פסקה
פסקה rh-ev34v3qm
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-m3nmn79m
- order
- R7
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- אויך פארשטאנדיק, אז מ'האט נאך אויך אין די אלע ענינים דער גאנצער יאר ווערט דאך דאס דער ראש פון כל השנה כולה, על אחת כמה בכמה פון א יום גדול בשנה זו, וואס דאס איז דער יום הושענא רבה, איז דאך פארשטאנדיק, אז דארטן שטייט דאס ביתר שאת וביתר עוז, וביחד עם זה איז דאך א איד למעלה ממדות הגבלה, וואס אף על פי וואס אינו מבקש אלא לפי כוחם, וויבאלד אבער אז דער מבקש איז דאס דער אויבערשטער אליין, במילא באווארנט ער, אז אין לפי כוחם זאל קענען דאס אויספירן, אז דאס זאל זיין לפי כוחם און אפגעטאן בתכלית השלימות, במילא איז דאך אויך פארשטאנדיק בפשטות, אז בשעת דער אויבערשטער זעט אויף על הבשר ודם איז דאס לא לפי כחו גיט ער אים און שיינקט אים הקב'ה מסייע, הבא לטהר מסייע נושא, איז הקב'ה אים מסייע בפשטות א סיוע פון הקב'ה כחות, אז ער זאל קענען אויספירן אין דעם כמה זמן וואס ס'בלייבט אים אויף די ענינים האמורים, נוסף אויף דעם זמן וואס ער דארף האבן אויף שאר הענינים, ווי דערמאנט פריער,
- proofread
- 0