English
ספרייה
kind
paragraph
order
V
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
ער הויבט אויף אידן שטייען אין א מעמד ומצב אז דער מוח שליט על הלב און פירט אן מיט אלע ענינים, וואס דעמאלט איז ער א ראש אמיתי, פועל'ט אויף דער אויבערשטער על ידי משה רבינו, וואס דאס איז דאך דער ענין התורה, און דורך דעם חלק ניצוץ משה וואס איז דא אין יעדער אידן, האנשים והנשים והטף כמדובר, אין אן אופן אז דאס פועל'ט אים ביז אין זיין כח העשי ווערט ער וידבר הוי'אל משה און דורך דערויף ווערט דער נשא את ראש בא יעדער אידן און ביי אלע אידן. וואס דאס האלט נאכמערער צו די ענין כל הענינים האמורים, ובמיוחד די גאולה האמיתית והשלימה, און מ'איז נאכמערער מוסיף גלייך נאך די רגע הגאולה, הלוך והוסיף ואור, אין דער תורה חדשה מאיתי תצא, וואס דאס ברענגט דאך אויך דעם חידוש אין כל העניני העולם, על אחת כמה וכמה אין די אלע ענינים פון אידן, סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, וכאמור סיי האנשים סיי הנשים סיי הטף, ובפרט נאך, אז דאס איז דאך אויך יום ראשון, וואס אויף יום ראשון זאגט דאך די גמרא און ברייתא הכלל, אז דאס איז יום שנטל עשר עטרות בפעם הראשונה, ווי דערציילט אין תורה, און דערנאך איז הימים האלה נזכרים ונעשים בכל יום ראשון, אז א איד דערמאנט זיך אויף דערויף, אין אן אופן פון זכרון אמיתי על פי התורה, וואס דעמאלט ווערט דאס אזוי ביז אין עשי' בפועל, אין דעם ארט און אין דעם מעמד ומצב וואו ער געפינט זיך, אפילו אז דאס איז נאך אין חוץ-לארץ, און דארט גופא אין א מעמד ומצב פון גלות, און אין עקבתא דמשיחא, וכמדובר כמה פעמים, און דאס אלץ איז נאכמערער מזרז און ממהר, ויפקו מבי גלותא ברחמי דוקא, רחמים
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים