Paragraph
Paragraph rh-et7a74gn
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-jekzd6kq
- order
- 7k
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- דא שטייט די גאנצע אריכות, אז דאס איז עצרת ימים שבין ראש-השנה ליום הכיפורים און אין דערויף גופא איז דאך אויך דא די צוויי חלוקות, אדער די דריי חלוקות, איין חלוקה די שבעה ימים שבין ראש-השנה ליום הכיפורים, און דערנאך אויך ראש-השנה ויום הכיפורים, וואס אין איין ענין זיינען זיי דער זעלבער ענין, ווי געבראכט אויך אין לקוטי תורה איז יום הכיפורים ווערט אויך אנגערופן אין תורה שבכתב, נאר אין נבואה ווערט ער אנגערופן בשם ראש השנה, ס'איז אבער מער בפרטיות טיילט זיך פאנאנדער ראש השנה באזונדער און יום הכיפורים באזונדער. וכמדובר כמה פעמים, אז דאס איז ניט נאר פארשידן בעבודתם, נאר ס'איז אויך בהנוגע צו עבודת האדם, וואס עבודת אדם בכלל איז דאך נקבע בשם אכילה שלו, איז אין דערויף גופא דער ענין ווי דאס איז ביום הכיפורים, איז די אכילה שלו איז ביום הכיפורים עצמו איז גאר ניטא קיין אכילה, און ביום הכיפורים איז דער היפך פון אכילה, מ'זאגט אבער אז קולה אוכל ושותה בערב יום הכיפורים איז מעלה עליו הכתוב, אז דאס איז פונקט ווי בערב יום הכיפורים ווי ביום הכיפורים עצמו,
- proofread
- 0