עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-ewh02g4y

kind
paragraph
order
FV
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
תורתנו, במילא דארף מען זיין צוגעגרייט אויף באקומען די תורה. און בנוגע צו באקומען די תורה געפינט מען, אז דוקא אין דעם ענין פון חג השבועות, איז בשעת דער אויבערשטער האט געזאגט משה רבינו, ווי אזוי ער זאל צוגרייטן די ענין צו קבלת התורה צו חג השבועות, האט ער אים אנגעזאגט, אז פריער דארף זיין דבר אל בית יעקב, אמור אל בית יעקב און ערשט דערנאך דבר אל בני ישראל, און ווי אונזערע חכמים טייטשן דאס אפ דער חילוק הלשונות, אז בשעת מ'דערמאנט בית יעקב צוזאמען מיט בני ישראל, איז בית יעקב מיינט מען דאס אט די פרויען און די מיידלעך וואס זיי געהערן צו מדות צושן פאלק, פון זיי און אלע צוזאמען, ובני ישראל נעמט מען דאס די מענער און די זין וואס זיי געהערן צום אידישן פאלק, און זיי ווערן אלע נכלל אין דעם נאמען פון בית ישראל.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions