Paragraph
Paragraph rh-esp98nn0
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-0mc7s1nt
- order
- c9
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- מסיים זיין, כאמור, דעם סיום אין רמב,"ם, און דערנאך וועט מען דאך אויך מאכן דעם סיום הגדול מיט א סעודה ווי ס'דארף זיין גמרא של תורה, און א סעודה דוקא בשמחה, ובשמחה ביז אין אן אופן פון ופרצת ווי מ'האט שוין מכריז געווען, און מ'גייט דאס מאכן פון בית-הכנסת ובית-המדרש של נשיא דורנו פון רבי'ן דעם שווער לאחרי תפילת ערבית, און נאך דערויף מ'האט זיך אויסגערונען כדי מ'זאל קענען פארברענגען מיט נאכמערער שטורעם, און אין אן אופן אז דאס זאל דורכנעמען דעם כל השנה כולה, כמוזכר לעיל כמה פעמים. און אט דאס וועט אויך נאכמער מוסיף זיין אין די זריזות וואס דער אויבערשטער ברענגט גלייך די גאולה האמיתית והשלימה, נאך ניט ווארטן אויף די אלע ענינים, נאר ברענגען און מקדים זיין זיך, ווי דער אויבערשטער אליין מבטיח, מי הקדימני והשלם, אז ער קומט לכל לראש, איז בפרט נאך נאך א תענית, איז דאך טרם יקראו ואני אענה איז גלייך תיכף לאחר הדיבור בזה, טוט-אויף דער אויבערשטער את כל התלוי בו, און וויבאלד ער טוט-אויף כל התלוי בו איז דאך פארשטאנדיק, אז דאס טוט זיך אפ מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה, ביז אין אן אופן למעלה ממדידה והגבלה, בבל דקדושה, כמוזכר לעיל. און ס'ווערט דערנאך נמשך בהמשך פון יום פון עשירי בטבת, אז ס'ווערט נתגלה דער עצם היום הזה, ביז עצמות ומהות, בשעת ס'איז נאך דא די רגעים אדער די די זמנים וואס זיינען נאך פארבונדן מיטן תענית, במילא ווארט מען נאך צו די וויילע ביז וואנענט מ'האט דערנאך די סעודה גדולה מיט די שמחה גדולה וכו'וכו אבער שוין ווערט נתגלה דער ענין ווי אזוי דאס איז אן עת רצון, ובפרט נאך אז נאך קודם מ'איז מסיים דעם תענית איז מען אויך, כאמור, מאכט מען דעם סיום אויף ספר הרמב,"ם, וואס דער סיום
- proofread
- 0