Paragraph
Paragraph rh-epv92q5n
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-4845d4zy
- order
- vE
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און אט דעמאלט ווערט דאס ביידע זאכן, אז מ'האט די אלע ענינים ווי ס'איז העכער פון שמים און העכער ווי זיי זיינען פון ים, און העכער אפילו פון מעבר לים, און העכער אפילו פון ממל, פון שמים, כמוזכר לעיל. ואדרבא ס'ווערט ווי דער סיום פון דעם שיעור אין חומש פון היינטיקן טאג, אז כקרוב אליך הדבר מאוד בפיך ובלבבך לעשותו, וואס דא איז דאך כולל די ענינים פון בפשטות הפסוק, דער ענין פון מחשבה בלבבך און דער ענין בפיבך פון דיבור, און מסיים מיט המעשה הוא העיקר לעשותו, און דער אלטער רבי האט אויסגעקליבן און אויף דערויף מייסד זיך דעם ספרו פון תורה שבכתב פון תורת חב", אנהויבנדיק פון ספר התניא פון תורה שבכתב פון תורת חב", און דערנאך איז דאס געווארן א יסוד מוסד, און אפגעדרוקט וכמפורסם, אז דאס איז דער חלק אין נוסח פון שער בלעטל, וואס דאס איז דער לשון פון דעם אלטן רבי'ן
- proofread
- 0