עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-ez1cqper

kind
paragraph
order
ky
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
וואס דאס איז דאך דער אויפטו פון א קעמפ, אז דעמאלט געפינט מען זיך אין קעמפ כל היום וכל הלילה, און ס'איז דא מערניט ווי די השפעה פון דעם קעמפ און די וואס פירן-אן מיטן קעמפ, על דרך זה אויך אט די וואס לערנען זיך אויף צו זיי מדריכות, דורך דערויף וואס זיי לערנען זיך אין בתי-ספר, וואו מ'לערנט דער ענין החינוך און ענין הדרכה צו תלמידים און צו די תלמידות, לערנען זיי אויך ווי אזוי זיי דארפן טאן אין די אלע זאכן. און אין דערויף, ווי דערמאנט פריער, איז אן עיקר הכי גדול, אז אפילו ווען מ'ווייזט זיך אויס אז דער זומער איז א לאנגער זומער, במילא וואס דארף ער זיך איילן, אדער וואס דארף זי זיך איילן, און ניט לאזן גיין פארפאלן אפילו איין רגע, על אחת כמה וכמה ניט לאזן קיין פארלארן א גאנצן טאג, אדער נאך מערער ווי א טאג, נאר ער דארף אויסנוצן אין אן אופן פון שקדים, און אין א הייליקן אופן, וביחד עם זה דורכגיין די אלע סוקף, די אלע ענינים און די אלע מצבים וואס ער פאדערט זיך כדי אז בדרך הטבע, נאר א שנעלן טבע, זאל דאס זיין די שנעלקייט אז מ'גייט דורך די אלע מצבים
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions