transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1א צווייטן ארט וואס מ'דארף ביז יחוד ערמאנען פון אט די אלע איז אויך דער ענין פון כפר חב", וואס דארט פארברענגט מען זיך אויך אין התוועדות פון יט' כסלו.
¶2און וואס אף על פי וואס דארטן איז דאך ניטא די מיצרים והגבלות ווי ס'איז דא אין יענער מדינה, וואס דאס איז פון וואנענט דער אלטער רבי האט אויפגעבויט די חסידים ותורת החסידות איז דארט אבער אויך אט דא אט די מיצרים והגבלות וואס מ'האט אויף זיך אליין ארויפגעלייגט.
¶3וואס נאך מערער, צי אפשר ווייניקער בכל אופן אין דעם זעלבן אופן וואס איך מאטער, ס'איז דאך דא מיטן ופראצתם און קען בא קיינעם ניט פועלן, מ'זאל ארויסקריכן ניט פון די אייגענע ד' אמות, נאר פון די אייגענע ד' טפחים איז על דרך זה איז דארטן אויך דא דער ענין פון די הגבלה וואס מ' און מ'קען ניט פועל'ן מ'זאל דערפון ארויסקרייטן.
¶4וואס אף על פי וואס מצד אחד האט דאך דאס א מעלה לדבר די הגבלה מבחוץ, ווארום דאס איז דאך וואס מ'איז דאך זיך אליין מגביל קוועט זיך דאס אזוי ניט, ס'האט אבער אויך א חסרון, בשעת דער מיצר ודוחה קומט מבחוץ האט מען דערצו א התנגדות, וואס במילא,
¶5אז ס'איז דא די ערשטע געלעגנהייט איז מען זיך גייט מען דערפון ארויס און מ'שטעלט זיך אוועק במרחב העצמי.
¶6בשעת אבער דאס איז מיצרים וגבונים וואס מ'לייגט אויף זיך אליין ארויף, איז דארף מען דאך האבן אז יראו עליו רוח ממרום און זאל אים אריבערשטעלן אין 'מרחב העצמי', אז ער זאל זען, אז אין דעם מעמד ומצב ווי ער איז איז דאס ניט קיין מרחב, נאר מיצר.
¶7איז ביים אמת איז דאך די זעלבע זאך אויף די הגה אויך, אבער וואס דארף מען רעדן בפניו ס'איז דאך געשמאקע רעדן שלא בפניו, ומכמה טעמים.
¶8וויל ער זאלן אפלערנען א קל-וחומר, צי א בניןיו צי א גזירה-שבו ווי מ'וויל בהנוגע צו דעם העדר ופרצתא אין די הגה ד' אמות.
¶9איינע פון די טעמים וואס דארט איז דאס מער נוגע, איז דערפאר וואס דארט איז דאך א געלעגנהייט, אז מ'זאל זיך טאקע ”ופרצת ימה וקודמה וצפונה ונגבה” ווארום ס'איז דאך אראפ אלע מניעות והעלמות, און מ'ניצט דאס ניט אויס דעם שעת הכשר וואס ס'איז דא אויף דעם.
¶10אויף דערויף איז אויך די קשיא, דא איז דאך במכל-שכן וקל-וחומר אזוי, ווי במילא, איז וואס לכאילו קשיות ותירוצים?
¶11וועט מען דאך ניט אויס צו זאגן א פלפול, מערניט וואס אפשר מצד דעם עת רצון וואס ס'איז איצטער דא וועט מען פועל'ן, אז די וואס שלאפן זאלן זיך אויפכאפן, אט די וואס שלאפן שוין ניט זאלן אנהויבן גיין, און די וואס גייען זאלן גיין אין אן אופן וואס זאל זיין ”ופרצת ימה וקודמה וצפונה ונגבה”.
¶12וואס דעמאלט וועט דאס פועל'ן, ביחוד בהנוגע צו כפר חב"ד, אט דאס וואס דער רבי דער שווער האט געלייגט די תקבות, אז דאס זאל ווערן דער ארט וואס פון דארט וועט זיך פאנאנדערשפרייטן כל עניני החסידות בכל ”ארץ הקדושה”, און דערנאך וסבירותי זאל דאס מקויים ווערן בפועל ובעגלא דידן ובחסד וברחמים.
¶13און אזוי ווי דער רבי דער בעל השמחה, דער אלטער רבי, שרייבט דאך אין אגרת הקודש, אז אט די צדקה וואס איז פארבונדן מיט ”ארץ החיים” איז איש העמדה לנו וואס דאס האט פודה געווען אפשינו ”מכל הקמים עלינו” אט אזוי איז אויך אט די פעולה און דער עזר וסיוע זאל דורך זיי אויפטאן אט דאס וואס זיי דארפן אויפטאן, און דאס זאל מען אויפטאן וואס דא דארף מען אויפטאן,
¶14וכאמור לעיל, אז די כל הענינים באחד זאלן זיך פאראייניקן, און ס'זאל ווערן דער אחד ”לעשות רצונך בלבב שלום” וואס דער רצון פון דעם אויבערשטן איז דאך, אז אידן זאלן האבן הרחבה כפשוטה בענינים גשמיים,
¶15וואס דאס זאל זיי געבן, ווי דער רמב"ם שרייבט אין סוף הלכות שוב אין סוף הלכות מלכים פאר דעם טעם וואס נתאוה חכמים למת המשיח, אז ס'זאל ניט האבן קיין ענינים המבלבלים, און מ'זאל קענען ליגן אין חכמה,
¶16ולדעת את החכמה והדעה והאמת זאל מען דאס קענען אין דערויף טאן מתוך מנוחת הנפש ומתוך בריאת הנכונה, און דאס זאל דאך טאן 'בשמחה ובטוב' לבב,
¶17וואס דעמאלט וועט דאך זיין דער ו”מלאה הארץ דעה את הוי' כמים לים מכסים” אז ס'זאל זיין אז כולם יודו אותי למקטנם ויד גדולם.
¶18לחיים.