אויך בקשר צו די יום השבת שלאחרי זה, כפשטות,

33א פירוש אין פשוטו דקראי בנוגע צו 'לחם משנה' בנוגע בפשטות, וועט מען אויך געבן כפליים לתושי און דאס זאל אויך דערמאנען נאכאמאל וואס די גאולה איז פארבונדן מיטן ענין פון כפליים, און מ'רעדט נאך אויך אז מ'וועט מוסיף זיין נאך מדילי איז מען זיך נאכמער ממהר ומזרז.

34און ויש ו”תן לחכם ויחכם עוד”, ובפרט נאך אז ס'איז דאך פארבונדן מיט ”רחובות הנהר”, וואס דאס איז דאך ענינים פון דעם מיטעלן רבי'ן, מאכן פון יעדער ענין א התרחבות, עאכו"כ וואס א התחבות אין צדקה איז דאך בפשטות הכי גדול אויף וויפל דאס איז אן ענין עיקרי אין צדקה, אויף להוסיף בצדקה.

35ובפרט ווי דער אלטער רבי איז מאריך אין אגרת התשובה און אין אגרת הקודש, אז בימינו אלו איז די הוספה אין צדקה, ניט שייך אין דערויף דער ענין פון אז מ'מזבז זאל ימזבז יותר ממאסר אדער מחומש, וויבאלד אז דאס איז אן ענין וואס ”כל אשר לאיש יתן” בנפשו.

36און דאס איז דאך פארבונדן בפשטות, מ'שטייט דאך אין עקבתא דמשיחא, איז דאך פארשטאנדיק, אז איצטער איז די עבודה פון יעדער אידן, אפילו פון דעם חלק הנפש שבו, איז די עבודה פארבונדן מיט דער גאולה האמיתית והשלימה, איז במילא יתן בנפשו בפשטות,

37אז מ'איז נאכמערער מוסיף אין די נתינת אין צדקה, ווארום דאס איז פארבונדן מיט די גאולה פון ”פדה בשלום נפשי”, יתן בד נפשי.

38און יהי רצון, אז ס'זאל זיין בפשטות ותיכף ומיד ממש, און מיטן גאנצן שטורעם און מיט דער גאנצער שלימות, ווי דאס איז מבואר ובפרטיות אין 'רחובות הנהר', אין דעם דרוש הידוע פון ”פדה בשלום”,

39פון דעם מיטעלן רבי'ן, וואס דערפאר וועט מען זיך אויך מסיים זיין לאחרי חלוקת הצדקה אויך מיטן סיום מיטן ניגון הידוע פון ”פדה בשלום נפשי”.

40און ויהי רצון, אז נאך פאר דערויף זאל שוין זיין דער ”פדה בשלום נפשי'” בפשטות, ו”למטה מעשרה טפחים”, און נשמות בגופים, ותיכף ומיד ממש, און מ'וועט קענען ממשיך זיין און מיטנעמען די צדקה

41און אפגעבן דאס די עניי וואס מ'וועט טרעפן בדרך פון אים ענני שמיא וואס מ'וועט פליען צוזאמען מיט משיח צדקנו ”אין ארצנו הקדושה” בגאולה האמיתית והשלימה, אדער אין די מוסדי צדקה פארבונדן דערמיט, אדער אין מפיץ זיין ענינים פון מעיינות חוצה, כולל אויך אין חובת הנאה די דרושים,

42און די ענינים פארבונדן מיטן מיטעלן רבי'ן, כמדובר כמה פעמים, ובארוכה ו”תן לחכם ויחכם עוד”.

43און אויך מדגיש זיין נאכאמאל וועגן דעם ענין פון מסיים זיין מיטן ניגון פון ”פדה בשלום נפשי” אבער אויף ניט מבלבל זיין, און באופן מסודר דוקא לאחרי, ווי מ'וועט פאנאנדערטיילן און מאכן יעדערן פאר א שליח.

44אבער וויבאלד אז ס'זאל זיין דערנאך מתכלית השלימות אויך דער ענין פון דעם ניגון, איז דאך בשעת מ'ווייס דערפון פריער האט מען דאס דערנאך אויך מיט מערער שלימות ווי ס'וואלט געווען אן די ידיעה לפני זה.

45און ויהי רצון, אז פון דעם רעדן בכל ענינים אלו זאל זיין דער ”פדה בשלום נפשי מקרבי” ליקיבי רבים היו עמדי בפשטות למטה מעשרה טפחים און אין שנת תשמיד ידיך", וואס קומט דאך בהמשך צו שנת תשמח ותשמח און הקהיל בפשטות, ולמטה מעשרה טפחים און נשמות בגופים, ו ”שמחת עולם על ראשם”.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions