עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

120 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1בנוגע צו דעם ענין וואס ס'האט זיך גערעדט אין חסידות, וואס דאס איז דאך געווען אין דעם מאמר פון ”פדה בשלום נפשי” איז אין דערויף אויך דא דער המשך, ווי פארשטאנדיק פון דעם המשך פון די מאמרים פון נשיא דורנו פון דעם רבי'ן דעם שווער, פון תשד וואס איז שוין געדרוקט געווארן.

2וואס נאך דערויף ווי ער זאגט דארט אין יו תס כסלו דעם מאמר מיט די התחלה פון ”פדה בשלום נפשי” איז דערנאך, אין דעם מאמר פון שבת פרשה ויושר שלאחרי זה, הויבט ער אן מיט שלום רב לא הוי תורתך און איז דארט מדייק, וואס וואס איז דא דער ענין פון שלום רב?

3איז דאך דערפון פארשטאנדיק, אז ס'איז דא סתם שלום, אדער ווי ער רופט דאס דארטן אפ שלום מעט, און ס'איז דא דער שלום רב.

4און וועמען קומט אן דער ”שלום רב לאהבי תירתך” מיטן צווייטן דיוק וואס דערזאגט לאהבי תירתך וואס לכאורה תורה איז דאך אן ענין פון היחך מתכם ובינתכם, און ווי אויך בפשטות, ס'דארף דאך אראפקומען בהבנה והשגה,

5האט דאך געדארפט שטיין א לשון וואס באווייזט אויף 'הבנה והשגה', און ניט א לשון וואס באווייזט אויף אהב את התורה לאהבי תורתך וואס לכאורה האט דאס ניט קיין שייכות צו 'הבנה והשגה'.

6און דערפון איז דאך אויך פארשטאנדיק, אז דער ענין פון לאהבי תורתך איז דאס פארבונדן מיטן שלום רב,

7אז ווען ווערט דער ענין פון שלום רב?

8בשעת אין תורה איז ווערט געלערנט אין אזא אופן וואס דעמאלט איז דאס פועל בא דעם 'לומד התורה' אהבה, אהבת ה' און אהבת התורה, וכתורה פון דעם אלטן רבי'ן, הידוע אלס מאמר המוסגר, ניט דערמאנטער מאמר, אויך אהבת ישראל,

9וואס ווי דער אלטער רבי זאגט דאך אז 'כולא חד' ביז וואנענט אז ער זאגט אז אהבת ישראל איז דאס א כלי צו ”ואהבת את הוי' אלקיך”, כידוע השיחה, וואס דאס איז דאך בדוגמא ווי ער זאגט דא אין דער משנה, אז ”כלי מחזיק ברכה” לישראל איז דאס מערניט ווי שלום,

10אעל פי וואס שלום איז דאך אויך אן ענין של ברכה בפני עצמו, כמדובר לעיל בארוכה און פון די ריבוי פסוקים ומאמרי רזל, אז שלום בפני עצמו איז א ברכה, ואדרבא דאס איז עיקר הברכה, און דא איז מען נאך מוסיף, אז דאס ווערט א כלי מרזיק ברכה לישראל.

11על דרך זה ווי געזאגט אויך בנוגע צו שלום רב לא אבות אורתיך.

12וואס דער ביאור בדבר איז, כידוע דער לשון ”הזהר, עלית פולחנא כפולחנא דרחימותא” וואס איזו יעבודה, דער קו העבודה, איז דאך כמדובר לעיל ומבואר בכמה מקומות איז דאס דער ענין התפילה,

13וואס תורה איז דאך א מצוה בפני עצמה, 'לימוד התורה', און עבודת תפילה איז א מצות עשה בפני עצמה, וואס דערפון איז דאך פארשטאנדיק, אז ס'קען זיין תפילה קודם התורה, און תורה 'קודם התפילה',

14איז דאך אבער דא א מעלה אין דער תורה וואס זי ווערט געלערנט לאחרי הקדמת מעשה התפילה, כמבואר אין לקוטי תורה אין דעם ביאור מאמר חז ל פון ברכות, אז אבער בנימין האט מתפלל געווען שטי תפילתי סמוכה למטתי ווי ער איז דארט מפרש אין די מאמרים,

15אז די מטרה איז געווען אין דערויף כדי די תורה זאל זיין לאחרי עבודת התפילה.

16און וואס לכאורה איז ניט פארשטאנדיק וואס איז דא דער דיוק, און דוקא בנוגע צו 'לימוד התורה' איז דאך דער ביאור בזה, כמבואר בכמה מקומות, אז מיוסד אויף 'מאמר רז"ל' אין ידרים און אין בבא מציעא אז ”ברכו בתורה תחילה” איז דאס א ענין עיקרי אין 'עבודת האדם' בכלל,

17ביז וואנענט אז דאס איז אויך א ענין עיקרי אין דעם 'לימוד התורה', כמובן מ'ברענגט דאך די ראי' אויף דערויף פון פסוק ”על עזבם את תורתי”, איז דערפאר האט דאס אנגערירט אין קיום הארץ,

18איז שטייט דאך, נוסף אויפן ענין אז די ארץ האט ניט געהאט קיין קיום אט דאס וואס ס'איז ניטא דער ענין פון ”ברכה בתורה תחילה” ווערט דאס אנגערופן עזבן את תורתי אז מ'פארלאזט דעם ענין פון תורה,

19נאר ס'שטייט ניט סתם עזבן תורה, נאר תורתי וואס דאס איז אין תורה גופא א מעלה, אין ערוך לגבי תורה ווי זי איז סתם תורה,

20ביז וואנענט אז מ'זאגט דאך, אז דוד המלך איז ווי דאס איז געווען אויף מחבר זיין תורה אורייתא בקוב ה, כמובן פון ספר מעיין החכמה אין זהר, ובאמרי חסידות בכמה מקומות.

21און ווי ס'איז אויך פארשטאנדיק פון דעם לשון גופא, וואס מ'זאגט ניט ברכו לפני התורה נאר ברכו בתורה, וואס דאס האט דאך אויך דעם אפטייטש, אז מ'האט מברך געווען און ממשיך געווען, בדוגמא ווי 'כללות ענין' הברכה איז דאך דאס אז דאס זאל נמשך ווערן אין דעם וואס ער איז מתברך,

22וואס דאס איז דאך פארבונדן דאס וואס מ'זאגט א ברכה איז דאס אים לשון ויברך בנוגע וואס מ'זאגט צו זרעים וואס דאס איז דאך 'כללות ענין' התורה ומצוותיך ”הבעים ישרש יעקב” 'וכללות ענין' התורה ומצוה ווערט דאך אנגערופן בשם זריע זירו לכם לצדקה איז מען ממשיך אין דער תורה,

23און מ'איז ממשיך דעם נותן התורה, וואס אט דעמאלט ווערט דאך די תורה באין ערוך, אפילו ווי תורה איז במעלתה הכי נעלית, קודם ווי זי ווערט דער חיבור בהקב וואס דעמאלט שטייט ער דאך אויך אין ן אופן ”הלא כה דברי כאש”, ווי די גמרא זאגט אין ברכות,

24אז ווער ס'זאל ניט זאגן א ענין בתורה איז ”דברי תורה אינו מקבלים תומאה, שנאמר הלא כה דברי כאש אז מה איש אינו מקבל תומאה, כך דברי תורה אינו מקבלים תומאה”, איז דאך דערפון פארשטאנדיק,

25אז ווי תורה ווערט געזאגט פון א זמין וואס מ'דארף ברענגען ראיות אז דעמאלט איז תורה ”אינם מקבלים טומו”, ער קען דאס ניט אויפטאן חס ושלום איז ווערט דעמאלט תורה אויך אנגערופן בשם דברי.

26ס'איז דאך פארשטאנדיק אז ביי אים איז ניט שייך זאגן די עבודה פון דוד המלך אויף מחבר זיין תורה באורייתא בקוב ה אפילו ניט דער ענין פון ”ברכה בתורה תחילה”,

27כמובן אויך פון דעם דין אין דערויף, אז ס'איז דאך א שאלה צי ער מעג מאכן די ברכת התורה, אפילו לויט די וואס האלטן אז דברי תורה אליין קען ער זאגן, אבער די תורה אליין ווערט אנגערופן אויך דעמאלט בשם דברי קומט דאס אבער ניט ווי די תורה ווערט דעמאלט ווען דאס ווערט אנגערופן תורתי,

28וואס אויף דערויף זאגט מען, אז עזבן את תורתי מ'האלט דעם ענין פון תורה, ואדרבא, ווי תלמידי רבי יוני ברענגען, אז ווען מ'האט געלערנט תורה און א סך געלערנט תורה ס'האט אבער אין דעם ענין הלימוד אין דער תורה האט געפעלט דער ענין פון תורתי.

29וואס על דרך וואס דאס איז, כמובן, אויך אן ענין פון באין ערוך, ווי פארשטאנדיק מכמה ענינים, און אויך בפשטות, אז ס'איז אינו בדומה, בשעת תורה שטייט אין אן אופן וואס דאס איז תורתי, אז מ'זעט אן בגלוי אז ”הוא וחכמתו אחד”,

30אדער בגלוי זעט מען אז דאס איז תורה און מ'דארף ברענגען ראי' פון א פסוק, אז דעמאלט איז דאס אויך דברי, און דאס איז כאש וואס טבעו 'עולה למעלה' מיט אלע פרטי הדברים ודבר.

31וואס בדוגמא ווי דאס איז עי ידי ברכת התורה במיוחד לפני 'לימוד התורה', אזוי איז דאס בכללות 'לימוד התורה' די עבודת התפילה שלפני זה.

32וואס דאס איז דער ענין וואס ווערט אויבי תורתך אז וויבאלד אז ס'איז דא די הקדמת עבודת התפילה, און ערשט דערנאך לערנט ער תורה, וואס אין תפילה איז דאך עיקר ענין התפילה איז דאך אז ער שטייט בביטול גמור,

33וואס דערפאר איז דאך דער דין פון תפילה אז ס'טאר ניט זיין לא ירמז ולא יומצמיץ אפילו ס'טאר ניט זיין קיין אני ישלום וכו כמבואר די דינים אין שולחן ערוך, משא ”כן בקריאת שמע” איז דאך דא אין דערויף כמה חילוקי דיעות, ביז וואנענט ווי מ'זעט דאך אויך דער ענין החילוק בגלוי, וואס קריאת שמע קען דאך זיין אויך במיושב,

34משא כן תפילה דארף דאך זיין בעמידה, ואדרבא ”אין עמידה אלא תפילה”, וואס עמידה באווייזט דאך אויף א ענין פון ביטול, משא' כן ישיבה קען דאס זיין אויך אין אן אופן פון התיישבות והקבה,

35ווי געבראכט אויך די פירושים בא 'וישב יעקב', ווי רש"י ברענגט דאס אראפ אויך בפירושו על התורה אז ”ביקש יעקב לשב בשלוה”, וואס דאס איז דאך ניט א ענין פון ביטול, דאס איז א ענין פון התיישבות, און התיישבות אמיתית, וואס דערפאר ווערט דאס אנגערופן התיישבות 'לשב בשלוה'.

36וואס דאס איז אויך וואס מ'זאגט דוקא הקדמת התפילה, עבודת התפילה 'לימוד התורה', וואס אין עבודת התפילה זאגט מען דאך אז דאס איז ”סולם מוצב ארצה וראשו מגיע השמימה” און גלייך דערויף זאגט מען,

37אז דאס גייט בנוגע צו תפילה כו ווי געבראכט אין מדרש על הכתוב, דערנאך ברענגט ער אויך אין מדרש די צווייטע דיעה, אז דאס גייט אויף תורה, ווארום דאס איז בגימטריא סיני,

38וואס סיני איז דאך דער ענין פון נתינת התורה, און די ביידע פירושים זאגט מען אין דעם זעלבן ענין.

39וואס דאס ווערט, אפילו דאס איז צוויי באזונדערע פירושים, איז אויך דא די מציאות ווי זיי ווערן איין זאך, וואס דאס איז דורך דערויף וואס ס'איז דא 'אוהבי תורתך' זאגט מען אויף זיי ביידע ענינים, אז זיי זיינען ווי מ'זאגט אין דעם 'מאמר רזל' הידוע, אז דאס קומט בהמשך נאך דערויף ווי מ'ברענגט דעם פסוק

40אז ו ”וכל בניך לימודי הוי ורב שלום בניך” וואס דא שטייט דאך אז דאס רעדט זיך וועגן תלמידי חכמים, און דערנאך זאגט מען דעם פסוק

41”שלום רב לאהבי תהורתך” אז דאס איז דער ענין פון 'לימוד התורה' וואס קומט לאחרי ווי מ'שטייט אין א דרגא אז מ'איז שוין אן אוהב ה במילא איז קומט אויך דערנאך אראפ אויך אין אוהב ותהורתך אויך אין אהבת התורה.

42און אט דא קומט צו נאך אויך א צווייטער ענין, נוסף אויף דערויף וואס ס'איז דא דער ”ורב שלום בה נח” אויך דער ענין פון שלום רב לו ותורתך.

43וואס לכאורה על פי המבואר, אז אויך די תלמידי-חכמים שבפסוק הראשון איז דאס אויך בהקדמת עבודת התפילה, און מ'זאגט שוין שלום רב וואס איז דערנאך די הוספה, און מ'זאגט שוין אויף דערויף ורב שלום וואס איז דערנאך די הוספה?

44אז אויב ותירתיך האבן ורב שלום ורב שלום לא ותירתיך אז מ'פיל אז אויב מ'וועט מפרש זיין אז אין ”וכל בניך למודי הוי'” גייט דאס אויף 'לימוד התורה', ניט ווי ס'איז פארבונדן מיט תפילה, ווערט דאך דעמאלט די שאלה, נאך די רשת מערער ביאור,

45איז וואס באשטייט דער חילוק פון ורב שלום בה נח וואס ס'שטייט בין נח וואס דאס גייט אויף תלמידי-חכמים עוסקים במנינים של עולם, ווי די גמרא איז דאס מפרש און געבראכט אויך אין דעם מאמר, און וואס ס'קומט אויף דערנאך די הוספה פון שלום רב לא אבותורתך

46וואס דער ביאור בזה איז אויך פארשטאנדיק פון לשון הכתוב, אז דארטן זאגט מען ”ורב שלום בנייך” אלא בי נייך אז דאס איז פארבונדן מיט בנין העולם.

47ובדוגמא ווי דער רמב"ם ברענגט אין סוף הלכות חנוכה, אז התורה ”התורה לא ניתנה אלא לעשות שלום בעולם, שנאמר” ”ה' עוש לעמי יתן ה' יברך את עמי בשלום”,

48אדער ווי די צווייטע ראי פון ”דרכיה דרכי נועם וכל נשיבותי' שלום”.

49וואס דאס איז דאך פארשטאנדיק, אז דא רעדט זיך, ווי תלמידי-חכמים, ענינים וואס זיי זיינען בוני עולם, און ווי ער איז מבאר אין דעם מאמר, אז דורך וואס איז מען בונין את העולם?

50דורך דערויף וואס מ'איז ממשיך פון עשרת הדברות, וואס זיי זיינען כולל כל התורה כולה, און ווי ער איז מפרש אין ירושלמי ”מזה ומזה הם כתובים” אז צווישן די עשרת הדברות איז געווען כתובה כל התורה כולה, ביז ”כל מה שתלמיד ותיק עתיד לחדש”, איז מען זיי ממשיך, עשרת הקו בשקל הקודש,

51אין די ”עשרה מאמרות שבהם נברא העולם”.

52וואס אע' פי וואס עולם על מילואו נברא, ווי ער זאגט דאך וואס דערפאר שטייט דאך אלו ”תולדות השמים והארץ בהיברן, תולדות מלא” וואס דארף מען דא אויך זאל צוקומען נאך די עשרת עשרת עשרת הדברות אין די עשרה מאמרות?

53איז דאך ווי ער איז מבאר גופא אין דעם מאמר און בהמשך ו”בביאור יותר בכמה” מאמרים, אז אפילו ווי אין עולם במילואו נברא, איז דאך דעמאלט געווען וקודם ביטול הגזירה פון עליונים לירדו למטה, תחתונים ליעלה למעלה,

54איז אפילו אין תכלית שלימות העבודה האט מען דערגרייכט ביז אין תכלית שלימות פון שורש הנצלים.

55וואס דאס איז דאך אויך געווען די מעלה פון די אבות, וואס ס'איז דאך געווען ”האבות הן הן המרכבה אעפ' כן”, כמבואר בארוכה און די ראי' פון מעיין איתם שבבית המקדש, אז זיי האבן דערגרייכט ביז אין תכלית שלימות העבודה ווי ס'קען זיין מצד נבראים, ביז אין שורש הנצלים.

56וואס אין דערויף האט מען געדארפט אויך האבן עבודה, בדוגמא וואס מ'זאגט אז אבדם ”הראשון בגן עדן” איז אויך געווען ”לעבדו ולשמרה”, ווארום מיט דערויף גופא איז אויך דא דרגות ווי עולם על מילואו נברא איידער ”ואדם עין לעבוד את האדמה” במילא איז נאך ניטא די ענין פון 'המשכה מלמעלה' פון אן ארט וואס איז העכער פון בריאת העולמות,

57בשעת ס'איז דא ”לעבדה ולשמר” פון אדם הראשון על דרך זה עבודת האבות, ”האבות הן הן המרכבה” ווערט אין דערויף א הוספה נפלאה, ביז אין אן אופן באין ערוך,

58וואס דערפאר פארגלייכט מען דאך דאס, לעבדה אז דאס איז רמך ”מצוות עשה ולשמרו שסן מצוות לא תעשה” אז דאס איז אויך א הוספה באין ערוך, דאס קומט אבער ניט, ס'ווערט נאך אלץ ניט בטל די גזירה פון ”עליונים לא ירדו למטה, תחתונים לא יעלו למעלה”, וואס דאס האט זיך ערשט אויפגעטאן בשעת מתן תורה,

59וואס אט דעמאלט איז בטל הגזירה, ”ואני המתחיל”, כמדובר ומבואר בארוכה בכמה מקומות.

60וואס אט דעמאלט איז אויך דא דער ענין פון מצות עשה מן התורה, עבודת התפילה, מצוות עשה מן התורה דער 'לימוד התורה', און אויך דער חיבור שניהם יחד,

61וואס דעמאלט ווערט דאס אוהבות אורתך על דרך ווי דער כללות החילוק ווי ס'איז געווען קודם מתן תורה און לאחרי מתן תורה איז דאס אויך דער חילוק דא לאחרי מתן תורה אין 'עבודת האדם', אז ס'איז דא די 'עבודת האדם' וואס יוצא האדם לפלו ומצד דערויף וואס ער איז אליין ווי ס'דארף-צו-זיין, במילא איז דאך חלקו בעולם אויך ווי ס'דארף-צו-זיין,

62גייט ער ארויס לעבודתו, דערזעט ער א וועלט, עולם על מיל ויא נברא וואס דאס איז דאך אויך שייך אפילו אין זמן הגלות, אפילו אין עקבתא דמשיחא,

63ווי מ'זאגט דאך אז איינער פון די תפילות איז אויך דא ”עולמך תראה בחייך” ווי די גמרא ברענגט אין התחלת ברכות, און אויף דערויף זאגט מען עולמך וואס ביי אנדערע איז דאס אין עולם הבא איז תראה בחייך אין 'עולם הזה' הגשמי, ווי א נשמה בגוף, און דאס איז גלייך ווי די תפילה ווערט דארט געבראכט אז דאס איז פון די תפילות וואס מ'האט געזאגט אין תחילת היום,

64ווי פארשטאנדיק פון די תפילות און ווי מ'האט דאס דערנאך זיי קובע פון כמה תפילות ווי מ'האט זיי דערנאך קובע געו און אויף דערויף זאגט מען, אז בשעת ער עפנט-אויף די אויגן און דערזעט א וועלט, איז וואס פאר א וועלט דערזעט ער?

65עולמך ווי די וועלט וועט זיין לעתיד-לבוא.

66און דערנאך זאגט מען אויף דערויף ”יוצא אדם לפעלו” אז ער הויבט אין דערויף טאן דעם ענין פון ”לעבדה ולשמרה” בדוגמא ווי ”אדם הראשון בגן עדן”, וואס דעמאלט איז אויך געווען 'על מילואי נברא"', עאכו' כמה ווי ס'איז געווען אין גן עדן, און דערנאך איז געווען ”לעבדו ולשמר” וואס האט מוסיף געווען באין ערוך,

67אבער דאס איז נאך ניט דער אין ערוך וואס טוט זיך אויף דורך מתן תורה.

68וואס עד"ז אויך בהנוגע צו דעם ערשטן פסוק, וואס דאס איז דער ”וכל בנייך למודי הוי' און ורב שלום בנייך” אז זיי איז אין ”אל תקרי בנייך אלא בונייך"”, אז בגלוי שטייט בנייך און דער פירוש בזה איז אויך בנייך,

69כמבואר ומאמר אז ביידע פירושים זיינען קיימים, איז אט דעמאלט איז דער ”ורב שלום בנייך אל תקרי בנייך אלא ביונייך” זיי זיינען ממשיך דעם ורב שלום אין דעם ענין העולם.

70בדוגמא ווי דער לשון המאמר איז ליתנו תורה אז ס'זאל זיין שלום בעולם.

71דערנאך קומט נאך צו א העכערע דרגא, און דאס איז וואס מ'זאגט שלום רב לא ותורתך עדי ותורתך אליין, אפילו נאך דערויף ווי זיי האבן שוין אויפגעטאן דעם ענין פון ”ורב שלום בניך אל תקע בניך אלא” בינו,

72ער האט זיי ממשיך געווען רב שלום אין דער וועלט, דערנאך קומט ביי זיי אויך צו ן ענין הכי נעלה, אפילו בערך עבודתם ומעמדם ומצבם ווי ס'איז געווען לאחרי ווי זיי האבן שוין אויפגעטאן דעם ורב שלום בו נח דער להמשיך שלום בעולם.

73וואס בכללות איז דאס, ווי מ'זאגט דאך אז דער ענין פון התורה ומצוותי איז דאך לעשות ”לו יתברך דירה בתחתונים”, וואס דעמאלט ווערט אין תחתונים דער ענין פון ”ורב שלום בניך” ב�עיך, דערנאך איז דאך דא אויך דער ענין פון שכר,

74וואס דער שכר דארף דאך זיין עפעס מערער און א סאך מערער און שלא בערך מערער, וויבאלד אז ס'רעדט זיך וועגן אן עבודה פון ורב שלום, וואס ס'באקומט דער 'לומד התורה' וקיום מצוותי.'

75וואס דאס איז וואס נאך דערויף ווערט דער ענין פון ורב שלום רב לא אבות אורתך וואס דא איז א הכרח גמור, אז ס'זאל זיין דער ענין פון הקדמת עבודת התפילה, ווארום כדי ס'זאל זיין ווי גערעדט בנוגע צו ואוצרתיהם עמלו וואס דאס קומט לאחרי להנטא לא אב ויש, אז ער נעמט אין זיך אויף דעם תענוג הבורא,

76וואס אט דא פרעגט זיך די גמרא אין סנהדרין פון וואנענט האט ער דאס כח, און מ'פארענטפערט, אז דאס איז דורך דערויף וואס ער איז אין א מציאות פון אן עבד, וואס דאס ווערט אויפגעטאן ע ל ידי עבודת התפילה, וואס די גאנצע מציאות פון אן עבד איז דאס מציאות האדון,

77איז אט דעמאלט ווערט דער תענוג האדון זיין תענוג, ובנוגע צו שכר המצוה דער תענוג הבורא, דערפון וואס ער האט געמאכט א 'דירה בתחתונים' ווערט דאס זיין תענוג.

78וואס דאס קומט נאך דערויף אלס סיב ומסובב, אפילו ווען דאס וועט זיין ”למעלה מגדר זמן”, איז די סיבה וואס ער האט אין להנכי לא אל הישב עצותיהם עמל איז דאך דאס ווי מפרשי המשנה בפשטות זאגן על ידי 'לימוד התורה' וקיום מצוותי כדי צו דערגרייכן דעם העכסטע דרגא אין דערויף,

79וואס דאס איז ווי דער תענוג האדון ווערט דער תענוג העבד, און תענוג העבד ווערט דעם תענוג האדון איז דאס דורך דערויף וואס פריער טוט מען על ידי תורה ומצוותי ”ורב שלום בניך”, ועל התיקון ”בניך אלא בוניך” אט דא קען זיין אויך די עבודה אין אן אופן

80אז דאס זאל זיין אפילו אן הקדמת עבודת התפילה, וכמדובר בכמה מקומות ומבואר בארוכה אין דברי חסידות, אז 'בזמן הגלות' איז קען זיין, אז אפילו אזא מין וואס ער האט ניט עבודת התפילה זאל ער מכוון זיין א דין אמת, ביז א דין אמת לאמיתתו, און פסק'נען דעם דין ווי ס'דארף צו זיין,

81וואס בשעת ער פסק'נט דעם דין ווי ס'דארף-צו-זיין, און דערנאך טוט מען אזוי, אדער על כל פנים בעולם הדיבור האט ער שוין אריינגעבראכט דעם שלום בעולם די שלימות פון תורה ומצוותי' אין דעם עולם, אף על פי וואס ער אליין שטייט אין א מעמד ומצב מצד זמן הגלות, מצד סיבות שונות ומשונות, אדער מצד גלות פרטי, אין א מעמד ומצב וואס ביי אים איז ניטא נאך דער ענין.

82דערנאך קומט א העכערע דרגא, אז בשעת ס'איז דא די אויבות שורתך הקדמת עבודת התפילה, איז אט דעמאלט נוסף אויף דערויף וואס מ'זאגט אז ”פדה בשלום” איז שוין אויך כולל אין זיך אז ס'דארף זיין אן עבודה פון ”שלום אמיתי, אפילו” ניט נעמא ”אפום חרבה לוחל” חרב של שלום עבודת התפילה,

83איז דאך סיי אין 'לימוד התורה' סיי אין עבודת התפילה דא כמה דרגות, דערפון איז אויך פארשטאנדיק, אז ס'איז אויך כמה דרגות דא אין דעם קישור פון עבודת התפילה און ווי זי טוט אויף אין דעם 'לימוד התורה' שלאחרי זה,

84אז בשעת עבודת התפילה איז א דרגא הכי נעלית, איז אט דעמאלט אויך די 'לימוד התורה', ביז אין אן אופן אז דאס ווערט אנגערופן תורתי און דער 'לומד התורה' ווערט אנגערופן אוהבות תורתי.

85וואס בכללות איז דאס שייך סיי בנוגע צו תורה סיי בנוגע צו מצוותי, הצו 'קיום המצוות' צו מצוות התורה, כמובן אויך פון פרק עשירי בהלכות תשובה להרמב"ם, וואו ער איז דארט מאריך בנוגע צו שלימות ענין העבודה,

86אז כך לשלימות העבודה איז דאס די דרגא פון לשמה און ברענגט און ברענגט אויף דערויף אראפ דעם ענין פון ”אברהם אוהבי” וואס דאס איז דאך די דרגא און די עבודה פון 'אוהבי תורתך'.

87וואס דעמאלט פועל"ט מען אויף, ווי גערעדט פריער, בדוגמא בהנוגע צו עבד.

88על פי זה איז אבער דורש אויך הוספת ביאור, על פי זה קומט דאך אויס, אז דאס איז שייך צו א מציאות פון אן עבד דוקא, וואס דעמאלט לכאורה קען מען זאגן אז זיין מציא קען מען זאגן דעם ביאור האמור אז ער האט ניט ”מציאות בפני עצמו”, דאס איז מציאות האדון,

89משא' כן בהנוגע צו ”בנים אתם להוי' אלקיכם”, וואס אויף דערויף זאגט מען דאך ”ברא כרעא דאבוהא” און מ'איז מסביר בזה, אז דער בן ווי די אלטע רבי אין לקוטי תורה, אז דער בן ווערט דערנאך א מציאות בפני עצמו, וואס דערפאר איז ”עבודתו ועבודת אביו איז עבודתו קודמת”,

90און דא זאגט מען, אז בנוגע צו אן עבד ווערט ער אויס מציאות, נאר דוקא ער איז מציאות בתקפה, ווי גערעדט פריער בארוכה ”מאן פני האדון דא” הוי' איז דא ר' אבוהו אדער ר' שמעון בן יוחאי, כמדובר אין ירושלמי, כמובא פון ירושלמי און זייער, ומכמה מקומות,

91אז מ'זאגט אויף דעם תנא אדער דעם אמורי, אז דאס איז ”פני האדון הוי” וואס דער ביאור בזה איז פארשטאנדיק פון ”תורה אור” פון היינטיקער סדרה בתחילתו,

92אויף ”וישב יעקב בארץ מגורי אביו” וואס דארט ברענגט דער אלטער רבי אראפ די צוויי טייטשן וואס מגורי האט מגורי מלשון יראה און מגורי מלשון אוצר, איגר בקיץ לחמו וואס ווי עס ווייזט אויס איז דאס מיוסד אויף דעם תורה פון דעם מגיד,

93ווי גערעדט אין דער התוועדות, שוין געדרוקט אין נר תורה, וואס ער ברענגט אויך אויפן זעלבן פסוק די ביידע אפטייטשן, פון לשון יראה, מגורי לשון ”יגר, לשון יראה”, און מגורי פון ”לשון אגר בקיץ” לחמו.

94ס'איז קיין שאלה ניט פארוואס דער אלטער רבי דערמאנט מדבר בשם אומרים, כמדובר כמה פעמים, אז דאס איז בדוגמא ווי ער זאגט אין דער הקדמה צו תניא, אז דאס איז ”מפי ספרים ומפי סופרים” איז

95דערנאך דערמאנט ער מערניט ווי געציילט אין מאל בספרי תניא און אויך בספר פון ”תורה אור” אדער לקוטי תורה דעם בעל שם טוב וואס דער מגיד א ענין בשם אומרו, מיטן צווייטן ביאור בזה,

96אז נאך דערויף ווי ער האט דאס געלערנט, ביז וואנענט אז דאס איז נתעצם געווארן עמו ווי כמובן פון תניא פרק ה, ווי אזוי דער שכל ווערט נתאחד און איין זאך מיטן משכיל און מיטן מושכל איז אט דעמאלט ווערט דאס תורתו, וואס דאס איז דאך אויך א תשובה,

97א פארענטפערונג אויף כמה גדולי ישראל וואס מ'געפינט ביי זיי ענינים וואס זיי האבן געהערט פון זייערע רביים, און אעפ' כן דערמאנען זיי דעם ענין ניט דערמאנענדיק בשם אומרו.

98והבוהון דכולהו, די גרעסטע ראי' אויף דערויף איז וואס מ'געפינט דאך כמה מאמרים, א ריבוי מאמרים, וואס האט געזאגט ר' אליעזר הגדול, און ס'שטייט מערניט ר' ”אליעזר הגדול אומר”,

99און דערנאך זאגט ער באליעזר הגדול מעולם ”לא אמרתי דבר” סיידן ער האט דאס געהערט מרבותו, אף על פי כן דערמאנט ער ניט דעם נאמען פון דעם רבותו, פון וועמען ער האט דאס געהערט, אדער על כל פנים בשם כללי.

100אין ביאור בזה איז ווי די גמרא זאגט אין יבמות, אז הכל יודים אז בשעת יהושע זאגט איז דאס בשם איז דאס א ענין וואס ער האט דאס געהערט פון משה'ן, ער דרך ווי דא תלמידות של ”ר' יוחנן בשם ר'” יוחנן, עד"ז ”מפי ספרים ומפי סופרים”, אבער אויך דא דער צווייטער אפטייטש,

101ובפרט נאך ווי די רבותינו נשיני זיינען מבאר, אז תורת חסידות חב"ד איז געווען דורך א נשמה חדשה, וואס דאס איז דער ענין פון דעם אלטן רבי'ן,

102איז דערפון אויך פארשטאנדיק דעם חידוש וואס איז דא בתורתו, ביז וואנענט אז ”נקראת על שמו” דער ספר תניא קדישא מיט די ספרים ומאמרים שלאחרי זה, ביז ”אין כל מה שתלמיד ותיק עשיג לחדש” אין די תורות פון דעם אלטן רבי'ן וממלאי מקומו.

103וואס אין דעם מאמר 'וישב יעקב' וואס ער טייטשט אפ ”בארץ מגורי אביו” שני פירושים דער טייטש פון מגורי לשון יראה און דער טייטש פון מגורי אגר פון לשון אוצר,

104וואס אט דא שטייט אביו ניט דער ענין פון עבד ועדון, נאר אביו ווי א בן ואב, בפשטות הכתובים ”וישב יעקב בארץ מגורי אביו” גייט דאס אויף יצחק'ן, און ווי ער טייטשט דאס אויך אפ אין ”תורה אור” אז דאס גייט אויף אברהם'ן,

105און ער איז דארט מבאר, אז בשעת ס'איז דא דער 'לימוד התורה' אין אן אופן הקדמת העבודה אז ”ונפשי כעפר לכל תהי” אז ער ווערט אין אן אופן פון ביטול אמיתי, איז אט דעמאלט ווערט ”ואשים דברי בפיך” אז דאס איז דברי ממש, 'שכינה מדברת בתוך גרונו',

106און איז מסביר בזה, אז דערפאר זאגט מען ”מאן מלכי רבנן” אז וויבאלד אז דאס רעדט זיך וועגן רבנן וואס זיי זיינען א ”ביטול במציאות”, זיינען זיי זייער גאנצע מציאות איז דער ענין פון דעם מלך וואס דאס גייט אויפן אויבערשטן.

107וואס אט דאס האט מען ארויס פון דעם מאמר, אז אויך א מציאות פון בן, אויב ער האט נאר אט די עבודה וואס זי ברענגט צו ביטול אמיתי, אט דעמאלט זאגט מען אויף אים, אז ער איז ניט קיין ”מציאות בפני עצמו”, נאר ער איז מלכי,

108ווי דער מלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא, מ'זאגט אן דערויף דער ”ואשים דברי בפיך” אז דאס וואס ער זאגט אז דאס איז דברי איז דאס בפיך פון דעם מלכי רבנן,

109וואס אט דאס זאגט מען אויך די ביידע טייטשן, אז בשעת ס'איז דא דער מגורוי פון לשון יראה, ווי ער ברענגט דארט אראפ דעם ענין פון ”אוצר של יראת שמים”, איז אט דעמאלט ווערט ער אין א מציאות ווי ”אוצר של יראת שמים” פועל ביי אים,

110ער איז אויס ”מציאות בפני עצמו”, ווערט ער ערשט דעמאלט די אמיתית המציאות, בדוגמא ווי דער רמב"ם זאגט אין ”תחילת ספרו יד” החזקה, בנוגע צו דעם אויבערשטן,

111און ווי דער אויבערשטער שטייט אין אמיתית המציאות, דערנאך איז מען דאס אבער ממשיך אין וועלט, ווי ער איז דערנאך ממשיך ”ואמת הוי' לעולם” אז מ'איז דאס ממשיך אויך אין וועלט, וואס דאס ווערט אויפגעטאן על ידי בני ישראל, על ידי בינויך, דורך אידן, בני ישראל בכלל,

112ווי אויף דערויף זאגט מען דאך וכל בנייך, וואס דאס גייט דאך אויף יעדער אידן און אלע אידן, ובפרט דורך ועתיקו ”בנייך אלא בינוך”, תלמידי חכמים,

113און דערנאך זיינען זיי דאס ממשיך אין אזא מין אופן, אז ס'ווערט דער ענין פון אוצר, ”לשון איגר בקיץ” לחמה אז מ'קלייבט צוזאמען די אלע ניצוצות הקדושה מכל מקום שהם פון ארץ כנן, ווי ער איז דארט ממשיך, אז דאס איז אויך דער תכלית 'רידות הנשמה' בגוף,

114איז זי דאך יורד אין 'ארץ כנען', וואס דאס איז כנען פון לשון שוחר, וואס דאס איז כדי ס'זאל זיין די ירידה 'צורך עלי' וואס דורך דערויף קלייבט ער זיי אלעמען צוזאמען, וואס דאס איז דאך אויך דער המשך דערנאך אז אנחנו מלמין עלומין ווי ער איז מבאר בארוכה אין די דרושים שלאחר זה,

115דער ביאור פון מלמין עלומין און אויך אויך באריכות הביאור אין תורת חיים פון דעם מיטעלן רבי'ן, און אור התורה פון דעם צמח צדק, און אט דעמאלט ווערט ”וישב לשון עכבה” והתיישבות און בשלוה אז דעמאלט ווערט דאס דער אמיתית ענין השלום מצד שני הענינים,

116סיי מצד דערויף וואס מ'איז ממשיך שלום בעולם, ווי דער רמב"ם איז מסיים הלכות חנוכה, וואס דאס איז על ידי התורה, און אויך ס'ווערט ”ורב שלום בנעוך” א דרגא הכי נעלית בזה, וואס דאס איז דער ענין וואס דער תענוג הבורא, ווי ער איז מבאר בארוכה אין המשך פון וככה,

117ווערט דאס אויך זיין תענוג, נוסף וואס דאס איז אלעמאל דא, אז נאך קודם שהגיע לדרגא זו ווייס ער בשכל אז דאס איז די מעלה וואס איז דא אין ”תשובה ומעשים טובים בעולם הזה”,

118”מכל חיי העולם הבא”, וואס דאס איז דאך אויך כולל די שי' עולמות, איז נוסף וואס ער ווייס דאס אז דאס איז אזוי, ווערט דאס זיין תענוג בפועל, זיין תענוג ממש, וואס דערפאר זאגט מען דאך די ביידע אפטייטשן אויך אפילו אין יש,

119אז יש גייט דאס אויף אמיתית המציאות, אמיתית נצחית, וואס דאס גייט אויך אויף אמיתית המציאות דעם אויבערשטן, און ווי דאס ווערט דערנאך ונברא ווערט כביכול איין זאך מיט בורא, כמבואר לעיל בארוכה.

120וואס אין דערויף איז אויך א שייכות צו עניני חנוכה.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions