English
ספרייה
kind
paragraph
order
FV
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
וואס דאס איז אויך וואס מ'זעט און מ'לערנט אויך אפ פון דער פרשה פון היינטיקער וואך, ווי מ'איז דאך געוואוינט געווארן, אז יעדער וואך האט דאך איר פרשה, וואס האט ספעציעלע אנווייזונגען פארבונדן מיט די פאסירונגען וואס טרעפן אין דער וואך, עאכו כמה וכמה א פאסירונג אז ס'וועט ערפן זיך צוזאמען מיט מערערע אידן, און וואס יעדערער פון זיי האט א השפעה אויף א גרעסערע צאל אידן, במילא איז בשעת ער איז דא קומט דורך דערויף אויך אן דער מעסעדזש ווי מ'זאגט דאס, דאס וואס מ'לערנט אפ דערפון צו א מערערע צאל אידן, און טוט דאס אין אזא מין אופן ווי מ'לערנט דאס אפ פון דער סדרה פון היינטיקע וואך, וואס דארט ווערט דערציילט א פאסירונג וואס איז געווען מיט טויזנטער יארן צוריק, אבער אז מ'טראכט זיך אריין אין דעם זעט מען גלייך אין דעם די אנווייזונג און די תורה וואס מ'קען אפלערנען דערפון פארן טאג-טעגלעכן לעבן בכלל, ובמיוחד אט די מענטשן וואס האבן דעם זכות אז דורך זיי פירט דורך דער אויבערשטער א שליחות אין טובת הרבים, ווי אזוי זיי דארפן טאן, און ווי אזוי זיי דארפן זיך פילן גליקלאך, און האדעווען אזוי אויך זייערע קינדער און זייערע מושפעים, אז זיי זאלן גיין אין זייער וועג, און אויך וועט זיכער זיין די הצלחה פון די קינדער נאך מער ווי ס'איז געווען בא די עלטערן, וויבאלד אז די קינדער האבן שוין געהאט דעם ביישפיל פון די עלטערן און די הדרכה פון די עלטערן טוען זיי מיט מער הצלחה און מיט מערער זריזות און מיט נאכמער פריילעכקייט, במילא איז די אלע זאכן מיט מער הצלחה.
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים