עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-ex9cap3d

kind
paragraph
order
gc
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
וכמדובר כמה פעמים. וואס דאס איז אויך בהנוגע צו שמחת בית השואבה, אז אף על פי וואס מ'האט שוין געפראוועט שמחת בית השואבה בתמימות, מיט אלע פירושים וואס ס'איז דא אין תמימה, אויך לויט דעם פירוש וואס ס'איז דא אין תמימה לאחרי עשיית התשובה, ווארום ער האט שוין געלערנט דעם לקוטי תורה, און האט אים געלערנט מערער ווי איין מאל, און בפרט נאך אז מ'האט אים דערמאנט און מדגיש געווען, האט ער געטאן אינעווייניק, כדי צו זען, אפשר קען ער כאפן מן הגרייז, אז מ'האט עפעס ניט מדייק געווען אין לקוטי תורה, און שטייט גאר אין אן אנדער אופן, כמובן וכם פשוט צו וואס קנאת סופרים דקדושה קען מרבה חכמה זיין עד כדי כך, ביז וויינענט אז ער טוט-אויף א חכמה וואס ניט א תלמיד ותיק האט דאס אויפגעטאן, וכמדובר כמה פעמים, אז בנוגע לעניננו איז דאך שמחת פון בית השואבה, וואס ס'איז געווען א זיכער התמימה אין די ימים שלפני זה, גרייט מען זיך אריין, כאמור, אין די אושפיזין, וואס זיי זיינען דאך אורחים וואס קומען במציאות, ניט נאר אז זיי זאלן הנאה האבן, נאר ועוד ועיקר, אז כדי זיי זאלן קענען מהנה זיין אז פון זיי זאלן הנאה האבן, האט מען דעם אושפיז פון אהרן הכהן, וואס ער האט געמאכט א גאנצע תורה, און איז נקראת על שמו תלמידיו של אהרן הכהן, אז מ'זאל זיין מאוהב את הבריות וכו כמוזכר לעיל, במילא איז דאס מקשר מן הקצה אלא הקצה, און מאכט דערפון איין מציאות, מיט א הוראה עד סוף כל הדורות.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions