עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

4 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1איידער מסיים-זיין נאך מוסיף-זיין נאך אן עצה, אז כדי ס'זאל זיין כפי האפשרי אין די זעלבע מדות, כדי מ'זאל דאס קענען צוזאמענלייגן ביי אלע קטיסים, לאידך גיסא, איז דאך יעדער זאך איז דאך א איד משתדל פארבינדן מיט תורה, דא פינט מען אין כמה ענינים טובים, אז דער שיעור איז אן ענין של טפח, ביז אויך, בנוגע צו דער מצוה פון לוליב, איז אויך כדעה און ס'זאל זיין דערנאך א טפח וואס זאל זיין העכער פון די אנדערע מינים, און ווי ער איז מבאר בארוכה אויך אין לקוטי תורה ובכמה מקומות, אז ס'איז דא טפח, און ס'איז דא פינף ענינים, וואס שיעורם טפח וכו'וכו כמבואר בארוכה בכמה מקומות,

2די מודעא און די קארטא איז שיעורי טפח על טפח, אין די מדינות אדער אין די ערטער וואס ס'וועט אויסקומען, אז מ'דארף דאס האבן אין שני לשונות, דערפאר וואס ס'איז יעדער ניט צוגעגנגען לכלשון קודש וכיוצא בזה, וואס דאס איז א דבר הכי נחוץ, זאל זיין בכל מקום, אבער די ערטער וואס מ'וויל אויך האבן א צווייטן זאל זיין נאך א טפח על טפח בצידו, וועט דאס זיין א טפח על טפחיים. און דעמאלט וועט דאס אויך מוסיף זיין אין דעם ענין און מעורר זיין, אז דערביי זאל מען אויך א טראכט טאן וועגן דעם ענין פון טפח, און זיך נאכפרעגן וואס פארא דינים איז דערפון פארבונדן דערמיט, און די לימודים מוסרות שבזה וכו'וכו.'

3טפח מן הארץ טייטשט אפ חסידות, אז איין טפח העכער פון דער ערד האט מען די אלע ענינים פון בני חיי ומזוני רויחי, אבער אין אן אופן זיי זיינען טאקע אלע בשלימותם, וביחד עם זה מיט די רוחניות, וואס דורך איין טפח העכער פון דער ערד ווערט דאס אינגאנצן אן אנדער ענין, למעליותא, כמבואר בארוכה בכמה דרושים.

4רעדן וכו'זאל מען צוקומען טאפרת דפלאחא בכל הענינים האמורים לעיל, און ס'זאל זיין בזאת הברכות מראה באצבעו ואומר זה, אז ס'האט געבענטשט די אלע אידן, און יעדער איד און אלע אידן, בתוך כלל ישראל, בכל הענינים המצטרכים, און מ'איז מסיים די הכנות צו חג הסוכות און די הכנות צו די ד'מינים, וואס זיי ווערן דאך געטאן אין די ד'ימים, מתוך שמחה וטוב לבב, און מ'טאנצט אריין אין זמן שמחתנו, נאך מיט מערער שמחה ווי מ'האט גערעכנט פאר דערויף, ועוד והוא העיקר מוסיף בכל עניני תורה ומצוותי ומוסיף בכל ענינים האמורים, אויך מתוך שמחה וטוב לבב, און פורץ זיין דעם גדר הגלות בפשטות, למטה מעשרה טפחים, ותיכף ומיד ממש, דורך דער גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו. לחיים.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions