transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1מ'זוכט דאך ענינים פון א ימים האלו נזכרים זאל דערנאך אויך זיין ונעשים די אלע המשכות טובות, כמדובר כמה פעמים, און המשכות טובות בהקדם, ביז בלשון הידוע אז לא עיקבן אפילו כהרף עין, איז דאך אמורה מיוחד פארבונדן מיט דעם דור, דערפאר וואס דאס איז פארבונדן מיט נשיא דורנו מיטן רבי'ן דעם שווער, וואס בכלל איז דאך א נשיא הוא הכל, אף על פי כן איז דאך אין די מאורעות פון ימי חייו איז דא א ריבוי ענינים, אזעלכע אין וועלכע ס'איז בהדגשה די שייכות מיטן גאנצן דור, אדער ס'איז ניט אויף אזויפיל בהדגשה, און בהדגשה גופא איז דא אזעלכע וואס זיי זיינען טאקע מודגש און זיי האבן פועל געווען בשעתם, און דערנאך איז מערניט ווי א פעולה נמשכת לאחרי זה, און מ'דארף האבן אויף דערויף די ראי'פון אז ימים העולם נזכרים במילא דעמאלט איז אויך נעשים ווי בפעם הראשונה אדער נאך יתר מזה, דערנאך איז דא אזעלכע מאורעות וואס מ'זעט ווי אזוי דאס איז מידי שנה בשנה, האט דאס אויך ניט נאר א פעולה נמשכת פון די פריערדיקע יארן, נאר אויך פון דעם יאר, ווי מ'זעט דאס בכמה וכמה ענינים.
¶2ועד דרך זה איז אויך בנוגע ללילה זו, וואס דאס איז די לילה מחמשה עשר בסיון, וואס דאס האט דאך א התחלה מיוחדה אין חיים פון נשיא דורנו, אף על פי וואס בשעת א התחלה האט מען זיך נאך ניט פאנאנדערגעקליבן וואס איז דא די כוונה און וואס איז דא דער תוכן וכו עד כדי כך, אז מ'האט געזען מערניט ווי דעם צד השלילי בזה, ס'האט זיך אבער דערנאך ארויסגעוויזן, אז דערפון איז אויסגעוואקסן א ישועה גדולה, כפי שיתבאר לקמן. אף על פי וואס ס'בלייבט נאך אלץ די שאלה, לכאורה האט געקענט זיין די ישועה גדולה ניט דארפנדיק אנקומען צו די ענינים וואס בשעת מעשה ולעיני בשר איז געווען פונקט דער היפך פון א ענין של ישועה. און דאס איז, וואס כמדובר, וואס אין דער לילה, עולה לחמשה עשר בסיום, אין שנת פרזות תרפז איז אט דעמאלט געווען דער מאסר פון נשיא דורנו, דער מאסר הידוע, וואס כאמור, בשעת מעשה האט מען געזען מערניט ווי דעם ענין הבלתי-רצוי בזה, אויף ניט נוצן קיין שאפערן ווארט, דערנאך האט זיך אבער אויסגעוויזן בסופו של ענין, אז דאס איז געגעבן דערנאך די מעגלעכקייט אז ער האט געקענט ארויספארן אין אן אופן און אין א סדר חיים, אז ער זאל זיך קענען פירן בכל עניניו, אנהויבנדיק פון עיקר עניניו, וואס דאס איז הפצת המעיינות בתוכי היהדות, הפצת המעיינות בתוכי
¶3בתוכי הפצת היהדות בכלל, אין אן אופן בלי כל הגבלות, הלוך והוסיף ואור, ביז ווי מ'זעט דאס אויך איצטער אויך. וואס כמדובר, איז געווען בשעת מעשה האט מען געזען מערניט ווי דער צד השלילי, עד כדי כך, אז ס'איז דאך ארויסגעקומען אין ענינים של תפילות ובקשות וכו כמובן וכמפורסם וכו'וכו.' דערנאך האט זיך ארויסגעוויזן, אז אזוי איז ניט געווען קיין מעגלעכקייט, קיין אפשריות, מצד סדרי המדינה און חוקי המלכות, און מ'זאל ארויסלאזן ארויספארן פון דער מדינה, און אין אזא מין אופן פון הוא וכל בני ביתו, וכל הספרים והכתבים שלו, וכל רכושו, משא נכן, אז איז געווען אין אזא מין אופן. וואס דאס איז אויך כמדובר כמה פעמים בהנוגע צו דעם ערשטן גלות, און די ערשטע שוועריקייטן, ביז צו די שוועריקייטן אין עבודת פרך שאין כמוהו, און אין א גלות שאין כמוהו ווי ס'איז געווען בא גלות מצרים, איז דאך אויך געווען ירוד ירדנו ירידה אחרי ירידה, ועד כדי כך, אז תורה איז דאך מאריך אין די פחדים פון יעקב אבינו פון בחיר שבאבות פון גאוני מצרים, אף על פי וואס ער האט געוואוסט, אז נאך פון אברהם אבינו אן איז דא דער ענין פון ועבדם אבינו עושן וכו אף על פי כן האט ער גערעכנט, מצד שכל דקדושה וחכבה דקדושה ובחיר שבאבות, אז דאס קען זיין אין א רוכניות'דיקן אופן, ווי ס'איז טאקע דערנאך געווען, ווי דערמאנט בהנוגע צו גלות מצרים, וואס בפעם הראשונה האט מען דאס געדארפט האבן, ווי א ראיות איז אזוי געווען, און ס'איז דאך א זיכערע זאך, אז דער אויבערשטער פארשאפט ניט קיין צער אידן, בפרט נאך גאנצן אידישן פאלק, אויב ס'איז נאר דא עפעס-וואס א וועג מ'זאל דאס קענען מאכן אן דעם צער, השא נכן
¶4לאחרי זה ווי ס'איז געווען בעבודת פרך, ובחומר ובלבנים כפשוטו, איז דערנאך לאחרי זה, ווי מבואר אין תורה אור, ווי דערמאנט כמה פעמים, אז נאך דערויף טוט מען אויף די אלע ענינים דורך בחומר דא קל וחומר, ובלבנים דא ליבון הלכתא על דרך זה אויך, בפרט נאך אז מ'האט שוין איצטער אויך דעם ענין פון מתן תורה, אז מתן תורה שנה אחר שנה, ביז מתן תורה דריי טויזנט-דריי הונדערט מאל, כמוזכר כמה פעמים. איז דאך א זיכערע זאך בקשר, בפרט נאך צו דער ביטול הגזירה, אז די אלע ענינים וואס אמאל האט מען דערצו געדארפט אנקומען צו ענינים וואס זיי זיינען פארבונדן מיט צער הגוף און צער כפשוטו, על דרך זה אויך בהנוגע צו א צער פון נשיא דורנו, ווי ס'איז געווען דער ענין המעשה בפעם הראשונה, איז לאחרי זה, ובפרט נאך נאך ביטול הגזירה פון עליונים, אז עליונים ירדו למטה, איז דאך פארשטאנדערט, אז די אלע ענינים פון למטה קענען אויפגעטאן ווערן דורך די ענינים ווי זיי ווערן אויפגעטאן אין אן אופן עליון, אין רוחניות און אין תכלית הרוחניות, דעם ענין פון הארעווען אדער אראפנעמען הגבלות און א מאסר אויף ענינים פון הבנה והשגה אין פנימיות התורה, וואס ביז דעמאלט געפינען זיי זיך אין א בית האסורים, ניט נתגלה געווארן בחוץ, בשעת ס'קומט אבער אט דער זמן, לאחרי ההקדמה פון עבודה פון הפצת המעיינות, במיוחד, וואס דאס איז דאך מעין זה איז אט דעמאלט איז מען יוצא די אלע ענינים פון מאסר, און סאכן פארבונדן מיט מאסר וכו דורך דערויף וואס מ'איז גול ופיידע אן ענין אין פנימיות התורה, וואס ביז דעמאלט איז דאס ניט נתגלה געווארן מצד חושך העולם, איז אידן, וואס זיי זיינען דאך פארבונדן מיט תורה אור, און עבודתם איז דאך
¶5אויף ממשיך זיין אור בכלל, און תורה אור, און אין תורה אור עצמה דעם מאור שבתורה, וואס דאס איז פנימיות התורה בכל העולם כולו, איז דאך פארשטאנדיק בפשטות, אז אפילו אט דער ענין וואס אין זמן הגלות ולאחריית איז געווען אזויינפילע יארן לאחר מתן תורה ובטל הגזירה האט מען געדארפט אנקומען צו מאסר כפשוטו, איז פון דעמאלט אן האט מען שוין דערמיט יוצא געווען, ובפרט אז דאס איז געווען מיטן נשיא הדר, האט ער דאך יוצא-געווען את חליאנו הוא נסעה כלשון הכתוב הידוע, און במילא האט ער אויך דאס אויפגעהויבן מיט די אפטייטשינע שוין נשיא פון אויפהויבן, אז מיעז ולהבא, איז בשעת מ'הארעוועט אויף ארויסנעמען פון א ניט פארשטאנדיקן אופן אן ענין אין פנימיות התורה, וואס דאס איז דאך געווען זיין הוראה און זיין נתינת-כח און זיין בגשה נפשית, אז מ'זאל זיך פארנעמען מיט הפצת המעינות חוצה בפשטות, על אחת כמה וכמה אז מ'פארנעמען זיך מיט הפצת המעינות חוצה בא זיך אליין, ארויסנעמען די מעיין ווי ער האט באהאלטן ביי אים אין פנימיות הנשמה, וואס זי איז דאך פארבונדן מיט פנימיות התורה, נעמט ער ארויס אין דעם מעיין, אט דעם מעיין, און ער ברענגט אים ארויס אין זיין שכל פון נפש האלקית, און נאך מערער דערנאך ברענגט ער דאס אויך אראפ אין הסברה, אין חכמה בינה דעת, ביז אין דעם שכל פון נפש פון דעם צווייטן נפש, פון די נפש הבהמית, אז ס'איז אויך פארשטאנדיק אין איר שכל, און דאס טוט-אויף דעם גאנצן שטורעם אט דאס וואס אמאל טאקע אין גלות וכו'אף על פי כן האט מען דעמאלט מאיזו סיבה שתהי'געדארפט אנקומען צו א מאסר, און דערנאך יציאה פון דעם מאסר, זאל מען איצטער יוצא-זיין, און אויך בשנים שלפני זה, על אחת כמה וכמה בשנים שלאחרי זה ובימים שלאחרי זה, דורך דערויף וואס מ'וועט מוסיף זיין, אויסנוצנדיק במיוחד די נתינת כח פון נשיא הדור, וואס דאס איז דאך געווען
¶6זיין מאסר כפשוטו, און וואס האט דערנאך געבראכט צו ג'תמוז די געולה חלקית, ביז דערנאך צו י'ב'י'תמוז, וואס דאס איז דאך געווארן דערנאך א יום טוב בכל העולם כולו והולך ומתפשט ואור ומתוסף, פונקט אזוי ווי בהנוגע צו זיין בקשה פון הפצת המעיינות, איז דאך מלכתחילה געווען הדגשה, אז סוף-כל-סוף מוז דאס צוקומען און דערגרייכן און דורכנעמען יעדערן פון אידן און אפהענגען ווי ס'איז געווען די הנהגה פון זיין פאטער אדער פון זיין זיידן, אדער אפילו זיין הנהגה מיט א טאג לפני זה, איז בשעת ס'איז אנגעקומען צו אים אט די איז די איז מכאן ולהבא ווערט דאס זיין שליחות און זיין תפקיד נפשי, מיט דער הפטחה אז ס'איז א זיכערע זאך אז יגעת ומצאת און אפילו ער וועט אנהויבן ניט אין אן אופן פון יגיעה וועט ער נאך ניט האבן דעם ומצאת ער וועט אבער האבן דעם גאנצן לפום שערא אגרא לויט זיין טאן אין דעם וועט ער באקומען דאס וואס אים קומט, און אויך אגרא וואס חר איז דאך אויך פארבונדן מיטן הישג יד פון דעם בעל הבית, וואס לפי נותן הפעולה העבודה וואס אויב ביי אים איז א גרעסערער השג יד דארף ער געבן אכילה און שתי צו די פועלים נאכמערער און נאכמערער, ובפרט נאך אז די פועלים זיינען בני אברהם יצחק ויעקב, און לויט הוראות פון נשיא דורנו אויך, אז נשים ובנות זאלן זיך דערמיט פארנעמען, בני שרה רבקה רחל ולאה, איז דאך פארשטאנדיק, אז נוסף על האמור און זיין הדגשה, אז אויך פנימיות התורה איז אויך שייך, אז נשים ובנות זאלן דאס לערנען, ובפרט נאך אז דאס איז ניט קיין חידוש פון תורת החסידות, כמדובר כמה פעמים, אז וויבאלד אז די אהבת ה'און יראת ה'און מ'אמונה בה ה'און ואהבת לרעך כמוך וכיוצא בזה, איז דאס מצוות וואס אין דערויף איז בשוה ממש אנשים ונשים,
¶7ביז אפילו טף, אף על פי וואס ס'איז אין אן אופן פון חינוך, אבער מיטן גאנצן פארנעם, איז דאך פארשטאנדיק בפשטות, אז צו זיי איז אויך שייך דער ענין פון הפצת המעיינות חוצה. ובפרט נאך, כמדובר, אז מ'האלט שוין נאך בשנה זו לאחרי מתן תורה, און אין דערויף גופא איז דאס א שנת תסמח ותשמח, און א שנת הכל האנשים והנשים והטף, ווי גערעדט בארוכה אין די התוועדות און אין די דיבורים פון לפני זה, וביוחד אז ווי ס'איז דאך רגיל בכגן זה איז מען דאך מסיים מיט מאכן יעדערן השליח מצוה, אין דער מצוה פון צדקה, וואס ער גיט דערנאך אפ אין זמן המתאים ובהוספת דילי וואס דאס איז דאך מקרב ומזרז גאולה פון אלע ענינים, אויך די גאולה פון די ענינים פון פנימיות התורה, וואס לעת ערת מאיזו סיבה שתהי'זיינען זיי נאך באהאלטן אין א בית האסורים, זיינען נאך ניט נתגלה געווארן, און דער אויבערשטער וויל, אז דוקא א איד מ'זאל זיך אריינלייגן אין דעם לימוד, און אריינלייגן זיך אין אן אופן נפשי ופנימי, וועט ער האבן א הצלחה הכי מופלגה. איז דאך אויך דער ענין הצדקה העלפט אויך ארויס און אויך מזרז אויך אט דעם ענין הגאולה, און כמובן ותן לחכם ויחכם עוד וואס מ'קען דאך אין דערויף מאריך זיין כהנה וכהנה, שבכוחו של כל אחד ואחד לפון שיעורי דילי ובמיוחד, אז ס'איז דאך אויך דער שיעור חומש פון היינטיקן יאר, פארבונדן מיט ט'ו'בסיון, וואס דאס איז קיימא סיהרא אשלמותא, ביחד עם זה איז אויך דער שיעור אין חומש אין פסח שני, אז מ'זאגט, אז ס'איז קיינמאל ניט פארפאלן, ווי דער מעל הגאולה און דער מעל המאורע פון חמשה עשר בסיון האט מסביר געווען, אז ס'איז קיינמאל ניט פארפאלן,
¶8און מ'דארף נאר האבן, אז מ'זאל מאנען למה נגרה. און אט דעמאלט איז נוסף וואס מ'טוט אויף בהנוגע צו זיך אליין, טוט מען אויף בהנוגע צו כלל ישראל במשך כל הדורות, אז ס'איז צוגעקומען א נייע מצוה, וואס דער לימוד ההלכה שבמצוה זו איז זיכער שייך צו אנשים ונשים וטף ובמשך כל השנה כולה. על דרך זה ומעין זה, אבער מיט די שלימות פון דער מעשה בהנוגע צו דעם פועל ממש, ווען מ'דארף האבן דעם פסח שני בפועל, און ווען מ'דארף אויסנוצן דעם לימוד פון ניטא קיין פארפאלן ס'איז אן ענין של פועל, כל אחד ואחת, ווי ידע אינש בנרשו. ובפרט נאך וואס כמדובר בהוספה צו דעם ענין הצדקה, איז מען דאך אויך גייט מען דאך מחדש זיין די לבנה, ובפרט נאך אין דעם טאג פון דערנאכט פון קיימא סיהרא באשלמותא, וואס מ'האט דאך אויך די הבטחה גמורה, ווי מ'זאגט דאס אין דעם נוסח פון קידוש לבנה שם עתידים להתחדש כמותא איז דערפון פארשטאנדיק, אז וויבאלד אז זיי זיינען יתחדש כמותא ווערט דערנאך אויך דער המשך פון חידוש כמותא אויך בכל הפרטים כמותא, און אז ס'קומט דער קיימא סיהרא באשלמותא, ביז וואנענט אז ס'איז נראה לעיני בשר לכל העולם כולו, אפילו צו די שבעים אומות, איז דאך א זיכערע זאך, אז מ'דארף בעטן בא דעם אויבערשטן, און דער אויבערשטער איז מקיים בקשת עמו ישראל, און מקיים דאס אהבה ברחמי ובאהבה, ולא עיכבם אפילו כהרב עין, אז תיכף ומיד ווערט די קיימא סיהרא באשלמותא אין יעדער אידן, בענינים הרוחניים ביז אין ענינים הגשמיים, על אחת כמה וכמה בהנוגע צו כלל ישראל, און בהנוגע צו אנשים וטף, ווי זיי שטייען אין אן אופן פון כלל, ביז אין א כלל פון קהל גדול,
¶9ווערט גלייך ולא ייכבן אפילו כהרף עין, בהוספת להתחדש כמותו, וואס ס'איז נאך געווען פאר זמן מתן תורתינו פון שנה זו, דערנאך דער ענין הגידל והלבנה, ביז צו דער נאכט וואס ס'איז קיימא סיהרא באשלמותא אז ס'ווערט קיימא סיהרא באשלמותא בפשטות בהנוגע צו כלל ישראל, די גאולה האמיתית והשלימה אין תכלית פון אשלמותא, ובפשטות, נשמות בגופים, בנערינו ובזקנינו ובבנינו ובבנותינו, אז שטייט מען אין ארצנו הקדושה, וואס זי שטייט אויך, באשלמותא, אין ארץ פון עשר אומות, און דארטן גופא אין די שלימות פון ארצנו הקדושה, וואס דאס איז ירושלים עיר הקודש, און דארטן גופא דער הר הקודש, און דער הר הקודש בית הקדוש, און דארטן גופא דער ענין פון קודש הקדשים מיט די לוחות הבריות, ועוד והוא העיקר, אז לא יקבום אפילו כהרף עין און ס'קומט תיכף ומיד גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו.