transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1אין דעם ענין וואס מ'האט גערעדט פריער וועגן ”פדה בשלום נפש כי ורבים היו עמדים” וואס דאס איז דאך געווען מיט דעם פסוק איז דער אלטער רבי אויסגעלייזט געווארן, וואס פון דעמאלט אן ווערט געפראוועט י' טז כסלו,
¶2און ווי גערעדט פריער איז דאס על מנת כדי מ'זאל ווייטער גיין אין די דרכים אויף וועלכע ער האט זיך מוסר-נפש געווען, איז ווי מ'לערנט דאס דאך אפ פון דעם פסוק איז ווי רש"י איז מפרש, אז פון וואנענט ווייס מען אז דא רעדט זיך וועגן יוסק בתורה ווארום דא שטייט ”פדה בשלום” און תורה איז דאך כל נשיבותי' שלום?
¶3אזוי אויך ווייס מען אז דאס רעדט זיך וועגן יוסק 'בגמילות חסדים', ווארום דורך גמילות חסד וואס ער טוט א צווייטן איז דורך דערויף ווערט דאך שלום וקירוב ביניהם, און אט אזוי אויך ומתפלל אין הציבור איז דאך דאס דער ברבים היו עמדים
¶4און אין דערויף זעט מען אין פסוק, אז כיבה רבים היו עמדי איז דאך ”שבעים פנים לתורה” יעדער פסוק האט דאך א סאך אפטייטשן און א סאך אפלערנונגען, איז ווי דער פירוש הפשוט, אז דער ”כי ברבים היו עמדי” איז דאס א טעם, און ווי דער מיטעלער רבי דריקט זיך אויס דאס איז א טעם גדול אויפן ”פדה בשלום” נפשי,
¶5אז פארוואס איז געווען דער ”פדה בשלום נפשי”?
¶6דערפאר וואס ”ברבים היו עמדי”.
¶7וואס דערפון פארשטייט מען אויך, פארוואס דער אלטער רבי און די רביים נשיאים לאחריו האבן זיך אזוי אפגעגעבן אויף מפיץ זיין 'לימוד התורה' 'וקיום המצוות' צווישן וואס מערער אידן,
¶8סיי רחוקים און סיי קרובים און סיי די בינונים גאר אין אן אופן של הפלגה לגבי אנדערע קרייזן און לגבי אנדערע חוגים.
¶9ווארום אט דאס איז דער אפטייטש, דער פשוט'ער, פון ברבים היו עמדים אז מ'דארף זען אז מיט אים צוזאמען, אט אזוי ווי ער ווייס פון דער גוטסקייט פון ”עוסק בתורה וגמילות חסדים ומתפלל”, איז ער באגנוגנט זיך ניט דערמיט וואס ער האלט דאס פאר-זיך,
¶10נאר ער איז זיך משתדלה אז ס'זאל זיין א רבים עמדו איז אט דאס איז אים מסייע, אז ס'זאל זיין ביי אים אליין דער ”פדה בשלום” אין א גרעסער און אין א טיפערן אופן.
¶11וואס דערפאר איז דאך אויך איינע פון די ”קוים יסודיים אין” די עבודות פון חסידות חב"ד דער ענין פון הפצה סיי די מעיינות און סיי די יהדות בכלל, דער ”עוסק בתורה ובגמילות חסדים” ובתפילה, כפירוש הפשוט פון דעם פסוק,
¶12אז וויבאלד אז מ'דארף האבן דעם ”פדה בשלום” איז א טעם, און א טעם גדול אויף דערויף, אז דער אויבערשטער זאל דאס בענטשן און מצליח זיין בזה אז מ'זאל זען אז ס'זאל זיין דער רבים עמדו וואס א גרעסערע צאל אידן זאלן דורך אים זיך מצטרף זיין צו דעם ”עוסק בתורה ובגמילות חסדים ומתפלל”.
¶13וואס דערפאר איז דאך אויך דער ומתפלל אים הציבור קען מען דאך אפלערנען אפילו פון ”פדה בשלום” אליין, ווארום מתפלל אים הציבור דארף דאך דער גאנצער ציבור ווערן ווי איין זאך,
¶14ווי איין מנין, ווי איין ענין, וואס דערפאר איז דעמאלט קען מען רעדן דבר שבקדושה, ניט דערפאר וואס ס'איז דא צען באזונדערע זאכן, נאר דערפאר וואס די צען באזונדערע אידן זיינען גע
¶15איין מנין איז דאך פון ”פדה בשלום” דאס איז אליין גענוג אויך וויסן דעם מתפלל אים הציבור, וואס דעמאלט איז דער כיבה רבים א טעם אויך אז מתפלל אים א ציבור זאל דאס אים ארויסהעלפן אין דעם ”פדה בשלום”.
¶16וכאמור כמה פעמים, אז וויבאלד אז דער אויבערשטער מאנט ביי א אידן, איז ”אינו מבקש אלא לפי” כחו אז ער האט דאך באשאפן דעם אידן, און ער האט באשאפן די וועלט אין וועלכע דער איד געפינט זיך.
¶17און ווי דער אלטער רבי איז מבאר בארוכה, איז דאס ניט אז די באשאפונגע איז געווען מיט טויזנטער יארן צוריק, און פון דעמאלט איז חס ושלום ”עזב ה' את הארץ” און די וועלט פירט זיך פון זיך אליין, נאר 'יש בעל הבית לבירה זו' אז 'בכל רגע',
¶18אין יעדער רגע, איז דער אויבערשטער דא אין דער וועלט, אין אונזערע ד' אמות, און קוקט זיך צו און פירט אן מיט יעדער פרט ופרטי פרטים פון דער וועלט ארום און פון דער וועלט אינעוויניק.
¶19וואס דעמאלט איז דאך א דבר ברור, אז וויבאלד אז איצטער מאנט דער אויבערשטער דאס פון א אידן, וואס דער איד געפינט זיך במקום ”פלוני ובמדינה פלונית ובזמן פלוני”,
¶20און פונדעסטוועגן איז דא אט די דרישה איז דאך א זיכערע זאך, אז ”אינו מבקש אלא לפי” כוחו אז דער אויבערשטער גיט אים די כוחות ער זאל קענען דורכפירן דעם אויבערשטנ'ס ציווי,
¶21וואס דאס איז דעם אויבערשטנ'ס א שליחות מאכן פון דער וועלט אן ארט וואס זאל זיין ליכטיק מיט ”נר מצוה ותורה אור” וואס דאס ברענגט אראפ אויך די ליכטיקייט אין די ענינים הגשמיים.
¶22וואס דאס איז דער ענטפער אויף די וואס פרעגן, אז בשעת מ'לעבט אין היינטיקע צייטן און אין אזא מין מדינה וואס זי איז לכאורה אויפן ערשטן קוק פארבונדן און עקזעסטירט ניט על יסודי תורת ישראל און ניט על קיום תרי' מצוות,
¶23און פונדעסטוועגן מאנט מען ביי א אידן, אז ס'זאל זיין ”כל מעשיך לשם שמים” ו”בכל דרכיך דעהו” און מ'זאגט אים, אז ס'דארף זיין דער ”עסק בתורה ובגמילות חסדים ומתפלל אים הציבור אף על” פי וואס ער איז פארבונדן מיט א געשעפט און מיט א דזשאב וואס דאס פארלאנגט פון אים צייט און שימת לב,
¶24די היינט ווי קען ער זיך אפגעבן מיט זאכן וואס טראגן אים גארנישט ניט אריין, ניט אין זיין געשעפט, אפילו ניט אין געזונט פון דעם גוף.
¶25און אויף דערויף איז דער ענטפער, אז וויבאלד אז דאס קומט די בקשה פון דעם אויבערשטן, וואס ער האט באשאפן און באשאפט דעם אידן איצטער, ובאותו רגע באשאפט ער דעם אידן סביבה איז א זיכערע זאך, אז אויב דער איד וועט נאר מחליט זיין אז ער וויל דורכפירן די שליחות וועט ער דאס קענען טאן.
¶26און וויבאלד אז דער אויבערשטער האט אנגעשריבן בתורתו, אז עבודת ה דינען דעם אויבערשטן און דורכפירן דעם אויבערשטנ'ס א ציווי דארף דאס זיין ביי א שמחה 'ובטוב לבב',
¶27איז דאס אויך א זיכערע זאך, אז אויב ער וועט זיך נאר איינעקשענען אז ער מוז דורכפירן דעם אויבערשטנ'ס רצון וועט ער דאס קענען דורכפירן, 'ובשמחה ובטוב' לבב.
¶28”ואין הדבר תלוי אלא” ברצונו.
¶29און דאס איז ניט נאר אט די וואס ווילן זיך באגרעניצן מיט איין ענין, מערניט ווי ”עוסק בתורה”, און אויך ניט אט די וואס ווילן זיך באגרעניצן מערניט ווי דעם ענין פון עוסק 'בגמילות חסדים',
¶30און אויך ניט אט די וואס ווילן זיך באגרעניצן מיט מתפלל אים א ציבור, וואס דאס איז דאך דריי באזונדערע סוגי מענטשן, אט די וואס זיי זיינען פארבונדן מער מיט ”עולם השכל”, וואס זייער עבודה בעיקר איז אין ”עוסק בתורה”, און די וואס זיינען פארבונדן מער מיט עולם המעשה,
¶31וואס זייער שליחות איז עוסק 'בגמילות חסדים', און אט די וואס זיי זיינען פארבונדן מיט רגש שבלב, וואס דאס איז דער ענין התפילה, אז ”עבודה שבלב זו היא תפילה” איז זאגט מען,
¶32אז יעדער איד דארף טאן אין די אלע דריי קוין, אף על פי וואס לפי תכונת נפשו איז דא אזא וואס עיקר עיסקו וועט זיין אין איינער פון די דריי, ער דארף אבער טאן אין די אנדערע צוויי אויך,
¶33און אט דעמאלט איז א זיכערע זאך אז דער אויבערשטער וועט מקיים זיין אט דאס וואס די גמרא זאגט עמלא אני עליו כאילו פי דא אני און בשעת ס'וועט זיין ”ברבים היו עמדו” אז א סך אידן צוזאמען וועלן דאס טאן אין דעם אופן וועט מען דעמאלט פון דעם כאילו וועט דאס ווערן אן א כ' הדמיון,
¶34און מ'וועט אראפברענגען די גאולה האמיתית והשלימה, אז ס'וועט זיין דער בפועל פון דעם פדעני אני ובנים מבין האומות בעגלא דידן ”למטה מעשרה טפחים” מתוך שמחה וטוב לבב.
¶35לחיים. לחיים.