English
ספרייה
kind
paragraph
order
d
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
חלקנו און ירושתנו און גורלנו, אז דאס איז זיינער אן ענין, און ויהי רצון, אז פון די אלע ענינים זאלן תיכף ומיד ממש, כמוזכר לעיל, וויבאלד אז מ'געפינט זיך שוין מיטן מלך בשדה, איז דאך נאך לייכטער צו פועל זיין, אז ס'זאל ניט זיין קיין הפסק פון דעם זיין צוזאמען, און ניט דארפן מפסיק זיין בשבת און ערב שבת וכיוצא בחצות, וכיוצא בזה, נאר גלייך פון די התחלה פון א מלך בשדה, וואס ווי פארשטאנדיק בפשטות, הויבט זיך שוין דאס אן, ס'איז דאך דא ענינים וואס הויבן זיך אן פון צווייטן טאג ראש-חודש, און דא ענינים וואס הויבן זיך אן פון דעם ערשטן טאג ראש-חודש, ווי פארשטאנדיק בפשטות, אז א מלך בשדה איז גלייך בהתחלת אלול, וואס דאס איז ראשי-תיבות אני לדודי ודודי לי, און אט דעמאלט גייט מען גלייך פון דעם מיטן מלך בשדה, און מ'דארף ניט ווארטן אויף איבערבייטן די לבושים וכו וויבאלד אז דער מלך איז אראפגעקומען צו די אנשי השדה, ווי זיי זיינען אין זייערע לבושים און אין זייערע הנהגות, כולל אויך די לבושים פון מחשבה דיבור ומעשה, ווי דאס איז פארבונדן מיט שדה ווערט דאס גלייך דער מלך לשדה נבד, למעליותא, כמבואר אין ביאורי הזהר
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים