Paragraph
Paragraph rh-evwqavb6
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-wnt24psv
- order
- l2
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און עד כדי כך איז דא נוגע יעדער איד, ביז וואנענט אז מ'פארבינדט דאס גלייך מיט פקודו, וואס פקודו איז דוקא פארבונדן אז מ'ציילט יעדער אידן בפני עצמו, צוזאמען דערמיט ווערט דערפון משכן העדות לשון יחיד, איין און איינציקע מציאות פון דעם קהל גדול, ס'דארף אבער זיין א קהל גדול, א קהל גדול באמת איז דאך פארשטאנדיק, אז ס'דארף זיין א מנין אמיתי, וואס אט דעמאלט טאר ניט פעלן, אז קיין איין און איינציקער איד, סיי פון אנשים סיי פון נשים און סיי פון טף, און ניט נאר זיי דארפן אלע זיין, נאר זיי דארפן אלע זיין אין אן אופן פון ויקהל, ווי ויקהל קומט לאחרי פקודו, איז דאך נעוץ סופן בתחילתן ותחילתן בסופן, וואס לאחרי פקודה ערשט דעמאלט ווערט די שלימות אין דעם ויקצו פון אלע אידן עד סוף כל הדורות, אנהויבנדיק פון תחילת כל הדורות, אז ס'ווערט א מציאות אחת. וואס דאס איז, כמדובר לעיל, נאכמער נתעשר געווארן, אז בשעת מ'האט מציע געווען לפני חודש ויותר די הנהגה האמורה, און ס'איז נתקבל געווארן, און מ'זעט די הצלחה בדבר עד כדי כך אז דאס האט באפרייט כמה אידן פון כמה וכמה דאגות, במילא האט דאס מוסיף געווען אין ביאות הגוף, על אחת כמה וכמה אין מנוחת הנפש, און האט זיי געגעבן יותר זמן אויף לימוד התורה מתוך מנוחת הנפש און אויך מתוך מנוחת הגוף, וואס דערפאר איז דאך א זיכערע זאך אז מ'וועט אין דערויף נאך ממשיך זיין, כבכל דבר שבקדושה, נאך אויך מוסיף זיין, אז מ'וועט זיך פארבינדן יעדערער מיט דעם בית דין שבמקומו ורב שבמקומו, ועל דרך זה בעניני בריאות ומסחור וכיוצא בזה, כמוזכר לעיל. און ס'וועט זיין א דעתן פנוי און ווי ער זאגט אין סיום פון ספר הרמב,"ם, אז דעמאלט וועט ניט זיין דער עסק פון אידן
- proofread
- 0